בלאט 1 פון 1
מלחמה אין ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 pm
דורך דאס איז נישט מיך
לויט ווי איך האב געהערט איז היינט פארגעקומען עפעס א פראטעסט וואס האט ציגעברענגט שאדען צי דירות פין אמעריקאנע בחורים
איך בין שטארק נייגעריג וואס דארט איז פארגעגאנגען אויב איינער וואס ווייסט פרטים זאל ביטע אריינקומען
Re: מלחמה אין ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:59 pm
דורך צוזאמגעדרייט
יא, ס'איז געגאנגען נאסע מכות, קולות, שטעקענעס און וואס נישט.
ס'איז געווען א היסטארישער נאכט פאר ירושלים, און די ווידעאס וועלן מן הסתם געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן, אזויווי די ווידעאס פונעם באבוב'ע מחלוקת וכדו'
ווער עס קען אהער לייגן ווידעאס און ארויף-ברענגען קאנטענט זאל זיין באוויליגט צום באשעפער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 10:10 pm
דורך היסטאריע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 10:12 pm
דורך היסטאריע
דאס איז עס, קודם זענען זיי זיך מורה היתר צו שלאגן ציונים, נאכדעם גייט עס אויף אייגענע.
זאלען עס געדענקען אלע חסידים, ווען זייער רבי'ס שליח שלאגט דער פין דער אנדערע צד, און מען שעפט נחת, זאל ער וויסן אז ער איז נעקסט, עבירה גוררת עבירה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
וואס פאר א גוט יאהר גייט פאר דארט, זיי די מאה שערים איינוואוינער מיינען אז מ'שטייט יעצט אין דע תר"צ יאהר'ן מקען נעמען די משפט אין די אייגענע הענט און זוך ארום שלאגען אזוי ווי די אראבישע שכינים, זעהט אויס זיי האלטען אז ווייל זיי אנערקענען נישט מדינת ישראל גייט די מדינה זיי נישט אנערקענען...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:37 am
דורך שמן למאור
עס איז פון פריער געווען א מעמד מחאה, ווי די ראשי הטעראר האבן אויפגעהעצט די מאסן. און דערנאך זענען די צולאזטע הפקר אינגען געגאנגען שלאגן די בחורים, און אנגעמאכט חרבנות.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:45 am
דורך [NAMELESS]
ווייסען מיר ווי אזוי דאס גייט צו ....
January, 6
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:48 am
דורך מתבודד
במחילת כבודם, א באנדע בהמות.
דעם תשרי זענען זיי אנטלאפן אין די מאסן פריי צו לאזן זייערע דירות צו פארדינגען פאר אמעריקאנע באלעבאטים פאר גראבע געפעפערטע פרייזן ואין פוצה פה.
שוין, די יו”ט איז אריבער, די געלט איז אין טאש, גייט מען זיך אויפרייסן אויף אמעריקאנע בחורים.
פעך, די דאבל סטענדערד איז א גרויל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 1:02 am
דורך רביה''ק זי''ע
יויש, וואס זוכט ברדק דארט אוויפ'ן אויבנאן?
וואס אנבאלאנגט די שרעקליכע פירצה פון אויסלענדישע בחורים איז סתם גוט צו וואוסן אז 90% פון די סיקריקים זענען קינדער פון גרים און בעלי תשובות, די אריגינעלע טשאלמערס האבן זיך שוין געטראפן דאס פלאץ אין באיאן/קארלין/סלונים/קהילת הפרושים/וכו' און האבן נישט גארנישט מיט די גאנצע סומאטוכע, סאו אויב האבן די בעלי תשובות אן אישו מיט'ן "צביון השכונה" זאלן זיי צוריקגיין פון וואו זיי קומען, שכ'ח. האחד בא לגור וישפוט שפוט?!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 1:27 am
דורך וואלווי
ו(לא*) אמר אדם לחבירו צר לי המקום שאלין בירושלים וכו'...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 1:46 am
דורך שמן למאור
וואלווי האט געשריבן:ו(לא*) אמר אדם לחבירו צר לי המקום שאלין בירושלים וכו'...
זייט די ציונים האבן איבערגענומען די מדינה, האט עס שוין נישט די זעלבע קדושה מיט די אלע הייליגע ניסים וואס איז געווען אמאל...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 1:56 am
דורך וואלווי
עצי שטים האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ו(לא*) אמר אדם לחבירו צר לי המקום שאלין בירושלים וכו'...
זייט די ציונים האבן איבערגענומען די מדינה, האט עס שוין נישט די זעלבע קדושה מיט די אלע הייליגע ניסים וואס איז געווען אמאל...
יעה. אז ס'איז אויס
אדם לחבירו איז אויס עשרה ניסים.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 3:16 am
דורך שאלתיאל
זייענדיג א טוריסט אין די לעצטע מאנאטן אין ארצינו הקדושה קוקט מיר אויס די עדה החרדית ווי יענער קעניג וואס מען האט אראפגעווארפן פון טראן שוין 30 יאר צוריק און ער טיילט ווייטער באפעלן כאילו ער הערשט נאך מיט אַן אייזערנע פויסט. ווי מען רירט זיך נאר אין די חרדי'שע געגנטער שטויסט מען זיך אָן אין זייערע באפעלן, קללות, גידופים, חרמות און וואס נישט (אגב, געשריבן זייער קריאטיוו מיט קריאטיווע לאזונגען און באמבאסטישע פאנטשליינס). אנגעהויבן פון שייטלען, בחירות, קאמפיוטער-קיאסק, סמארטפאנס און געענדיגט ביי מקווה פילטער. דער פראבלעם איז אז די אונטערטאנען זענען שוין פון לאנג נישטא צו געפינען און פון די פראכטיגע עדה"ח איז פארבליבען בלויז פאשקעווילען און פאברענטע מיסט-קאסטענעס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 2:56 pm
דורך דאס איז נישט מיך
בונה חרבות ירושלים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 4:29 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ביטע נעמט א חלק אין פארעכטען די חרבנות פון די סיקריקים וואס זיי האבן צומזיק’ט א מקום קדוש
https://thechesedfund.com/chabiraswindows/help
Re: מלחמה אין ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 4:37 pm
דורך צוזאמגעדרייט
כ'ווייס נישט אויב ק"ש לאזט ארויפשטעלן צדקה לינקס (דאכצעך אז נישט).
אבער דאס מאל גייט עס אריין בגדר נייעס, סא..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 4:41 pm
דורך וואלווי
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב ק"ש לאזט ארויפשטעלן צדקה לינקס (דאכצעך אז נישט).
אבער דאס מאל גייט עס אריין בגדר נייעס, סא..
מ'טאר נישט מבשר זיין שלעכטע נייעס...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 6:42 pm
דורך berlbalaguleh
אבער די סיקריקים, בני גרים ובעלי תשובה האבן נישט פארגעסן צו איינקעשן דעם חודש'ליכן טשעק וואס זיי באקומען פון די ציוניסט'ישע ביטוח לאומי...!