בלאט 1 פון 1

וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 10:13 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
מיינס א נאנטע חבר האט מיר געפרעגט, וואס איז די כוונה "כשם שנכנס כן יכנס"? פונקט אזויווי ער איז אריין בבריתו אזוי זאל ער אריין גיין לתורה א.א.וו. פארוואס קען מען נישט סתם וואונטשן "שיכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים"? וואס פעהלט אויס דער "כשם"? וואס פארגלייכט מען דא?

א שטארקע קשיא.
פרעג איך אים אלא מאי?
זאגט ער, די תירוץ איז אז ס'איז שוין גאָר קיין וואונטש נישט.
ס'איז א מסירת מודעה!

מען זאגט פאר'ן קינד און מען לאזט אים הערן קלארע ווערטער. הער אויס טייער קינד, פונקט ווי יעצט ווען דו ביסט קוים איבער א וואך אלט, האסט קוים געעפנט דיינע אויגעלעך צו די גרויסע שיינע וועלט, האט מען דיך גענומען, מען האט דיר נישט געפרעגט צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט, מען האט דיר אריינגעטראגן אין בעסמעדרעש, מ’האט דיר געווארפן פון איין מענטש צו אן אנדער מענטש מיט אזא מין כיבוד וואס הייסט חיקה. מען האט דיר ארויף געשלעפט אויפ'ן ארענאקוידעש ארויף, מען האט דיר אראפגעצויגן די הויזן מען האט גענומען א מעסער און געשניטן פלייש פון דיר, ניטאמאל האט מען דיר איינגעשלעפט, עס האט געגאסן בלוט, האסט געקייכט. עס זענען געשטאנען קעפ אויף קעפ מענטשן איבער דיר, צוגעקוקט צום מערכה און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דיינע געוויינען.

כן יכנס לתורה. פונקט אזוי וועט מען דיר אריינטראגן אין חדר צום רבין, מ’וועט דיר נישט פרעגן צו דו ווילסט יא צו דו ווילסט נישט, מען וועט דיר ווארפן פון איין מלמד צום צווייטן, עס וועט קיינעם נישט אינטרעסירן צו מען פראסקעט דיר צאם צו מען אביוזט דיר. ווייטער וועט מען דיר אריין טראגן אין ישיבה, און עס וועט קיינעם נישט אינטרעסירן צו דו ווערסט ערצויגן און עדיוקעטעד צו נישט. דו וועסט וועלן דאס נארמאלסטע נאטורליכסטע געברויכן און עס וועט קיינער נישט הערן דיינע געוויינען פון עמאציאנאל און פון פיין און פון נפשיות1דיגע יסורי איוב וואס דו וועסט זיך דארפן ספראווען דערמיט ווען דו וועסט חלילה וועלן דאס נארמאלסטע נאטורליכסטע געברויכן טוען.

כן יכנס לחופה. מ’וועט פאר דיר ארענדזשן א שידוך, צו דו ווילסט צו דו ווילסט נישט. צו די מדוברת איז א גרויל צו א מרשעת צו א נערוון קראנקע, צו טאקע אלע בענעזאם... דער עיקר די מחותנים זאלן שטימען עס וועט קיינער נישט הערן דיינע געוויינען פון פיין און יסורי איוב וואס דו וועסט זיך אפלעבן דיינע יארן מיט דיין ארענדזשטן "באשערטן".

כן יכנס למעשים טובים. עס וועט קיינעם נישט אינטרעסירן צו דו האסט צום לעבן און ווי אזוי דו לעבסט, דער עיקר זאלסט אונזער עגא נישט צושטערן. נאר איידעלע פרנסות, נאר באקסעדיגע פרנסות זאלסטו האבן. מ'וועט שטענדיג האלטן קאנטראל מיט הונדערטער אויגן מיט וועמען דו האסט אלץ שייכות, מיט וועמען דו דרייסט זיך, מיט וואס דו האנדלסט, דער עיקר זאלסט נישט חלילה אונזערע משוגעת'ן פוגע זיין. א.א.וו. די ליסטע איז נאך לאנג און גרויס. און אויב וועסטו גאר שטארק קייכן, וועט מען דיר אריינטראפן אביסעלע טראפן אין מויל, דיר שטיל צו מאכן, אזוי ווי מען האט דיר ביים ברית אריינגעטראפט אביסל וויין ווען דיינע געוויינען זענען שוין געווען היסטעריש...

דאס האט מען דיר געוואלט לאזן וויסן דא אין בית המדרש, אין א מקום קדוש אויפן ארון הקודש צווישן א מנין אידן. און יעצט קען מען דיר שוין ארויסטראגן, און צוריקגעבן פאר די מאמען. דו ביסט שוין א גע'מל'טער גיי....... דאס איז תורה לאמיתו של תורה....

Re: וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 10:26 am
דורך החוקר
זייער בייסיג און טונקל.

איך האב רחמנות אויף די פעדער וואס האט דאס געשריבן. עס קומט לכאורה פון א שווערע יוגנט אדער זייער א טונקעלע, פיינפולע פלאץ.

איך האב מיטלייד מיט דיין פיין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 10:54 am
דורך היסטאריע
בקיצור, דער כפה עליהם הר כגיגית איז א נצחיות.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 10:56 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
החוקר האט געשריבן:זייער בייסיג און טונקל.

איך האב רחמנות אויף די פעדער וואס האט דאס געשריבן. עס קומט לכאורה פון א שווערע יוגנט אדער זייער א טונקעלע, פיינפולע פלאץ.

איך האב מיטלייד מיט דיין פיין.
דו באמערקסט וויאזוי עס ארבעט היינטיגע צייטן? די מינוט איינער דריקט אויס פארביטערטקייט גייט עס קעגן שטראם פון די דיפלאמאטישע קולטור וואס מיר צווינגען ארויף אויף זיך און וועלן פאר יעדע פרייז פרובירן זיך צוצושטעלן. איך האף איר פארשטייט איך האב בכלל נישט טענות דא אויף אייך. אדרבא, ווי ס׳שיינט זענט איר גאר א גטהארציגער. צו מיין מזל האט עס מיר נישט באקריוודעט וואס אומווילנדיג קוקט אויס פון אייערע ווערטער כאילו עםעס איז ראָנג מיט איינעם וואס פילט אזוי אדער וואגט זיך אויסצודריקן זיין ביטערניש.
אבער איו דעם פאַל איז נישט איך וואס איז דער שרייבער פון די אויבנדערמאנטע שורות. איך האב פשוט א טובה געטון מיין חבר וואס, ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן מוטשעט ער זיך אויך מיט עקסעס צו אינטערנעט און אפילו ווען ער האט עס שוין אמאל איז עס שווער זיך אן עצה צו געבן מיט טעכנאלאגיע אוו ממילא האט ער עס נישט אליין געקענט ארויפשטעלן דא
אבער די אמת מוז געזאגט ווערן:
ס׳דא אומצאליגע ביי אונז וואס גייען אדורך די גיהנים וואס ער שילדערט. און דערפאר טאקע האב איך גענומען אויף מיר עס דא ארויפצושטעלן. צו געבן ווי מ׳זאגט אויף ענגליש a voice to the voiceless
איך האב געפילט אויף מיין אייגענע הויט וויאזוי ס׳קען ארויסהעלפן ווען איינער שילדערט זייער איבערלעבעניש און ס׳געט מיר די ווערטער צו פארשטיין וואס איך בין אליין אדורך (ברוך ה׳ נישט אין דעם פאַל פון א ביטערע שידוך, אבער איך ווייס פון אסך וואס ליידן ליידער די זעלבע)

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:24 am
דורך פרנס החודש
החוקר האט געשריבן:זייער בייסיג און טונקל.

איך האב רחמנות אויף די פעדער וואס האט דאס געשריבן. עס קומט לכאורה פון א שווערע יוגנט אדער זייער א טונקעלע, פיינפולע פלאץ.

איך האב מיטלייד מיט דיין פיין.
דיין רעספאנס איז גראדע מער בייסיג, און אומסענסיטיוו ווי אונזער אינגערמאנס. מיר ווייסן אלע אז אין די חרדישע וועלט עקזיסטירט נישט קיין אינדיווידואל, דער אינדיווידואל איז נאר וויכטיג אויף ווי ווייט ער קען מיטלויפן מיטן סיסטעם. מיר גלייכן זייער אנצורופן די סיסטעם "גאט'ס ווארט" און די רעזולטירנדע צומישעניש "שלות הנפש". יעדער פארשטייט אז ער איז נישט געקומען אויסלופטערן זיינע פערזענליכע געפילן נאר געפילן פון א חלק חשוב פון אונזער ציבור. די סארקאסטישע באמערקונג דאס עס קומט פון א שווערע יוגנט איז כאראקטעריסטיש פון אונזער ציבור'ס אוועקמאכן יעדער וואס רעדט זיך אפ אלץ יוצא מן הכלל אפילו ווען די רוב פילט אזוי. אוודאי האט ער געהאט א שווערע יוגנט, ווער איז אבער שולדיג דערין? ביזטו גרייט עפעס צו פארבעסערן לכבוד דעם? ביזטו גרייט מודה צו זיין אז דו האסט געטון עפעס מיט ריכטיג? ניין! און וישן ויחלום שנית.

אזא תגובה פון סארקאסטיש אראפרייסן און מכלומר'שט מיטפילן איינער וואס סך הכל בעט זיך אז אונזער אזויגערופענע אידישקייט זאל זיך מער רעכענען מיט אינדיווידועלע געפילן איז די סיגנאטור חרדי מענטאליטעט צו אינדיווידואליטעט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:26 am
דורך צקון לחש
נוח האט געשריבן:שיינער פשט, און איך האב גענוי דאס שוין עטליכע מאל געהערט ביי ברית'ן געזאגט אויף א פאזיטיווע טאהן...
https://en.wikipedia.org/wiki/Stockholm_syndrome

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:30 am
דורך שמן למאור
זייער שיין געשריבן, איך זע נישט פארוואס די עולם קוקט עס אהן אלס צו בייסיג. מען דארף האבן הארטערע הויט און קענען פארנעמען אביסל קריטיק, און מען מעג פארדייען א צווייטע מיינונג און קוק ווינקל.

Re: וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 2:44 pm
דורך כרם זית
לעצם השאלה ידוע מה שאמר הקאצקער, דכשם שמצות הברית עשה בלא פניות כן יעשה שאר המצוות.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 3:03 pm
דורך שמן למאור
עס דערמאנט מיר וואס נ. ר. -וואס איז דאך משוגה לאותו דבר כידוע, האט אמאל געטייטשט.
כשם שנכנס לברית.. און אלע חשובע אידן האבן דיר געטאטשט. כן יכנס לתורה.. און די מלמדים, מנהלים און חשובע אידן וועלן דיר טאטשן...
ח"ו, נאר א ווערטל... וויי אויף אזעלכע ווערטלעך...

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 3:48 pm
דורך היסטאריע
עצי שטים האט געשריבן:עס דערמאנט מיר וואס נ. ר. -וואס איז דאך משוגה לאותו דבר כידוע, האט אמאל געטייטשט.
כשם שנכנס לברית.. און אלע חשובע אידן האבן דיר געטאטשט. כן יכנס לתורה.. און די מלמדים, מנהלים און חשובע אידן וועלן דיר טאטשן...
ח"ו, נאר א ווערטל... וויי אויף אזעלכע ווערטלעך...
האסט נאר געזאגט תורה, לחופה - איז דאך זעלבסט פארשטענדליך, אבער וואס איז למעשים טובים?

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 4:07 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
היסטאריע האט געשריבן:האסט נאר געזאגט תורה, לחופה - איז דאך זעלבסט פארשטענדליך, אבער וואס איז למעשים טובים?
פארשטייטצעך אז ווען א קינד ווערט באלעסטיגט קומען ארויס מעשים נוראים דערפון: ס'דא נעבעך אזעלכע וואס ווערן אליין אנגרייפער, און ציען די קייט פון אכזריות, אנדערע איידעלע נשמות ליידן אָפ דעם גיהנם מיט פּי טי עס די, און אומצאליגע נעבעך נעמען זיך דאס לעבן ווייל זיי האלטן נישט אויס די פּיין פון ווערן פארפאלגט טאג איין טאג פון אויסמאטערנדע דעפּרעשן וואס צאפט די נשמה, און ענקזייעטי וואס ציהט ארויס די כוחות, און אפילו שלאף געבט זיי נישט קיין מנוחה ווייל ס'איז אנגעפילט מיט שרעקליכע חלומות.
חוץ פאר די וואס טרעפן א ישועה פון גוטע היילערס וואס קענען זיי פארגרינגערן דאס לעבן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 9:29 pm
דורך [NAMELESS]
לחיים לחיים....
די עיקר איז מ'זאל זעהן ביי איהם אסאך נחת און שטענדיג הערן גוטע גריסען און קענען גיין אויף סימכעס איינער צום צווייטען און מיר זאלען דערלעבן צו טאנצען אינאיינעם ביי זיין חתונה, לחיים

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 12:16 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
קרן זוית האט געשריבן:לחיים לחיים....
די עיקר איז מ'זאל זעהן ביי איהם אסאך נחת און שטענדיג הערן גוטע גריסען און קענען גיין אויף סימכעס איינער צום צווייטען און מיר זאלען דערלעבן צו טאנצען אינאיינעם ביי זיין חתונה, לחיים
דערמאנסט מיר די פאעמע פון בארימטן פאעט ר׳ יהודה לייב גארדאן ז״ל (וואס איז באוואוסט אלס יל״ג) :

אויף חורבן ירושלים, שטיינער און טויטע מאטריאלן
מאכן מיר טויזנטער יארן א זכר,
און אויף אונזערע לעבעדיגע קינדערלעך׳ס פאַלן
טרינקען מיר גאר לחיים אין גאלדענעם בעכער!
-קוצו של יוד 1904

איך לייג דא צו א לינק וואו איר קענט ליינען די גאנצע וואונדערליכע פּאעמע.
ס׳איז מערקווירדיג אז ס׳איז פון 120 יאר צוריק אבער ס׳קוקט אויס ווי היינט.

https://www.google.ca/url?sa=t&rct=j&q= ... TU8fUyO_P-

Re: וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 3:00 pm
דורך כרם זית
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:לחיים לחיים....
די עיקר איז מ'זאל זעהן ביי איהם אסאך נחת און שטענדיג הערן גוטע גריסען און קענען גיין אויף סימכעס איינער צום צווייטען און מיר זאלען דערלעבן צו טאנצען אינאיינעם ביי זיין חתונה, לחיים
דערמאנסט מיר די פאעמע פון בארימטן פאעט ר׳ יהודה לייב גארדאן ז״ל (וואס איז באוואוסט אלס יל״ג) :
דאכט זיך אז צדיקים האבן מקפיד געווען אים צו ריפן רבי רעב שתי פעמים.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 11:08 am
דורך דער דאס
א חתן איז אנגעקומען צו די חופה מיט א 'צאמי' אין פּיסק, ווען מ'האט אים געפרעגט וואס איז פשט? האט ער מסביר געווען, ביי מיין ברית האט מען געווינטשען, כשם שנכנס לברית כן יכנס לחופה..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 3:28 pm
דורך מרדכי מרדכי
ביים ברית האט מען מיר אריינגישטיפט וויין ביים חדר פירן האניג און ביים חופה נאכאמאל וויין

Re: וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 11:07 pm
דורך חמול על מעשיך
רבי רבי רבי...

שוין א לאנגע צייט וויל איך שרייבן אן אשכול וועגען די נקודה וואס איך גיי יעצט זאגען

סד’א א נפק”מ צעווישן א מצוה דאורייתה מיט א היינט’גע סאסייעטי קראנקהייט מיין נישט ווייל די לאכסט פון די סוסטום וואס איז קראנק אין אמפארשטענדליך אז די דארפסט פארשטיין יעדע גזירת הכתוב... (אדער אז די מדארף צושטעלען די תורה צו די מאדנזירטער וועלט)

אין יא שילדיג זענען די וואס האבן געמאכט א מוש מאש מיטן רבוש”ע אזש א דארכשניטליכער אינגערמאן ווייסט נישט קיין נפק”מ צעווישן אמגעשיילטע פעטרישקע אין די ערשטע כזית מצה אדער די חילוק צעווישן עסן מיט א הוט אין דאוונען מוט מנין... אין ווען ספלאצט פלאצט עס...

שוין שוין סהעט מיזן זיין א מער קלארע אשכול איך גיי שלאפן.

Sent from my SM-T978U using Tapatalk

Re: וואספארא וואונטש געבן מיר בשעת ברית מילה?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 12:33 am
דורך אונטער חכם
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:לחיים לחיים....
די עיקר איז מ'זאל זעהן ביי איהם אסאך נחת און שטענדיג הערן גוטע גריסען און קענען גיין אויף סימכעס איינער צום צווייטען און מיר זאלען דערלעבן צו טאנצען אינאיינעם ביי זיין חתונה, לחיים
דערמאנסט מיר די פאעמע פון בארימטן פאעט ר׳ יהודה לייב גארדאן ז״ל (וואס איז באוואוסט אלס יל״ג) :

אויף חורבן ירושלים, שטיינער און טויטע מאטריאלן
מאכן מיר טויזנטער יארן א זכר,
און אויף אונזערע לעבעדיגע קינדערלעך׳ס פאַלן
טרינקען מיר גאר לחיים אין גאלדענעם בעכער!
-קוצו של יוד 1904

איך לייג דא צו א לינק וואו איר קענט ליינען די גאנצע וואונדערליכע פּאעמע.
ס׳איז מערקווירדיג אז ס׳איז פון 120 יאר צוריק אבער ס׳קוקט אויס ווי היינט.

https://www.google.ca/url?sa=t&rct=j&q= ... TU8fUyO_P-
שוין כמעט 150 יאר צוריק, און עס געשריבן אין ליטא.
אז יוצאי אונגארן וואס וואוינען אין אמעריקע הונדערט פופציג יאר שפעטער קענען זיך אזוי אידענטיפיצירן דערמיט, ווייזט אויף נצחיות הארטאדאקסיע לדעתי.