בלאט 1 פון 2

פארוואס די רבנים אינדארסירן האוקעל?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:03 pm
דורך קהל'ס נער
פארוואס האבן סאטמארער רבי (מהר"א) און סקווירא רבי (שיכון) אינדארסירט האוקעל?

ס'קאכט זיך אין די גאסן יעצט, פארוואס האבן די רבנים אינדארסירט האוקעל, אמער זי איז דאך די פאן טרעגער פון די גזירת החינוך, (עכ"פ גארנישט געטון אקעגן דעם), נישט פארדאמט די העסליכע ארטיקעל פונעם געוועזענעם צייטונג די נ.י. טיימס, זיי וואלטן געדארפט אינדורסירן זעלדין בפה מלא, וויבאלד ער האט קלאר געזאגט אז ער וועט מבטל זיין די גזירה.

די בהמות צווישן אונז ענטפערן, דו פארשטייסט נישט צי פאליטיק, וויבאלד זי גייט (סאפאוזעלי) עניוועי געווינען וויל מען זיין אויף איר גוטע זייט.
דאס איז מופרך מעיקרא, וויבאלד זי זעהט אז זי קען טון וואס זי וויל און אונז וואוטען נאך אלץ פאר איר, פארוואס זאל זי לייגן א האלבע פינגער אין וואסער פאר אונז?

די ציניקער צווישן אונז ענטפערן, הכסף יענה את הכל, זי האט זיי צוגעזאגט געלד אין אויסטויש פאר א אינדארסירונג.
וואס קען טאקע אויך זיין אמת.

אבער איך קהל'ס בן שרה סאשע שרייט, ס'גייט סאך אסאך טיפער פון דעם.

ס'דא א טאקטיק וואס אלע דיקטאטורן נוצן צו האלטן די פאלק אויף זייער זייט, איז צי טרעפן א קאממאן שונא פון ביידע, און אנלייגן אלע צרות אויף יענעם, איי די דיקטאטור מאכט אויכעט צרות? אבער יעצט איז נישטא קיין צייט פאר דעם, ערשט דארף מען געווינען די גרויסע שונא דערנאך וועלן אונז זיך שוין מסדר זיין צווישן אונז. עיין ערך עזה, איראן וכו'. די פירער פון די לענדער וועל קיינמאל נישט שלום מאכן מיט ישראל, נישט ווייל זיי האבן א אידיאלאגיע וואס לאזט נישט, נאר פאר זייער א פראקטישע סיבה, די סעקונדע וואס זיי מאכן שלום מיט ישראל וועט דאס פאלק זיך נעמען איבער די ביינער פון זייערע פירער, ווייל די קאממאן שונא איז דאך שוין נישטא, ממילא קען מען יעצט שוין מלחמה האלטן מיטן לאקאלע שונא.

און דאס האבן אונזערע רבנים משיג געווען. ווילאנג ס'דא א גזירת החינוך, אונז האבן א קאממאן שונא, איז נישטא קיין צייט זיך צו שלאגן מיט אונזער פירערשאפט, וויבאלד אונז דארף מיר א פאראייניגטע כח אקעגן די קאממאן שונא, הלא הם, די גזירת החינוך, מילא קען מען טראסקענען פון מוסדות ואין פוצה פה, אמער יעצט איז דאך א שעת מלחמה, מען מוז זיין פאראייניגט.
וואס וועט אבער זיין אויב זעלדין געווינט? איז מער נישטא קיין קאממאן שונא, וועט די עולם אינטערווארפן די פירערשאפט.
והיינו טעמא דציונות, והיינו טעמא דאינטערנעט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:33 pm
דורך וואלווי
אין וועלעכע חסידישע מוסד האסטו באקריגן אזא גוטע סעקולאר עדיוקאציע מיט א מעידזשאר אין פאליטיקעל סייענס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 11:20 pm
דורך צוזאמגעדרייט
@קהל'ס נער, מאך זיי נישט קלוגער ווי זיי זענען.

כ'האב מיר שוין אן אלטן אידיאלאגיע, אז יעדעס פיגור, אויב איז ער סוקסעספול, דאס מיינט ער האט מאכט, מענטשן אונטער זיך, אסאך געלט וכדו', וועט דער עולם אריינלערנען פשט אין זיי ווי כאילו זיי האבן איינשטיין קעפ. טיילמאל קענען זיי ניטאמאל טראכטן גראד, און זיכער נישט טראכטן חשבונות וואס צוויי טויזנט מענטשן שפעקולירן צוזאמען.

למשל א קאנדידאט וואס שלעפט ארויס אן היסטארישן געווינס, וועט מען טייל מאל צושרייבן צו א געלונגענע קלוגע אויסגערעכנטע סטראטעגיע, ווען באמת איז דאס בלויז געווען מזל.

הגם ס'זענען דא מענטשן מיט גוטע ראטגעבער און געפעפערטע חשבונות, איך וואלט אבער נישט אריינגעלייגט די רבנים אין די כלל. זיי האבן בלויז גע'ירש'נט א פיקס-פארטיגע קולט וואס האט זיך אנטוויקלט דורך צעבראכענע איבערלעבער אינאיינעם מיט'ן ווילן צו סערווייוון.

למען הליצנות 10 פוינטס!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 11:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס איז לכאורה די קלוגסטע פתיחת אשכול אין די היסטאריע פון קאווע שטיבל. פשוט אין מילים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 12:39 am
דורך שמן למאור
אפאר פאקטן וואס מען מוז ארויסברענגען.

קודם כל איז דאס מאכן זעלדין פאר די רעטער פון די גזירת החינוך און מאכן האוקעל פאר די שלעכטע גוזר גזירות פשוט נישט ריכטיג. די גאנצע גזירת החינוך האט זילטש מיט די גאווענערס אפיס, עס האט אך ורק מיט די באורד אוו עדיוקעישן. האוקעל איז א דעמאקראט און זוכט נישט צו בלייבן פאליטיש קרח מכאן ומכאן. זי קען זיך נישט אפיציעל צורייסן מיט די ניו יארק טיימס און זי מוז בלייבן אויף די גוטע זייט פון די לינקע פליגל אינעם פארטיי. זי דארף זיי וויכטיגער ווי זי דארף אונז. ווידערום זעלדין האט נישט וואס צו פארלירן, ער האקט אויף אלעס און אלעמען, סך הכל דארף ער נאר אריבערכאפן די מעסיגע דעמאקראטן, ער קען שלאגן כפרות מיט די לינקע ניו יארק טיימס, ער איז ממילא אין קאמף מיט זיי. די פארווע בריוו פון האוקעל איז אין א געוויסע זין אסאך מער ווערד ווי די אלע שארפע רעטאריק פון זעלדין.

זעלדין וועט קענען פונקט אזוי פיל אויפטון אויף אונזער חינוך ווי האוקעל האט אויפגעטון. די מציאות איז אז זי האט געטון וואס זי האט געקענט. זי האט פראבירט נישט צו אינפארסירן די גיידליינס, און אפילו געבעטן די קאמיטע אפצולייגן די נייעס פון די נייע רעגולאציעס אויף נאך די וואלן, און זיי האבן זיך פשוט אנגעפיפן אויף איר. דאס ווייזט אז זיי האבן די גאנצע מאכט איבער די חינוך.

און בכלל איז מער מסתבר אז די לינקע באורד וועט זיין מער וויליג צו האנדלען מיט א דעמאקראט, און נישט וועלן געבן קיין זיג פאר זעלדין אז ער זאל קענען מיט דעם אריבערגעווינען אלע חסידים צו זיין זייט.

און ס'נישט אז האוקעל איז עפעס א געפערליכע אידן פיינט אדער ארכי ליבעראל ווי מאנכע פראבירן איר אראפצומאלן. סך הכל איז זי א מעסיגע דעמאקראט און די עסקנים האבן גוטע קשרים מיט איר. למעשה האט זי א רעקארד וואס מען קען פאקטיש בויען דערויף און זעלדין גיבט נאר הבטחות.

פארשטייט זיך אז ווען עס קומט צו די סאמע וויכטיגסטע זאך פון חינוך וואלט מען יא געדארפט קוקן אויף ווער עס שטעלט זיך למעשה ארויס לטובתינו,עכ"פ וויפיל ער קען, אפילו זיין ווערטער וועלן גארנישט אויפטון. און טאקע וועגן דעם אינדארסירן רוב מוסדות און רבנים יא זעלדין. די קעפל דא וואס מאכט עס אויסקוקן ווי יעדער אינדארסירט האוקעל (און אויך די אנאנס אויפן פאדערשטן דעקל פון "די צייטונג") אז 'די רבנים' (אדער כלשון הדי צייטונג "אלע רבנים") איז מיסלידינג. חוץ פון סקווירא און סאטמאר מהר"א ווייס איך נישט ווער נאך האט אינדארסירט האוקעל.

פון די אנדערע זייט אבער האט האוקעל פאקטיש א גרעסערע שאנס צו געווינען לויט ווי עס זעט אויס. און אויב געווינט זי טאקע איז אייביג גוט צו האבן איין אדער צוויי קהילות וואס וועלן האבן א אפענע טיר ביי די אדמיניסטראציע, נאך וואס זי ווייסט אז זיי האבן איר געשטיצט אין די שמאלע פארמעסט. אזוי אז די קהילות וואס שטיצן זעלדין וועלן אויך קענען האבן א וועג אריין.

דיין קאנספיראציע אז זיי שטיצן האוקעל ווייל זיי ווילן א גזירת החינוך קויף איך נישט ממש אפ. פשוט ווייל ווער עס גייט זיין גאווערנער וועט גאר ווייניג אפעקטירן די גזירת החינוך.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 12:45 am
דורך שמן למאור
די מיסלידינג "די צייטונג"

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 1:02 am
דורך וואלווי
עצי שטים האט געשריבן:די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 1:10 am
דורך מתבודד
וואלווי האט געשריבן: דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
קוקט טאקע אויס ווי ס’האלט נאנט ;)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 1:10 am
דורך מר. קלונימוס
That's a paid advertisement

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 1:14 am
דורך מתבודד
שיינע חקירה @קהלס בן שרה סאשע, צו געלט האט די השפעה אויף רבנים אדער power...

נישט קיין נפק"מ למעשה, אמת?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 1:36 am
דורך שמעקעדיג
קהל'ס נער האט געשריבן:די ציניקער צווישן אונז ענטפערן, הכסף יענה את הכל
די ציניקער זאגן "הכסף יענה את האוקול"....

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 1:47 am
דורך שמן למאור
מר. קלונימוס האט געשריבן:That's a paid advertisement
זיי לייגן עס אבער אראפ ווי א פשוטע נייעס העדליין. גראבע ליגנט פאר באצאלט...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 1:48 am
דורך שמן למאור
וואלווי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
זאלן זיך אלע שקר צייטונגען איבערדרייען מיט זייער ליגנט, מיר גייט נאר אהן ווען אין "שטיבל" שרייבט מען מיסלידינג זאכן...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 8:15 am
דורך [NAMELESS]
@ קהל'ס נער

ואפשר להוסיף על דבריך, אז לאו דוקא וועגען דעם וויל דייקא ק. האוקעל, די סיבה קען אויך זיין אבי דער עולם איז פארנומען און ס'קאכט זיך גזירות ארויף אראפ מען שמועסט און מ'רעדט וועגען די עתיד פונעם חינוך און מ'ווייטאגט אויף די שווערע גזירות הכסף,
אמאל איז עס אזוי ווי די זאגסט אנדערע לאקאלע גזירות אמאל איז עס ארץ ישראל'דיגע גזירות אדער אנדערע אינערלעכע קאכעניש פון דברים של מה בכך.
די עיקר איז אז דערווייל זיצען די אומערוועלטע ראשי ומנהיגי הקהילות אן קיין שום אווערסייט וואס זיי טוען יא אדער נישט פאר צאן מרעיתם....

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 12:09 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
זאלן זיך אלע שקר צייטונגען איבערדרייען מיט זייער ליגנט, מיר גייט נאר אהן ווען אין "שטיבל" שרייבט מען מיסלידינג זאכן...
וואס פינקטליך איז מיסלידינג?
אז אין די העדליין שטייט נישט די גאנצע ארטיקל? א"כ מה הועילו חכמים ב'העדליינ'יהם?

אז די ביסט פויל צי ליינען די ארטיקל, בין איך נאכנישט מיסלידינג.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 3:48 pm
דורך היסטאריע
דער אשכול באלאנגט אין שמייכל.

יא, עס איז דא אמת צו דעם, אז די עסקנים טרייבן אויף דער "גזירות", און זיי קענען באשטיין צו רייטן אויף דערולעם, אבער זיי זענען נישט גענוג סטופיד צו וועלען די גזירות פארדעם. זיי רייטן ווייל עס איז נישטא קיין אויסווייל פין מוסדות, און דער דערולעם דארף זיי האבן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 5:33 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:די מיסלידינג "די צייטונג"
ק'מאן עצי, די ווערסט נאך mislead ווען די צייטונגען שרייבן "אלע"....?

אלע, אמת'ע, ערליכע, ריינע, פרידליכע...
נעם נישט די זאכען ערענסט. דיין רויטע פען קען נאך אויסלויפן פון אינק...
זאלן זיך אלע שקר צייטונגען איבערדרייען מיט זייער ליגנט, מיר גייט נאר אהן ווען אין "שטיבל" שרייבט מען מיסלידינג זאכן...
וואס פינקטליך איז מיסלידינג?
אז אין די העדליין שטייט נישט די גאנצע ארטיקל? א"כ מה הועילו חכמים ב'העדליינ'יהם?

אז די ביסט פויל צי ליינען די ארטיקל, בין איך נאכנישט מיסלידינג.
עס איז מיסלידינג וויבאלד א קעפל דארף צו זיין א קורצע דעקריפציע פון אפאר ווערטער, וואס לייגט אראפ וואס עס שטייט אינעם ארטיקל. עס קומט נישט אז עס שטייט אין די קעפל איין זאך אדער אז עס איז משמע פונעם קעפל א געוויסע זאך און למעשה שטייט אונעם ארטיקל אנדערש.

למשל אז די זעסט א קעפל אין א צייטונג "א חלק אמעריקע אינטער מיסל אטאקע" און למעשה שטייט אינעם ארטיקל וועגן א 'געוויסע' אינגל וואס וואוינט גראדע 'אין' אמעריקע, וואס אפאר פון זיינע חברים האבן אים געפרענקט און אטאקירט מיט א פאפירענע פאלטשע מיסל. דאס הייסט א מיסלידינג קעפל.. אפילו מען פארשטייט נאכן ליינען דעם ארטיקל, וואס די קעפל דארף צו מיינען...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 7:44 pm
דורך מתבודד
שמה ’’מיסלידינג קעפל’’ דמתקריא בפי אנשים ’’newspaper’’.

וואס נאך איז א צייטונג אויב נישט מיסלידינג קעפלעך???

און נאך ווי ס’מיסלידט די קאפ....

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
מר. קלונימוס האט געשריבן:That's a paid advertisement
מר. קלונימוס: ייש"כ. אחרי ככלות הכל איז נאך א חילוק ווען א צייטונג געט אן אפיציעלע אינדארסירונג פון זייער עדיטאריעל באורד. אדער ס'איז א באצאלטער אנאנס.

נאר ס'האט אזויפיהל ווערד און אזויפיהל קרעדיביליטי ווי די גרויסע העדליין מיט רויטע אותיות אין בלאט...מלחמה...!

ווער ס'גלייבט נאך אפילו איין ווארט פון אונזערע היימישע צייטונגען איז א גרויסער נער. נאר נישט קיין קהל'ס נער...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שטים האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן:That's a paid advertisement
זיי לייגן עס אבער אראפ ווי א פשוטע נייעס העדליין. גראבע ליגנט פאר באצאלט...
כמו שאמרתי: ווער ס'גלייבט נאך פאר די צייטונגען האט געמוזט אראפקומען פון די לבנה. אדער איז ער געווען אינ'ם רוסישן אינטערנעשאנאל ספעיס סטעישן פאר א לאנגע צייט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 8:14 am
דורך היסטאריע
בשעת דער עולם איז פארנומען פאר וועמען צו וואוטען, נישט פארגעסן דער תהלים'ל, און מתפלל זיין און איינרייסן אז די שווערע גזירות זאלן בטל ווערן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 12:20 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 2:16 pm
דורך שמן למאור
דא האט איר בילד פון פעטריק מעלאוני מיט זיין ווייב...
יא! אלע רבנים אינדארסירן א אפענע געי קאנידאט!!!
משיח'ס צייטן...