בלאט 1 פון 1

לך לך - וואס מיינט זיין א טאטע?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 2:20 pm
דורך א שעפעלע
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די וואכעדיגע סדרה פאַנגט זיך אָן מיט איינס פון די באקאנטסטע נסיונות וואס אברהם אבינו ע"ה האט מיטגעמאכט, איינס פון די עשרה נסיונות מיט וואס השי"ת האט איהם אויספראבירט, דאס איז דער נסיון פון לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ, אין וועלכע דער אייבישטער האט איהם באפוילן איבערצולאזן זיין לאנד און זיין שטאט, און וואַנדערן קיין ארץ כנען.

מיר וועלן נישט מאריך זיין אין די קושיות, בלויז באמערקן א נקודה, פארוואס ווערט אברהם אבינו אנגערופן מיט'ן טיטל "אבינו"? פארוואס נישט אברהם רבינו, אדער אברהם הצדיק? וואס איז די באזונדערקייט וואס מיר געפונען ביי אברהם אבינו אז ער איז דער ראש וראשון פון אונזערע הייליגע 'אבות' און צו ווערן אנגערופן מיט דעם נאמען. און די צווייטע זאך וואס רופט אויס א שטיקל וואונדער, פארוואס מאכט די תורה אזא עֵסֶק פון די נסיון פון לך לך, און אויף דעם ווערט טאקע אנגערופן די גאנצע פרשה; לכאורה אין אונזערע אויגן וואלט מען געדארפט מאכן אסאך א גרעסערע מצב פון די נסיון וואו מ'האט אריינגעווארפן אברהם אבינו אין א קאלך-אויוון על קידוש השם, דאס איז דאָך אסאך א גרעסערע מסירות נפש פארן אייבישטער, און דאס ווערט בכלל נישט דערמאנט אין פסוק, בלויז דאס אז אברהם אבינו איז באפוילן געווארן זיך
ארויסצולאזן אויפן וועג און גיין קיין כנען שטייט ארויסגעשריבן קלאר און באריכות, וואס ליגט אין דעם א לימוד פאר אונז?.

אגב, אז מיר זענען עוסק אין די פרשה פון אברהם אבינו וועלכער איז געווען "הכיר את בוראו" און האט זוכה געווען צו טרעפן דעם רבונו של עולם און זיך דערנענטערן צו איהם, איז כדאי מקדים צו זיין מיט א סיפור פון אונזערע צייטן וואס האט אין זיך א שייכות צו דעם ענין, און דינט אונז אלס א מוסר השכל און איז אונז 'מְחַייב' אין אונזער טאג טעגליכע לעבן.

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו באגעגענען א בחור, א וואוילע און ערליכער, א שטיק איידלקייט און מלא חן, ממש די שכינה רוהט איהם אויפן פנים, וואס צו מיין גרויס וואונדער בין איך געוואר געווארן אז אט דער בחור איז א בעל תשובה, און בלויז מיט צוויי דריי יאר צוריק איז ער געווען גענצליך פריי, א תינוק שנשבה וואס איז געבוירן געווארן צו עלטערן וואס זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות, און דא שטייט ער פאר מיר ממש ווי א ישיבה'שע בחור, א ירא שמים, ער קיין פיין לערנען, און איז מדקדק על קלה כבחמורה. אבער נאך מער אינטערסאנט איז געווען צו הערן די היסטאריע וואס ליגט אונטער זיין התקרבות צו אידישקייט און צום דרך התורה, און ער האט דערציילט אזוי:

אלס יונגע בחור בין איך געפארן מיט א גרויסע נסיעה קיין ארץ ישראל, ווי עס איז דער סדר פון פילע אידישע קינדער פון ארום די וועלט וואס שליסן זיך אָן אין פארשידענע גרופעס וואס פירן זיי ארום אין די פארשידענע הייליגע און אינטערסאנטע ערטער אין ארץ ישראל. איין טאג זייענדיג דארט, איז צוגעקומען צו מיר א איד און געפרעגט אויב איך וויל לייגן תפלין, מיין ערשטע רעאקציע איז געווען "א דאנק אייך, אבער ניין, איך בין נישט אינטערסירט צו לייגן". און דער אמת איז געווען אז איך בין דעמאלטס ליידער נישט געווען אזוי אנטציקט מיט די גאנצע ענין פון תפלין. איך האב דאָך אליינס געהאט א 'בר מצוה' צערעמאניע מיט עטליכע יאר פריער און אפילו געלייגט איין מאל תפלין, אבער אין מיינע אויגן האט עס אויסגעקוקט ווי עפעס א סימבאלישע זאך, עפעס א אומפארשטענדליכע פעולה וואס אידישע מענטשן טוען, נו, איך האב עס שוין איינמאל געטוהן, און יוצא געווען.

דער איד האט אבער נישט נאכגעלאזט, און מיט א ספעציעלע איידלקייט האט ער געפרואווט אנצוצינדן א פינק אין מיין הארץ, זאגענדיג "דו ווייסט וואס די תפלין באדייט?" און דערביי האט ער מיר געגעבן א קורצע תמצית פון די מצוה פון הנחת תפלין וואס טראגן אין זיך די פרשיות פון יחודו ואחדותו יתברך שמו, און אז עס האט א ספעצעילע כוונה דאס וואס מען טראגט עס דווקא אויף די האנט און אויפן קאפ. זיינע ווערטער האבן געפאנגן מיין הארץ אויף א מינוט, הערנדיג אז ס'איז נישט סתם 'אַבִּי געטון' אָן קיין שום פשט, איך האב צום ערשטן מאל דערהערט אז עס איז א מצוה וואס האט א משמעות, עס האט א טיפקייט און א העכערקייט אין זיך, און איך האב צוגעשטימט צו לייגן תפלין. איך האב דעמאלטס געהאט א שטיקל התעוררות צו אידישקייט, און באשלאסן צו בלייבן לענגער אין ארץ ישראל און זיך איינשרייבן אין איינס פון די דארטיגע באקאנטע ישיבות וואס זענען געאייגענט פאר קירוב רחוקים. און כך הוה, איך בין פארבליבן עטליכע וואכן אין ארץ ישראל, קונה געווען אביסל מושגים אין ידיעות אין אידישקייט, אבער נאך אפאר וואכן איז שוין געקומען די צייט אהיימצוגיין און צוריקצוגיין צו מיין געווענליכע 'רוטין' און לעבנסשטייגער. קיין פרומע איד בין איך נאכנישט דעמאלטס געווארן, אבער אזויפיל יא, איך האב אנגעקניפט באציאונגען מיט א לאקאלער רב אין מיין היימשטאט שיקאגא, און געבעטן אז ווען עס וועט פארקומען סיי וועלכע 'פראגראם' אדער אקטיוועטעטן וואס זענען געאייגענט אויך פאר אזעלכע יוגנטליכע ווי מיר, זאל ער מיך איינמעלדן דערוועגן, און דאס איז געווען מיין גאנצע שייכות מיט אידישקייט אין יענע תקופה.

ויהי היום, און איך באקום א מעלדונג פון יענער רב, אז עס שטעלט זיך צוזאם א קבוצה וואס גייט פארן אינאיינעם אויף א אויספלוג קיין מאנטאנע, איינס פון די שטעט אין אמעריקא וואס ווי באקאנט פארמאגט אין זיך הערליכע בערג מיט גאר שיינע פאנאראמע. פארוואס דען נישט? איך האב זיך אנגעשלאסן אין די נסיעה און מיטגעפארן מיט זיי. אנקומענדיג אהין, ווען מ'איז ארויפגעגאנגען צום שפיץ פון איינס פון די הויכע בערג, האב איך זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די הערליכע נאטור וואס האט ארומגענומען די גאנצע סביבה, די ריזיגע בערג, די וואסער, די לופט, ס'איז געווען עפעס א זעלטן שיינע מראה צו זעהן, און איך האב אויסגעדרוקט מיין התפעלות און מיין עקסטאז, רופט זיך אָן צו מיר דער רב, ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזעהן אזא זאך?, "קיינמאל אין מיין לעבן", איז געווען מיין ענטפער, אויב אזוי דארפסטו מאכן א ברכה, "א ברכה? וואס איז דאס, און וועלכע סארט ברכה?" האב איך זיך געוואונדערט, און דער רב ערקלערט מיר אז עס איז דא א ספעציעלע ברכה מיט וועלכע מען לויבט און דאנקט השי"ת דער "עושה מעשה בראשית" וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט, און ווען מ'זעהט די וואונדערליכע ווערק פון די בריאה דארף מען זאגן אט די ברכה...
די רושם וואס זיינע ווערטער האבן געמאכט אויף מיר, קען איך אפילו נישט מסביר זיין, איך האב ממש אנגעהויבן צו וויינען. איך האב פלוצלינג געשפירט אז עס זענען דא מענטשן וואס לעבן מיט העכערס, זיי לעבן מיט א תכלית און א ציל, זיי זענען באהאפטן צום בורא עולם, און ווען זיי זעען די וועלט, אנשטאט קוקן דעראויף מיט ליידע און פוסטע אויגן און גארנישט האבן דערפון, נעמען זיי די התפעלות און די באגייסטערונג און זיי לייגן עס אריין אין א ברכה, מען בענטשט און מען לויבט! עס האט זיך דעמאלטס געעפנט פאר מיר ממש א נייע וועלט, א וועלט צו וועלכע איך האב געוואלט באלאנגן און זיין א חלק דערפון פאר יעדן פרייז. אומר ועושה, איך האב געזאגט פארן רב אז איך האב באשלאסן מיט א פעסטע החלטה אז מיין פלאץ איז צווישן פרומע אידן, איך וויל אויך האבן אזעלכע השגות. זעענדיג מיין ערנסקייט און מיין אנטשלאסנקייט, האט דער רב מיר געהאלפן אנקומען צו איינס פון די גרויסע און חשוב'ע ישיבות אין ניו יארק, וואו איך האב זיך אריינגעזעצט על התורה ועל העבודה, און איך האב די זכיה שוין צו זיין א ערליכע און פרומע איד פאר קרוב צו דריי יאר ברוך השם!

עד כאן המעשה, און עס איז באמת א מורא'דיגע מעשה פון יעדע שטאנדפונקט און פון יעדע ווינקל דערפון. אבער לענינֵנו טייערע חברים, טוט עס פאָדערן פון אונז א געוואלד! לאמיר זיך מתבונן זיין און באמערקן ווי ווייט א מענטש איז משפיע אויף זיין סביבה, אָן צו האבן די מינדנסטע אהנונג וואס ער האט אלס אויפגעטוהן. דרייט זיך ארום א איד אין ארץ ישראל און לייגט תפלין פאר אדורכגייער אין די גאס, אבער ער ווייסט גארנישט אז ער האט אנגעצינדן א פלאם פייער אין א אידיש הארץ, און אין זיין זכות איז פארהאן א בעל תשובה אינעם ווייטן אמעריקא וואס דינט דעם אייבישטער און וועט בס"ד אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות, אלעס ווייל מיט זיינע קורצע דיבורים האט ער אנגעווארימט און ערוועקט די נקודה פנימיות פון א דערווייטערטע איד. אדער ווען דער רב האט מיט איינפאכע רייד גערעדט איבער מאכן די ברכה פון עושה מעשה בראשית, אבער דערמיט האט ער מקדש געווען שם שמים און מחזיר בתשובה געווען א איד און איהם צוריק געברענגט צו אבינו שבשמים. געוואלד! ווער ווייסט וועלכע רושם אונזערע דיבורים און אונזערע מעשים האבן געמאכט און מאכן נאך אלס אויף אנדערע, און ווי ווייט דארפן מיר זיך אנשטרענגן אז מיר זאלן טאקע נאר ערוועקן גוטע און הייליגע געפילן אין אנדערע מענטשן, און נישט חלילה פארקערט.

אבער עס גייט נאך אסאך ווייטער פון דעם! יעדער איינער ווייסט אז קינדער זענען 'יוֹנֵק' זיי זאַפּן איין און אטעמען אריין אין זיך פון די אטמאספערע וואס זיי זעען און שפירן אין זייער הויז. נאטורליך זענען די טאטע מאמע די נענטסטע און וויכטיגסטע מענטשן אין א קינד'ס לעבן, און דאס וואס ער זעהט און הערט ביי זיי ווערט א חלק פון זיין מהות, זיין טבע און זיינע געוואוינהייטן ווערן 'געשפייזט' און ערנערט מיט די חינוך וואס ער זעהט צו אינדערהיים. אבער וויפיל מיר מיינען אז די "מוסר אביך" און די "תורת אמך" מיינט די רייד און די דרשות וואס מיר רעדן צו די קינדער, דארפן מיר וויסן אז ניין, אסאך מער ווי וואס די מויל זאגט ארויס מיט ווערטער, און אסאך בעסער ווי די אנגעגרייטע לעקציעס און חינוך פּארציעס וואס מיר געבן איבער פאר אונזערע קינדער, זענען די מעשים וואס מיר טוען, די אופן וויאזוי מיר פירן זיך אויף, און בפרט אין א שעת נסיון, ווען זאכן זענען שווער און שטורמיש, ווען א מענטש גייט אדורך פארשידענע שוועריגקייטן אין לעבן, ווען עס באפאלט איהם ח"ו א צרה אין געזונט, אין די פרנסה, אין שלום בית, אין נחת, וכדומה וכדומה, דעמאלטס קוקן די קינדער אויף די עלטערן מיט גרויסע אויגן און זיי טרינקן מיט דארשט יעדע תנועה, יעדע רעאקציע, יעדעס ווארט, און דאס גייט ווערן א חלק פון זייער טבע און פון זייער מציאות. ווייל קינדער אבזערווירן שטענדיג זייער גאנצע ארום, זיי לערנען אפ אלעס וואס טוט זיך ארום זיי און נעמען דאס אריין אין זיך, און אזוי וואקסן זיי אויף און לערנען זיך די טאג טעגליכע התנהגות וויאזוי עס איז די סדר העולם זיך צו פירן. איז על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון זייערע עלטערן, די טאטע און מאמע וועמען זיי שעצן און האבן ליב, וועמען זיי קענען אלס זייערע נענטסטע אחריות'דיגע ערוואקסענע מענטשן וואס היטן אויף זיי און באשיצן זיי, איז דאָך זייער התנהגות די הויפט חינוך וואס די קינדער זענען קונה, און עס קריכט אריין טיף אינעווייניג אין זייער נפש, נאך אסאך מער און טיפער פון די קנינים וואס זיי זענען קונה פון סיי וועלכע אנדערע רבי אדער מחנך אין די וועלט.

אויב אזוי פארשטייט יעדער איינער אליינס אז די אחריות פון א טאטע און מאמע איז פילפאכיג גרעסער. זיי טראגן אויף זיך דעם טיטל פון 'מחנכים' יעדע רגע אין טאג, און זיי דינען אלס א וועג ווייזער אין יעדע שריט אין לעבן [און ס'איז קיינמאל נישט דא קיין 'טיים-אוט' פון דעם, ווייל די קינדער באמערקן אלעס, אפילו ווען מיר פארגעסן אז זיי קוקן, און אפילו ווען מיר מיינען אז זיי האבן נישט באמערקט אונזער התנהגות]. ווי דער גרויסער גאון און צדיק רבי שמשון רפאל הירש זי"ע האט געטייטשט דאס וואס שטייט אין די עשרת הדברות, "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶךָ - זיי מכבד דיין פאטערליכקייט און דיין מוטערליכקייט" דאס מיינט צו זאגן אז עס איז א באפעל פאר יעדער איד, פארגעס נישט אז דו ביסט א טאטע אדער א מאמע צו דיינע קינדער און זיי עס מכבד, שעץ עס! געדענק די 'פאָטערשאפט' חלק וואס געפונט זיך אין דיר און איז דיין ראלע אין לעבן, ווייל אז מען געדענקט עס, פירט מען זיך אויף גאנץ אנדערש.

און אז מ'רעדט שוין, ווי פאסיג איז צו דערמאנען א טייער ווארט אויף א פסוק אין אונזער פרשה, ווען אברהם אבינו איז ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן מיט די קעניגן וואס האבן געפאנגן זיין פלומעניק לוט, דערציילט אונז די תורה (י"ד י"ד) וַיָרֶק אֶת חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ, אז אברהם אבינו האט איינגעשפאנט און צוגעאיילט זיינע יונגען, די מענטשן וועמען ער האט מחנך געווען און ערצויגן ביי זיך, און רש"י ברענגט פון מדרש אז טראצדעם וואס מ'ליינט די ווארט חֲנִיכָיו א לשון רבים, שטייט עס אבער געשריבן כאילו ס'וואלט געשטאנען 'חֲנִיכוֹ' א לשון יחיד (ווייל עס גייט ארויף אויף איין מענטש, אליעזר עבד אברהם, זעה רש"י). שטייט אויף דעם א דבר נפלא בדרך רמז און מוסר אינעם ספר אגורה באהלך פון הגה"צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל (אבד"ק פאפא מאנטריאל) אז די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, ווען א מענטש וויל מחנך זיין אנדערע, דארף ער אוועקשטעלן א עכטע דוגמא, ער דארף אוועקשטעלן א וועג ווייזער וואס מ'קען זיך אפלערנען פון איהם, און פון דעם איינעם 'חֲנִיכוֹ' וועט שוין פון זיך אליינס ווערן אסאך 'חֲנִיכָיו' וואס וועלן גיין אין זיינע פיסטריט. וואס לעניננו קען מען מרמז זיין אז א מענטש דארף מקיים זיין דער 'חֲנִיכוֹ' מיט זיך אליינס, מען דארף קודם 'זיך אליינס' מחנך זיין און דורכדעם האט מען שוין א השפעה אויף אלע קינדער און אלע ארומיגע אז זיי זאלן ווערן מחונך דורך אונזער אויפפירונג.

הכלל, אצינד אז מיר ווייסן שוין אז די אויפגאבע פון א טאטע איז צו געדענקן אלעמאל אז ער איז מחנך זיינע קינדער כמעט יעדע מינוט אין טאג, ווייל זיין גאנצע 'הלוך ילך' און זיין גאנצע סדר החיים אין יעדן זמן און אין יעדן מצב לערנט זיי אויס און שטעלט זיי אוועק אויף די וועג וואס זיי וועלן שפעטער גיין, וועט א מענטש פרעגן, נו, וואס איז טאקע די עצה? וויאזוי האלט מען דעם קאפ אויפן פלאץ און מ'פארגעסט נישט פון די אייגענע פאטערליכקייט און מוטערליכקייט, מ'פארגעסט נישט אז די קינדער קוקן מיר נאך און באטראכטן מיין הנהגה; איבערהויפט ווען מ'גייט באמת אדורך שווערע אומשטענדן, מ'איז אנגעצויגן און נערוועז, מ'איז נישט רואיג, וואס איז די סגולה און די עצה עס אדורכצוגיין מיט די ריכטיגע יישוב הדעת, ארויסווייזן שטארקייט און זיכערקייט, אָן צו ווערן פארלוירן און צורידערט, און אָן צו צושאקלען די שלוות הנפש און שמחת החיים פון אונזערע קינדער.

די ריכטיגע תשובה אויף דעם איז, ווען א מענטש געדענקט זיין 'מטרה' ער געדענקט זיין ציל און תכלית וואו אהין ער וויל אנקומען און דערגרייכן, ער געדענקט וואס השי"ת פאָדערט פון איהם יעצט, דאס וועט איהם העלפן האלטן קאפ, און האבן די קלארקייט. און לאמיר זיך אביסל מער ערקלערן: די ערשטע זאך איז נישט צו פארגעסן פונעם בורא עולם! ווען א איד לעבט מיט אמונה און בטחון, ער ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף איהם איז מיט א חשבון, און אפילו ווען ס'איז שווער און ביטער איז עס א נסיון פון הימל, אבינו שבשמים האט איהם געשיקט די יעצטיגע שוועריגקייט פאר א סיבה, און די תכלית איז עס אדורך צו שוויצן און עס ביישטיין, נישט אויפצוגעבן, נישט זיך פארלירן, און נישט ווערן אין כעס וכדומה. ווען א מענטש לעבט אזוי, ער לעבט מיט'ן אייבישטער, ער לעבט מיט א חשבון, מיט א העכערקייט, דאס אליינס איז די גרעסטע הילף נישט צו ווערן שוואך און פארלוירן אין די שווערע מצבים! ווייל דער וואס לאזט זיינע געפילן און ווייטאגן איהם באהערשן אינגאנצן, אזא איינער וועט זיך טאקע נישט קענען צוזאמקלויבן געהעריג, ער ווערט איבערגעשטרענגט און פארלוירן פון די דאגות, און דאס ברענגט איהם צו ווערן ווילד און צו האבן אויסברוכן פון כעס, צו רעדן נישט איידל, צו טשעפענען און פארשעמען, און צו טוהן אנדערע נישט גוטע זאכן, ווייל דאס איז די מציאות פון א מענטש וואס ווערט אינגאנצן איבערגענומען דורך זיינע הרגשים און אומשטענדן און לאזט זיך פירן פון זיי. דאגעגן ווען איינער בלייבט באזעצן, ער פראבירט מיט אלע כוחות זיך מחזק צו זיין און שטארקן, ער געדענקט וואס עס ליגט אונטער אלע זיינע פראבלעמען, ער געדענקט אז דאס איז א נסיון, ער געדענקט אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, ער געדענקט אז מ'קען זיך ווענדן צום טאטן אין הימל און מ'קען געהאלפן ווערן, דאס אליינס וועט איהם געבן 'קאנטראל' אויף זיך און אויף זיין מצב, נישט צו ווערן אויס מענטש און נישט אריינצופאלן אינם נֶפֶשׁ מִבֶּהָלָה וואס וויל איהם באגראבן.

והשנית, און ווער רעדט נאך אויב א מענטש האט זיך גענוג איינגע'חַזר'ט דעם אויבנדערמאנטן כלל "אז ער איז א טאטע פאר זיינע קינדער, ער האט דאס גענוג דערהערט אין פרידנס-צייטן, און געלעבט מיט דעם טאג טעגליך צו זיין א מחנך און א וועג ווייזער פאר זיינע קינדער", אזוי אז אפילו יעצט אין זיין שעת הדחק פארגעסט ער נישט דערפון, נאר אדרבה, ער געדענקט גוט אז איבערהויפט יעצט, דווקא אין די מינוטן, אין די שווערע אומשטענדן, פראבירן זיינע קינדער אפצולערנען און אפצוליינען אלע סימנים פון זייער טאטע וויאזוי מ'באהאנדלט א קריזיס, זיי גייען ארויסנעמען פון דעם א לימוד לנצח נצחים וויאזוי זיך אויפצופירן הלכה למעשה אין זייער אייגענעם לעבן... אז א איד איז זוכה דאס צו וויסן און געדענקן אלעמאל, דאן וועט דאס אליין איהם אויך צוגעבן כוח און מוט צו קענען אדורכגיין זיינע שווערע אומשטענדן בשלום, ווייל ער געדענקט זיין תפקיד, ער ווייסט אז ער איז דא דער גענעראל אויפן פראנט און אלע סאלדאטן זענען אנגעהאנגן אין איהם, זיי קוקן איהם נאך און גייען פאלגן זיינע באפעלן.
עס האט פאסירט אמאל ווען איינס פון די אמעריקאנע שטאטן האבן געליטן פון א שרעקליכע פארפלייצונג, גאנצע געגענטער זענען געווען באדעקט מיט וואסער, און פילע מענטשן זענען געווען פארכאפט אין הייזער און אין בנינים אָן די מעגליכקייט צו קענען ארויסקומען, די קאטסטראפע איז געווען גאר גרויס. די פעדעראלע רעגירונג אין וואשינגטאן אין שפיץ פונעם פרעזידענט האבן אראפגעשיקט א ספעצילער שליח, א געוועזענער הויכראנגיקער אפיציר אין די ארמיי און א מענטש מיט אסאך ערפארונג, אז ער זאל זיך אומקוקן אויף דער מצב פון די נאנט און אנטייל נעמען ביי די עמערדזשענסי זיצונג וואס קומט פאָר צווישן אלע לאקאלע רעטונגס אגענטורן פון יענע געגנטער, און זעהן וואס מ'דארף טוהן און וואס מ'קען העלפן.

האט דער אפיציר דערציילט, ווען כ'בין אריינגעקומען צום זיצונג האב איך צו מיין ערשטוינונג געפונען פילע אנגעצויגענע און ברוגז'ע בעאמטע וואס האבן נישט אויפגעהערט צו שרייען און טייטלען מיט די פינגער איינער אויפן אנדערן ווער עס איז שולדיג אין וואס, און ווער עס וואלט ווען געדארפט טוהן דאס און יענץ. איך האב נישט געגלייבט וואס מיינע אויערן הערן, איך בין געווען אין שאק, אין אזעלכע קריטישע מינוטן זענען זיי פארנומען מיט אזעלכע קליינקעפיגע חשבונות אנשטאט צו זוכן וויאזוי מ'קען ראטעווען לעבנס פון מענטשן?!. ביז איך האב פארשטאנען אז די מענטשן זענען אלע א טייל פון די צרה, זייערע הייזער און פארמעגנס זענען געשעדיגט געווארן, זייערע ברידער און שוועסטרע זענען פארכאפט אונטער די צענדליגע פיס וואסער, און זייערע נאנטע געפונען זיך אין די לאקאלע שפיטעלער, שולעס, ביזנעס ערטער, וואס קענען נישט פונקציאנירן געהעריג און געפונען זיך אין א סכנה, דערפאר הערשט דא כאאס און צומישעניש, קיינער קען זיך נישט צוזאמקלויבן און טראכטן גראד, ווייל זיי זענען פשוט נישט דערביי! זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו מאכן סדר מיט די פשוט'ע מחשבות און פאקטן וואס זיי האבן יעצט צו טוהן. איך האב באמערקט אז איך בין דער איינציגסטער 'דרויסנדיגער' וואס וואוינט נישט דא, איך האב נישט קיין שום נאנטע אדער באקאנטע אינעם גאנצן ארום, און איך מוז אוועקשטעלן דעם טאן און אריינברענגן א גייסט פון נארמאלקייט ביי די פארזאמלונג. איך האב געגעבן א קלאפ אויס אויפן טיש און שטיל געמאכט, אלע אויגן האבן זיך געוואנדן צו מיר, איך האב געפרעגט "איז אמת אז יעצט ווען מיר זיצן דא, שטייען מענטשן אויף די דעכער פון בנינים און ווארטן צו ווערן עוואקואירט?" און יעדער האט געענטפערט יא! "איז וואס איז די ערשטע און איינציגסטע זאך וואס מיר ווילן עררייכן יעצט אויף די מינוט?" האב איך ווייטער געפרעגט, "מיר ווילן ראטעווען וואס מער מענטשן" איז געקומען די ענטפער פון יעדעם איינעם פֶּה אחד. נו אויב אזוי, לאמיר אויפהערן צו שרייען און צו זידלען, ס'מאכט נישט אויס ווער ס'דארף טוהן מער אדער ווייניגער, ס'מאכט נישט אויס וועלכע אגענטור טראגט אחריות אויף וועלכע חלק פון די אפעראציע, מיר לייגן אלע חשבונות אין א זייט, און יעדער איינער וואס געפונט זיך דא אין דעם זאל זאל שוין ארויסשיקן אלע איינגעשטעלטע און אלע וואלאנטירן פון זיין דעפארטמענט צו גיין ראטעווען און ארויסנעמען וואס מער געשטראנדעטע מענטשן... דברים פשוטים.

דאס איז א אמת'ע מעשה וואס דער אויבנדערמאנטער אפיציר האט אליינס דערציילט, עס איז א קליינע געשיכטע, אבער עס זאגט גאר אסאך. ווען עס הערשט א 'בלבול המוחין' און אלעס איז צומישט און צוטומלט איז נישט מעגליך צו רעאגירן ווי עס דארף צו זיין, עס איז פשוט נישט במציאות! דער מענטש קען זיך נישט צוזאמקלויבן און קען נישט קלאר מאכן וואס ער האט צו טוהן, און דערפאר קען ער נישט ביי-שטיין אפילו א קליינע נסיון. אבער ווען א מענטש האלט פאר די אויגן די מטרה, די תכלית, די ציל, ער ווייסט וואו אהין ער דארף אנקומען און וואס עס פארלאנגט זיך פון איהם, דאן איז זיין האפענונג אסאך גרעסער, און ער האט די כוחות און די מעגליכקייט מצליח צו זיין.
יעצט פארשטייט זיך אז ביי די מעשה וואס מיר האבן געברענגט איז עס אסאך גרינגער פאר א פרעמדע מענטש, פאר א דרויסנדיגער, צו קענען אדורכשוויצן און העלפן אנדערע אין זייער נויט. און צומאל דארפן מיר טאקע וויכטיג צוקומען צו א פרעמדן, צו א חכם, צו א מורה דרך, אדער א חבר, וואס וועט אונז קענען מייעץ זיין און העלפן בייקומען א נסיון. אבער צומאל איז עס די כוחות הנפש אין אונז אינעווייניג, מיר מוזן געדענקן דעם אייבישטער וואס האט אונז געשיקט דעם פראבלעם, און אויך געדענקן אונזער תפקיד אלס פאטער און מחנך, און דאס וועט אונז נישט לאזן פאלן!

אזוי שטייט אין ספה"ק קדושת לוי אין אונזער פרשה, די טבע פון א מענטש איז אז ווען ער זוכט צו אנטלויפן פון א שונא, וועט ער אנטלויפן וואו אהין עס זאל נאר זיין, אפילו אויב ער וועט זיין נָע ונד און ארומוואנדערן, אַבִּי נישט נאנט צו זיין שונא. וועט מען דאָך מיינען אז אברהם אבינו האט דא פארלאזט אור כשדים און חרן כדי צו אנטלויפן פון נמרוד וואס האט איהם געוואלט הארגענען ווי באקאנט, און ער איז געלאפן אָן קיין ציל און אָן קיין תכלית, דערפאר זאגט די תורה לֶךְ "לְךָ" מֵאַרְצְךָ וּמִמוֹלַדְתְּךָ, גיי צו דיין ארט, צו דיין באשטימטע ציל וואו דו דארפסט אנקומען. אברהם אבינו גייט מיט א חשבון, מיט א פלאן, און מיט א פאָראויס באשטימטע תכלית.

און דאס איז בעצם די גאנצע מהות פון אברהם אבינו וועלכער איז געפרואווט געווארן מיט צען שווערע נסיונות און אלעס בייגעשטאנען, ווייל אברהם אבינו לעבט מיט א ציל, ער ווייסט אז דער אייבישטער רעדט צו איהם און דער אייבישטער פירט איהם, ער ווערט נישט צומישט און פארלוירן. און דאס האבן מיר כלל ישראל יונק געווען און זיך געלערנט פון אברהם אבינו, ער איז אונזער וועג ווייזער במשך אלע דורות וויאזוי א איד דארף דינען דעם אייבישטער, און בפרט ווי די ספרים הקדושים זאגן, אז די כוח פון אברהם שיינט אריין און באגלייט יעדער איד ברוחניות און העלפט אונז אלע ביישטיין אונזערע נסיונות. און דערפאר הייסט ער טאקע מיט'ן נאמען "אבינו" ווייל גענוי ווי קינדער לערנען זיך פון זייערע עלטערן, אט דאס האבן מיר גענומען און באקומען פון אברהם אבינו, די אייזן שטארקע כוחות, און די מעגליכקייט זיך צו האלטן קלאר און מיט יישוב הדעת אין די שווערטסע אומשטענדן אפילו ווען מ'גייט אדורך שווערע נסיונות, דער מוסר השכל פון לֶךְ "לְךָ", אז אפילו ווען מ'גייט און מ'שלעפט זיך פון איין פלאץ צום אנדערן איז עס אויך מיט א ציל און מיט א תכלית, און נישט נאר ווען מ'דארף זיך אריינווארפן אין קאַלעך אויוון און זיך מוסר נפש זיין על קידוש השם, וואס ווי באקאנט דער כלל אז אסאך מאל איז גרינגער צו שטארבן על קידוש השם ווי לעבן מיט קידוש השם, נאר טאקע ביים גיין און ביים וואַנדערן, ביי די טעגליכע שוועריגקייטן, אויך דארט קען מען האלטן קאפ און געדענקן דעם בורא עולם און זיך נישט פארלירן! און דאס איז די שענסטע ירושה וואס מיר האבן זיך אפגעלערנט פון אונזער טאטע אברהם, און אט דאס העלפט אונז צו קענען ווייטער זיין א ריכטיגע טאטע און וועג ווייזער פאר אונזערע קומענדיגע דורות.

לסיכום געדענק:
• אונזערע מעשים האבן א געוואלדיגע השפעה אויף אנדערע, מ'קען קיינמאל נישט וויסן ווי ווייט עס גייט.
• עלטערן טראגן אַן אחריות ווייל מיר האבן א ספעציעלע כוח פון מחנך זיין און אויסלערנען אונזערע קינדער בלויז דורך זייער טאג טעגליכע התנהגות.
• ווען מ'איז צומישט און צוטומלט קען מען נישט טראכטן גראד און ביישטיין נסיונות. מ'מוז האלטן די קאפ אויפן פלאץ מיט אמונה און בטחון.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 2:30 pm
דורך א שעפעלע