בלאט 1 פון 1

יארצייט פון אוהבן של ישראל רבינו שלמה בן נפתלי קרליבך זיע

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 2:09 am
דורך דוד שריפטליך
קוקן דיג אויפן לוח גלייבט זיך שווער אבער פאקט בלייבט פאקט אז היינט די זעכצנסטע טאג צום חודש רם חשוון איז ווי דער די יארצייט פון אונזער אומפארגיסליכער רבי משפיע מחזיר בתשובה וכ'ו אוהבן של ישראל רבי שלמה בן נפתלי קרליבך זצוקל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 6:03 am
דורך היסטאריע
של ישראלית כצ"ל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:44 am
דורך איך אויך
ביידע.

רבי שלמה ענטפערט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 1:40 am
דורך דוד שריפטליך
א אינטערוויוער וואס האט אינטערוויוט רבי שלמה אין ארץ ישראל האט אים געפרעגט פיל שאלות איבער זיין וועג דערנענטערן אידן צום אייבירשטן און אויף די פראגע פארוואס למשל ער האט נישט קיין מחיצה און זיין שול אין סאן פראנציסקא האט ער געגעבן צו פארשטיין א משל ער זאגט שטעל דיך פאר דו טרעפסט א מענטש וואס איז שמוציג פארשמירט באוואקסן און ער כאפט א הארץ אטאקע פארשטייסטו אליינס אז די ערשטע זאך ברויך מען זעען אז ער זאל צוריק באקומען זיין באוויסטזיין און דערנאך קען מען זיך זארגן פאר זיין ריינקייט קליידער שערן די נעגל.... און אזוי ווייטער.... אויך דערציילט ער דארט ווייטער איטרעסאנטע איינצעלהייטן פון די יוגנט וואס לעכצעט אזוי פאר אידישקייט ליבשאפט און נאנטשאפט צום באשעפער און אזוי ווייטער אויך זאגט ער אז עס דאווענען דארט שבת צווישן 250 און פינעף הונדערט מענטשן אנשים נשים וטף און עס איז נישט דא קיין שום בענקלעך אדער בענק מען קען בלויז שטיין אויף די פוס אדער זיצן אויף דער ערד

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 1:49 am
דורך דוד שריפטליך
איך אויך האט געשריבן:ביידע.
גערעכט איך האלט אינמיטן שרייבן א מעשה איך האב דאס געלייגט אין דרעפט ווייל עס נעמט מיר צו לאנג שרייבן אויף איין מאל און ווען עס וועט זיין פארטיג וועל איך דאס פארעפנטליכן אין דעם אשכול מיטן אייבירשטנס הילף

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 4:05 pm
דורך berlbalaguleh
די טעאריע מיט דעם משל וואס הרב שלמה קארליבאך זצ"ל (וועם איך האב זייער שטארק ליעב געהאט) איז "דאך" נישט אינגאנצן גלייך. ס'איז משל למה הדבר דומה. ווען מ'ברענגט אריין א פאציענט אין עמערדזשענסי רום און די דאקטוירים וועללן זיך מפלפל זיין וועלכע מעדיצין מ'זאלל איהם געבן איהם צוריקצוברענגען צום לעבן. איז דא איין דאקטאר וועלכער וויל איהם געבן א געוויסע מעדיצין. נאר אלע דאקטוירים שרייען פה אחד אז דאס די נישט ריכטיגע מעדיצין. און דאס וועט איהם (ח"ו) אוועקלייגן. נו, וועם דארף מען פאלגן. אפילו דער דאקטאר דער יחיד האט די בעסטע כוונות...!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 8:57 pm
דורך היסטאריע
אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:09 am
דורך דונג
berlbalaguleh האט געשריבן:די טעאריע מיט דעם משל וואס הרב שלמה קארליבאך זצ"ל (וועם איך האב זייער שטארק ליעב געהאט) איז "דאך" נישט אינגאנצן גלייך. ס'איז משל למה הדבר דומה. ווען מ'ברענגט אריין א פאציענט אין עמערדזשענסי רום און די דאקטוירים וועללן זיך מפלפל זיין וועלכע מעדיצין מ'זאלל איהם געבן איהם צוריקצוברענגען צום לעבן. איז דא איין דאקטאר וועלכער וויל איהם געבן א געוויסע מעדיצין. נאר אלע דאקטוירים שרייען פה אחד אז דאס די נישט ריכטיגע מעדיצין. און דאס וועט איהם (ח"ו) אוועקלייגן. נו, וועם דארף מען פאלגן. אפילו דער דאקטאר דער יחיד האט די בעסטע כוונות...!
בימיו האבן רוב דאקטוירים אויפגעגעבן אויף די סעקטע פאציענטן - ווי דו ווייסט און געדענקסט אוודאי יענע יארן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:10 am
דורך דונג
היסטאריע האט געשריבן:אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.
די שול איז געווען זיין טאטעס, און זיין ברודער האט עס אויך געפירט.
זיין טאכטער אין ארץ הקודש הייסט 'נדרה'. זי הייסט ערליך און באשיידן. נשמה האט זיך איינפאך ערקלערט רעפארם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:44 am
דורך דוד שריפטליך
דונג האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.
די שול איז געווען זיין טאטעס, און זיין ברודער האט עס אויך געפירט.
זיין טאכטער אין ארץ הקודש הייסט 'נדרה'. זי הייסט ערליך און באשיידן. נשמה האט זיך איינפאך ערקלערט רעפארם.
זיין צווילינג ברודער האט געהייסן אליהו חיים ער איז אוועק תש"ן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:48 am
דורך [NAMELESS]
מען דארף ברענגען די פולע נעמען :
די ערשטע טאכטער הייסט נשמה טהורה שלוחה אסתר
די צווייטע טאכטער הייסט חנה נדרה אמרה נפשי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:51 am
דורך שמן למאור
ריכטיג האט געשריבן:מען דארף ברענגען די פולע נעמען :
די ערשטע טאכטער הייסט נשמה טהורה שלוחה אסתר
די צווייטע טאכטער הייסט חנה נדרה אמרה נפשי
דעמאנסט מיר די ווערטל מיט די חב"ד'סקער וואס האט געהאט א דרילינג און געגעבן דריי חב"ד'סקע נעמען.
בהמה= ר"ת, ברוך הבא מלך המשיח
חמור= ר"ת, חי מורינו ורבינו
און סוס= ר"ת סעוון סעווענטי...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 8:52 am
דורך דונג
עצי שטים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מען דארף ברענגען די פולע נעמען :
די ערשטע טאכטער הייסט נשמה טהורה שלוחה אסתר
די צווייטע טאכטער הייסט חנה נדרה אמרה נפשי
דעמאנסט מיר די ווערטל מיט די חב"ד'סקער וואס האט געהאט א דרילינג און געגעבן דריי חב"ד'סקע נעמען.
בהמה= ר"ת, ברוך הבא מלך המשיח
חמור= ר"ת, חי מורינו ורבינו
און סוס= ר"ת סעוון סעווענטי...
טיפש = טייטלבוים יואלי פוי שייגעץ

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 12:21 pm
דורך berlbalaguleh
הערר דונג: אויב דו ווילסט, מאך אויף אן אשכול איבער ראשי תיבות. איכ'ל דיך דארט טרעפן, אי"ה. דערווייל רעדט מען דא פון ר' שלמה קארלבאך זצ"ל...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
דונג האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מען דארף ברענגען די פולע נעמען :
די ערשטע טאכטער הייסט נשמה טהורה שלוחה אסתר
די צווייטע טאכטער הייסט חנה נדרה אמרה נפשי
דעמאנסט מיר די ווערטל מיט די חב"ד'סקער וואס האט געהאט א דרילינג און געגעבן דריי חב"ד'סקע נעמען.
בהמה= ר"ת, ברוך הבא מלך המשיח
חמור= ר"ת, חי מורינו ורבינו
און סוס= ר"ת סעוון סעווענטי...
טיפש = טייטלבוים יואלי פוי שייגעץ
הרים כדונג, די בערג שטותים והבלים פון @דונג; נמאסו, האט אונז אלע פארמיאוס׳ט.

ביטע לערן אדורך די תקנות פון קאווע שטיבל בעיון רב און קום צוריק מיט א צעטל פון דיין מאמע. אויב ביסטו שוין זייער אויפגעקלערט קען זיין אז דיין ארט איז נישט ביי אונז אין ישיבה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 7:14 pm
דורך דונג
דוד שריפטליך האט געשריבן:
דונג האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:אין מאנהעטן איז יא געוועהן א מחיצה, אבער איך מיין עס איז נישט געוועהן זיין שוהל אינגאנצען.

ב.ד.וו. ר' שלמה האט א פרימע טאכטער אין ארץ-ישראל, חוץ נשמה וואס איז לעצטענס אנגעפארען און האלט זיך נישט פרום.
די שול איז געווען זיין טאטעס, און זיין ברודער האט עס אויך געפירט.
זיין טאכטער אין ארץ הקודש הייסט 'נדרה'. זי הייסט ערליך און באשיידן. נשמה האט זיך איינפאך ערקלערט רעפארם.
זיין צווילינג ברודער האט געהייסן אליהו חיים ער איז אוועק תש"ן
זיין אייניקל פירט היינט די שול. זייער א וואוילער רב