בלאט 1 פון 1
רבני'שע קערפערשאפט לעניני בחירות בארה"ב
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 10:36 am
דורך [NAMELESS]
ויהי ממחרת איז צייט פאר חשבון הנפש, אונזער ציבור ווערט גרעסער און גרעסער, דאס מיינט אונזער וואל כוח האט מער ביישטייערונגען צו די שטאטישע פירערשאפט ווי קיינמאל בעפאר. אויך איז געווארן אז אונזער געזעלשאפט אנשים נשים וטף ווערען אריינגעשלעפט אין די נושא פון בחירות ראשי העיר והמסתעף.
איינס פון די זאכן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט, אפשר איז שוין געקומען די צייט אז מען זאל איינפירן אין ניו יארק, אזוי ווי די רבנים טוען שוין יארן אין ארץ ישראל, די רבנים זאלן זיך צונויף קומען און דן זיין בכובד ראש אלע ענינים וואס איז שייך פאר א צוקונפטע בחירות און מ'איז דן זה בכה וזה בכה, "מ'וועט לאזן יעדן זאגן און ארויף ברענגען זייערע מיינונגען", ביי די ענדע פונעם אסיפה וועט מען ארויסקומען מיט איין החלטה, דאס מיינט אז אן אחדות'דיגע קול קורא וועט נאכפאלגן פון אלע רבנים, לפי די באקאנטע תורה'דיגע כלל פון אחרי רבים להטות !!
די מעלות פון דעם איז צוויי פאכיג, איינס לגבי די וואלן בפרטיות, יעדער וועט קלאר וויסן פאר וועם צו שטימען, אלע בני הקהילות וועלן וויסן אז זייער רבי/רב איז געווען פרעזענטירן ביי די אסיפה, צווייטענס די רבנים וועלן ווייזן פאר די המון עם ווי אזוי אידן קומען זיך אדורך בסבר פנים יפות, אפי' מען האט פארשידנארטיגע מיינונגען.
זעלבספארשטענדליך אז דאס איז נישט שייך ביי די דאזיגע קהילות ווי רבנים נעמען נישט א שטעלע פאר וועם די יחיד זאל שטימען, ווידער ביי אונזערע קהילות ווי יחידים שטימען ע"פ הוראות רבותיהם וואלטן מיר אוודאי בענעפעטירט אויב מ'קען אויפשטעלן א רבני'שע קערפערשאפט לעניני בחירות בארה"ב.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 10:45 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ס'שוין טאקע משיח'ס צייטן אבער ווייט פון תיקון העולם. דו האלסט טאקע אז אלע חסידישע רבנים וועלן זיך זעצן אינטער איין דאך און דיסקאסירן די וואלן און ארויסקומען בפה "אחד" פאר וועם צו וואויטן?? און נאך לאזן "יעדן זאגן זיין מיינונג"??
ווען איז געווען ס'לעצט מאל ווען די אזויגערופענע אינזערע רבנים האבן זיך צינויפגענומען און בפה אחד אפגעמאכט אינטערצושרייבן עפעס?? פאר א פאנטאזיע איז עס זיכער גוט!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2022 10:55 am
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פאר א פאנטאזיע איז עס זיכער גוט!
גערעכט, אבער אסאך זאכן הייבן זיך אן מיט פאנטאזיע.
אולי דאס אליינס וואס די היימישע עולם איז אריינגעקומען אין פאליטיק און מ'זעהט ווי אזוי קאנגרעסלייט און סענאטארן ארבייטען אינאיינעם אן קוקן אויף זייערע אומאיינשטימונגען וועט ברענגען אן אויפוואכונג, למה נגרע....
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 2:24 am
דורך שמעון וואלף
נא וועי
די איינציגסטע וועג ארויסצוברענגן אונזער עולם וואוטן איז טאמער ס'איז דא א מחלוקת.
אלץ א לימוד זכות אויף מהר"א און סקווירא וואלט איך געזאגט אז זיי האבן געוויסט אז די בעסטע וועג צו שטיצן זעלדין איז דורך אינדארסירן האקול
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 11:26 pm
דורך דונג
מער ווייניגער איז דאס שוין געווען יעצט אויך.
ווייל אין אפסטעיט האט סאטמאר און סקווער געשטימט פאר האוקעל, אבער כ'האב געהערט אז סקווערע רבי האט געהייסן די סקווערערס אין ברוקלין צו שטיצן זעלדין. ממילא איז עס נישט געווען ווייט פון דעם. ווייל אין שטאט איז געווען די כח פאר זעלדין און אין אפסטעיט פאר האוקעל, און ס'האלט זייער נאנט אייביג אז ס'דא בערך איין צוזאמארבייט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 7:07 pm
דורך דולה ומשקה
דער ערשטע זאך וואס דער רבני'שע קערפערשאפט דארף זיין רבי סרולצע וויזניצערס געדאנק...
נעמליך, אויפשטעלן א גמ"ח וואס זאל צאלן די טיקעטס פאר אלע נוי יורקער (ליין: ווימ"ס, ב"פ, מאנסי וכו') וואס געפונען זיך אין ארץ ישראל זאלן צוריק קומען צום ארצות הברית, אפגעבן זייער וויכטיגע שטים, און דערנאך קענען זיי צוריק פליען...
פאפא פקחות
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 8:31 pm
דורך היסטאריע
רבי סרולצע וויזניצערס געדאנק...
ווען האט ער עס געזאגט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 2:08 pm
דורך קלוגע יודל
דולה ומשקה האט געשריבן:דער ערשטע זאך וואס דער רבני'שע קערפערשאפט דארף זיין רבי סרולצע וויזניצערס געדאנק...
נעמליך, אויפשטעלן א גמ"ח וואס זאל צאלן די טיקעטס פאר אלע נוי יורקער (ליין: ווימ"ס, ב"פ, מאנסי וכו') וואס געפונען זיך אין ארץ ישראל זאלן צוריק קומען צום ארצות הברית, אפגעבן זייער וויכטיגע שטים, און דערנאך קענען זיי צוריק פליען...
פאפא פקחות
אין א"י האט זיך עס אויסגעשטעלט, אז מיט נאך 900 אזעלכע טיקיטס, האבן נאך אפאר יודן פרנסה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 2:38 pm
דורך [NAMELESS]
קלוגע יודל האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:דער ערשטע זאך וואס דער רבני'שע קערפערשאפט דארף זיין רבי סרולצע וויזניצערס געדאנק...
נעמליך, אויפשטעלן א גמ"ח וואס זאל צאלן די טיקעטס פאר אלע נוי יורקער (ליין: ווימ"ס, ב"פ, מאנסי וכו') וואס געפונען זיך אין ארץ ישראל זאלן צוריק קומען צום ארצות הברית, אפגעבן זייער וויכטיגע שטים, און דערנאך קענען זיי צוריק פליען...
פאפא פקחות
אין א"י האט זיך עס אויסגעשטעלט, אז מיט נאך 900 אזעלכע טיקיטס, האבן נאך אפאר יודן פרנסה
כך הוא דרכי של חכמי .....
ס'האט גענומען יארן אריינצוברענגן ביליגע שטריימלעך ווייל "אפאר אידען" האבן פון דעם פרנסה ועוד כמה דוגמאות כזה...
Re: רבני'שע קערפערשאפט לעניני בחירות בארה"ב
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 3:20 am
דורך צפוני
קלוגע יודל האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:דער ערשטע זאך וואס דער רבני'שע קערפערשאפט דארף זיין רבי סרולצע וויזניצערס געדאנק...
נעמליך, אויפשטעלן א גמ"ח וואס זאל צאלן די טיקעטס פאר אלע נוי יורקער (ליין: ווימ"ס, ב"פ, מאנסי וכו') וואס געפונען זיך אין ארץ ישראל זאלן צוריק קומען צום ארצות הברית, אפגעבן זייער וויכטיגע שטים, און דערנאך קענען זיי צוריק פליען...
פאפא פקחות
אין א"י האט זיך עס אויסגעשטעלט, אז מיט נאך 900 אזעלכע טיקיטס, האבן נאך אפאר יודן פרנסה
ס'איז גארנישט אזא דשאוק, זיי זאגן אז ווען נאך 800 חוץ לארץ'דיגע אידן קומען קיין ארץ ישראל שטומען, וואלט מען געהאט נאך א בענקל אין די כנסת!!!
Sent from my SM-N960U using Tapatalk