בלאט 1 פון 1

יואל פעלזן נעמט איבער ר' זלמן ווידער אלס דער נייעס געבער

נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 6:20 pm
דורך צוזאמגעדרייט
דאס קול פון ר' זלמן ווידער איז ביז היינט געוועזן ווי א בילד אויף דער וואנט, ס'איז געפארן ווי א באן. שוין פאר די לעצט כ'ווייס נישט וויפיל יאר [15-20?] האט ר' זלמן געליפערט די נייעס מיט זיין געשליפן צינגל און שנעלן חיתוך הדיבור.

פאר קול מבשר צוהערער איז היינט געווען א מאדנעם און היסטארישן טאג, ווען יואל פעלזן האט איבערגענומען דאס מייקרעפאון שוין פון היינט אינדערפרי. ר' זלמן האט נאך עספיעט צו געבן איין אפדעיט היינט אינדערפרי איבער די אויפרייס אין טערקיי, פון דארט און ווייטער איז יואל פעלזן אריינגעקומען אין בילד.

ס'איז וויכטיג אנצומערקן אז פון מוצאי שבת האט זיך שוין געהערט ווי ר' זלמן ווערט מער און מער הייזעריג. היינט אינדערפרי איז געווען נאך ערגער און דערנאך האט ער צום ערשטן מאל איבערגעלאזט דאס מייק.

זיינע צוהערער האפן אויף די בעסטע און וואונטשן אים פון אלע עקן וועלט א שנעלע גרינגע און גענצליכע רפואה שלמה!

אויב איינער האט מער דעטאלן אויב ס'איז ערנסט אדער בלויז א שווערן פארקילונג זאל ביטע לאזן וויסן. אויך אויב אימיצער ווייסט צו יואל פעלזן איז דער עמטליכער במקום, אדער איז ער בלויז דא אויף די רגע ביז מ'איז זיך מסדר.