בלאט 1 פון 1
עם ולשון אנקעטע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 12:13 am
דורך מר. קלונימוס
מ'קען טאקע נישט מאכן אנקעטעס דא אזוי ווי אין אייוועלט. אזא אנקעטע וואלט סיי ווי נישט אריינגעפאסט דארט ווי פארשטענדליך. און טאקע פאר איך שטעל דעם אנקעטע שאלה וויל איך דא צוזאמען מיט יעדן (אזוי האף איך) מאכן דעם ברכה פון אשר בחר בנו מכל העמים, שלא עשנו גוי, אתה בחרתנו מכל העמים! און אזוי ווייטער.
יעצט צום אנקעטע פאר די פארגעשריטענע קאווע שטיבלערס. אויב חלילה איר וואלט נישט זוכה געווען צו געבוירן ווערן אין א אידיש שטוב אינעם עם הנבחר חלילה וחס. אין וועלכע לאנד שפראך פאלק וואלט איר זיך צום מערסט געוואלט געפינען? א פראנצויז? א דייטש? א יאפענעזער? א רוסקי? אן ענגלענדער? א פיננישער צו גאר א צפון קארעאר? צו עפעס אנדערש? און פארוואס?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 12:58 am
דורך קהל'ס נער
איך וולאט געוואלט זיין א אמעריקאנער, פשוט סאיז די בעסטע לאנד אויפן וועלט צי וואוינען (פון א מגושם'דיגע פרעספעקטיוו) ס'דא די מערסטע תאוות אכילה, ס'דא גיטע ביזנעס אפערטוניטי, שיינע נש*ם וכו.
און איך וואלט מיך אפילו מגייר געוועהן איך האלט אז די יודישע מאדערן ארטהאדאקסיע מאכט די מערסטע סענס פון אלע רעליגיעס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 1:06 am
דורך מר. קלונימוס
כ'מיין אז מיט נ**ם און קוזין (cuisine) קענען זיך אסאך לענדער און ראיאנען פארמעסטן מיט אמעריקע... מיט ביזנעס און געלט אפארטוניטיס איז אמעריקע לכאורה יא נומבער איינס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 1:13 am
דורך קהל'ס נער
מר. קלונימוס האט געשריבן:כ'מיין אז מיט נ**ם און קוזין (cuisine) קענען זיך אסאך לענדער און ראיאנען פארמעסטן מיט אמעריקע... מיט ביזנעס און געלט אפארטוניטיס איז אמעריקע לכאורה יא נומבער איינס
דעיס גייט אריין אין על טעם וריח, אבער פערסענעלי האלט איך אז די קאנטרי גירלס פאקען איין אלע פראנצויזישע מאדעלס, און די היימישע ווייבלעך פאקן איין אלע האלאנדישע זונות.
לגבי קואיזין, ביסטו גערעכט אינז האמיר גיטע פעסט פוד אבער פאר א דיינינג עקספיריענס דארף מען זיך אריבער כאפן דעם אטלאנטיק.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:12 am
דורך Nanach
קהל'ס נער האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:כ'מיין אז מיט נ**ם און קוזין (cuisine) קענען זיך אסאך לענדער און ראיאנען פארמעסטן מיט אמעריקע... מיט ביזנעס און געלט אפארטוניטיס איז אמעריקע לכאורה יא נומבער איינס
דעיס גייט אריין אין על טעם וריח, אבער פערסענעלי האלט איך אז די קאנטרי גירלס פאקען איין אלע פראנצויזישע מאדעלס, און די היימישע ווייבלעך פאקן איין אלע האלאנדישע זונות.
לגבי קואיזין, ביסטו גערעכט אינז האמיר גיטע פעסט פוד אבער פאר א דיינינג עקספיריענס דארף מען זיך אריבער כאפן דעם אטלאנטיק.
דאס איז וויבאלד עס אחז נענטער צו דיין השגה ווי די אייראפעיאישע לאו דוקא ווייל דאס איז דיין טעם
Re: עם ולשון אנקעטע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:46 am
דורך פרנס החודש
שוועדן.
זיי זענען שיין, הויך, קלוג, דעמאקראטיש, און גלייבן נישט אין קריג. האבן די בעסטע העלט קעיר, און זענען די צופרידענסטע לאנד איבער די וועלט.
פאר צווייטע אויסוואלן אין רייע:
שווייץ
האלאנד
דענמארק
גרינלאנד
איסלאנד
נארוועגיע
בעלגיע
ליכטנשטיין
לוקסעמבורג
אלע פון די צייכענען זיך אויס מיט גוטע עדוקאציע, געזונטהייט, עקענאמיע, און אזוי ווייטער. אבער שוועדן איז די מערסטע דעמאקראטיש און anti-war. געוויסע פון די האבן מיר אבער נערוועז געמאכט ביי קאראנא.
איך האלט אז די נארדישע לענדער זענען די מערסטע פארגעשריטן איבער די וועלט.
Re: עם ולשון אנקעטע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:53 am
דורך פרנס החודש
פאר ווער עס וויל זיך אהינציען זאל וויסן אז די אלע לענדער האבן זייער שווערע אימיגראציע געזעצן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 8:46 am
דורך קהל'ס נער
פרנס החודש האט געשריבן:פאר ווער עס וויל זיך אהינציען זאל וויסן אז די אלע לענדער האבן זייער שווערע אימיגראציע געזעצן.
רוב פון אינז קענען נאך מאכן א אינגערישע פאספארט, (כמיין ביז די דריטע דור) אין איינמאל ביסט אין די EU קענסטו וואוינען אין וועלכע לאנד די ווילסט, פרנס האסט נאך א טשאנס!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 9:42 am
דורך [NAMELESS]
שווייץ.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 10:32 am
דורך אלע צוזאמען
מדינת ישראל, מיט אלע אירע חסרונות, איז עס נאך אלץ די טאפ.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:10 am
דורך וואלווי
קרית יואל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:13 am
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:קרית יואל
זאב (וואלווי)אחד בין שבעים כבשים ..??
Re: עם ולשון אנקעטע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:21 am
דורך צוזאמגעדרייט
א סייענטיסט אויף דער נארט פאול
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:46 am
דורך [NAMELESS]
אלע צוזאמען האט געשריבן:מדינת ישראל, מיט אלע אירע חסרונות, איז עס נאך אלץ די טאפ.
מתלמידיו של אברהם אבינו !!!
ארץ כנען האט געהאט א חסרון פאר אברהם אבינו, ער האט נישט געהאט מיט וועם זיך צו משדך זיין...
מיט דעם אלעם האט ער נישט געוואלט אויפגעבן "די לאנד" פאר זיינע דורות הבאים
ויאמר אליו אברהם, השמר לך פן תשיב את בני שמה: (חוץ לארץ)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:33 pm
דורך קידוש
המממ...
איך טראכט אין טראכט,
קיין איין פאלק- ווי שיין אין קלוג זיי זענען - ציט מיר נישט
איך ארבעט מיט אסאך - בעסערע-גוים/נשים און איך בין פארעקלט פון זייערע לעבנסשטייגער,
אפשר וואלט איך געוואלט זיין אן רייכע אמעריקאנע יוגענטליכע אין קאלעדזש אין מקיים געווען שמח בחור...
אבער בלויז 6 חדשים מעקס!
דערנאך זיך מגייר זיין, נישט דווקא חסידיש
Re: עם ולשון אנקעטע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:51 pm
דורך צוזאמגעדרייט
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:א סייענטיסט אויף דער נארט פאול
פארגעסן צו זאגן: איך וויל אבער ווייטער באלאנגען צום אידישן פאלק פון סוקסעס.
אין די זומער חדשים דארף איך נאך קלערן וואו אהין איך וויל אנקומען.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 4:52 pm
דורך שאלתיאל
ערשטע אפציע: אין איינער פון די סקאנדינאווישע לענדער: נארוועגן, שוועדן אדער דענעמארק .
ווי @פרנס האט ערווענט: רייכע עקאנאמי, סופער לעבן קוואליטעט, ערציאונג סיסטעם ארבעט טיפ טאפ, שיינע לענדער, אלעס וואס דארף צו ארבעטן-ארבעט, קוקט אויס גאט האט ארויסגעגאסן אין יענער געגנט מזל און חן מיט א שמוץ אריבער. זיי זענען פון די בעסטע לענדער אין דער וועלט צו וואונען דארט.( ליידער ווערן זיי צוביסלעך חרוב דורך די איסלאמישע אימיגראנטן אין די לעצטע יארן) בנוגע צופרידנהייט ראטע בין איך נישט זיכער ווייל ס'גראדע פארהאן דארט א הויכע ראטע פון זעלבסטמארד און דאס ברענגט מיך צו די סעקענד אפציע וואו כ'וואלט געגלייכט צו געבוירן ווערן: Bhutan , א קליין לענדל אין די איסטרן הימאלייען בערג, א לאנד וואס ביז נישט לאנג צוריק האט מען נישט געקענט אריין דארט און היינט צוטאגס איז אויך גאנץ שווער און ס'קאסט 200 דולר א טאג + די עירפארט ראנוועי ווערט פארעכנט אלץ דער מערסט ריזיקאלישע אין די גאנצע וועלט. רוב לאנד איז נישט אויסגעפלאסטערט אבער ס'איז א הערליכע לאנד און די איינוואונער לעבן דארט א נאטורליכע באשיידענע און געזונטע לעבנסשטייגער און 'ליידן' פון די העכסטע צופרידנהייט ראטע אין די וועלט.
צום לעצט קווענקל איך צו כ'זאל גיין אויף א דערפל ערגעץ וואו אין די אלפען בערג אין שווייץ ארומגענומען מיט אטעמפארכאפענדע לאנדשאפט אלץ קינד צו א פאמיליע פארמערס מדורי דורו, פון דער אנדערע זייט ווי אינטערסאנט קען זיין אזא לאנגווייליגע לעבן?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 6:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'מיר זייער שווער צו ענטפערן אויף דיעס פראגע ווייל אויב וואלט געווען א פלאץ וואו איך וואלט באמת ענדערש געוואלט וואוינען וואלט איך שוין פונלאנג אהינגעגאנגען.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 8:09 pm
דורך מתבודד
שאלתיאל האט געשריבן:
צום לעצט קווענקל איך צו כ'זאל גיין אויף א דערפל ערגעץ וואו אין די אלפען בערג אין שווייץ ארומגענומען מיט אטעמפארכאפענדע לאנדשאפט אלץ קינד צו א פאמיליע פארמערס מדורי דורו, פון דער אנדערע זייט ווי אינטערסאנט קען זיין אזא לאנגווייליגע לעבן?
איך גיי דווקא פאר אזא איידיע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 10:51 pm
דורך שמעקעדיג
מתבודד האט געשריבן:
איך גיי דווקא פאר אזא איידיע
נו, שמך נאה לך...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:22 pm
דורך Addict
איך וואלט געוואלט געבוירן ווערן אין א מאדערן ארטאדאקס קאמיוניטי ערגעץ אין די סטעיטס….
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 12:31 am
דורך God Farbid
ס'איז זייער שווער צו ענטפערן אזא פראגע צוליב עטליכע סיבות.
ערשטנס ס'דא א נאטורליכע חן על יושביו, וואס וואלט מיך מעגליך געמאכט שפירו באקוועם אין מיין געבורטס לאנד אפילו ס'איז שטארק נישט בא'טעמ'ט פון א דרויסנדע פערספעקטיוו, און וועגן דעם איז זייער שווער צו זאגן וואו איך וואלט די מערסטע הנאה געהאט.
צווייטנס ס'איז שטארק געוואנדן אין די נאטור פונעם מענטש און גיי ווייס צו וואס איך וואלט געצויגן אין מיין נאטור פון יענעם גלגול.
דריטנס ס'איז שטארק געוואנדן אין די מציאות פונעם מענטש אין זיין סאסייעטי, למשל אלס שעפערישער ביזנעס אויפבויער אדער אליגארך וואלט איך געוואלט וואוינען אין א פרייע מארקעט און נידריגע אינקאם טעקס לאנד, אבער אלס ארימאן וואלט איך געקענט נוצן די סעיפטי נעט פון די נארדישע לענדער און נישט געזארגט אבער די הויכע טעקסעס.