בלאט 1 פון 3

קרית יואל רבנים קומען ארויס מיט איסור קעגן זָכוּ פראגראם

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 8:25 am
דורך [NAMELESS]
א שיעורים פראגראם פאר פרויען מיט די נאמען ''זכו'' איז גע'אסר'ט געווארען דורך די רבנים פון קרית יואל מיט די טענה אז ס'איז "אינגאנצען פארקערט פון די תורה הקדושה".

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 8:59 am
דורך חדשים
מיר פערזענליך האט די איסור שטארק געהאלפן. נאכדעם וואס די רבנית האט שוין געהערט די פראגראם און שטארק הנאה געהאט האט זי בעסער פארשטאנען די פנים וואס די איסור טראגט. ועל הכלל כולו יצא. יישר כח קרית יואל’ע רבנים.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 9:06 am
דורך yatzmachp
וואס איז דער פראגראם?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 12:52 pm
דורך שמן למאור
נו.. אז זיי אסר'ן דארף מען דאך גיין זען וואס דאס איז...

וואס זענען די שיעורים אויף? ווער געבט עס? איינער מיט מער פרטים?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:08 pm
דורך חדשים
שיר השירים אויף מאמע לשון, וד”ל

ווערט געגעבן דורך מרת ובר תחי’, מחסידי בעלזא פון מאנסי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
חדשים האט געשריבן:שיר השירים אויף מאמע לשון, וד”ל

ווערט געגעבן דורך מרת ובר תחי’, מחסידי בעלזא פון מאנסי
זאל א מרת פון חסידי סאטמאר געבן שיעורים, און שוין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:38 pm
דורך שמן למאור
חדשים האט געשריבן:שיר השירים אויף מאמע לשון, וד”ל

ווערט געגעבן דורך מרת ובר תחי’, מחסידי בעלזא פון מאנסי
סתם איבערגעטייטשט, אדער איז עס מער אזא לימוד על מנת לעשות?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 2:42 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:18 pm
דורך [NAMELESS]
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
ביסט מקנא? לא תחמוד אשת רעך ווערט געזאגט אין אזא פאל. ס׳איז א יענטישקייט צו שרייבן בשער בת רבים איבער ספעציפישע פעלער, ספעציעל ווען ער איז ב״ה גליקליך און צופרידן, מער ווי די אלע וואס אסר׳ן די פרויען פראגראמען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:18 pm
דורך חב''ד הויזן
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
וואס הייסט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:28 pm
דורך חדשים
עצי שטים האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:שיר השירים אויף מאמע לשון, וד”ל

ווערט געגעבן דורך מרת ובר תחי’, מחסידי בעלזא פון מאנסי
סתם איבערגעטייטשט, אדער איז עס מער אזא לימוד על מנת לעשות?
הלכה למעשה בכל פרטיה ודקדוקיה, זי טרעפט אלעס אין די תורה און איז געבויעט אויף מקורות. איר מאן קען העלפן די מענער וואס נויטיגן זיך אין קלארקייט וויאזוי צו מהנה זיין די בני בית.

איך ווייס נישט וואס איך מעג דא שרייבן. לאז מיר בלייבן ביי דעם.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 5:38 pm
דורך חדשים
לכל השואלים באישי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 5:50 pm
דורך היסטאריע
נו, זענען דאך די רבנים גערעכט, לויט די תורה טאר מען דאך נישט הנאה האבן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 5:52 pm
דורך Nanach
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן:נאך זעהן די חתונה פון העכט פון קרית יואל שטימט שוין אלעס
פרטים?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 6:54 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
דער מייסד פון דעם פראגראם איז א טייערער איד פון מאנסי הרב עבער פון מאנסי ואשתו שיחיו,
זיי טוהען אויף גדולות ונצורות קודם כל אויף הלכות הבית יו"ד ח"ב אז די נשים צדקניות זאלן האבן א קלארקייט אין דעם, [ער אליינס איז א מורה הוראה]
און ווי אויך אריינלייגען די ריכטיגע השקפה און געשמאק פון דעם,

א חוץ פון זענען זיי שוין יארן לאנג אין אוועקשטעלן אידישע שטובער על אדני השלום בית
וביודעי קא אמינא ווי גאר אסאך שטובער זענען געווארן אויפגעראכטען בכל תחומי הנהגת הבית באהבה ואחווה,
אסאך גיטין זענען פארמיטן געווארן אדאנק באקומענדיג די ריכטיגע הדרכה
ער האט בעקינג פון אסאך גדולי הרבנים

טעמו וראו כי טוב!!!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 7:12 pm
דורך קהל'ס נער
חדשים האט געשריבן:שיר השירים אויף מאמע לשון, וד”ל

ווערט געגעבן דורך מרת ובר תחי’, מחסידי בעלזא פון מאנסי

אשת ר' משה עבער
בהמלצת ר' טוביה וועטענשטיין דומ"ץ בעלזא מאנסי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 7:37 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: נו, זיכער. דו קומסט מיט אן המלצה פונ'ם בעלזער דיין, אין קר"י. לאמיר זעהן פרוביר עפעס צו פארקויפן מיט די המלצה פון דומ"ץ סאטמאר אין קרית בעלזא...!

ערנסט גערעדט. דאס איז דאך א פראגראם פאר נצרכים. די וועלכע דארפן עס און געניסן דערפון. ס'איז אבער שווער צו זאגן פאר מ'ווייסט מער פרטים. צי ס'איז נישט סתם בויכווייטאג כדרכם בקודש. אדער גאר פאליטישע נגיעות. ס'נאר א ווינדער אז זיי האבן נישט צוגעענדיגט דעם קול קורא אזוי ווי די התאחדות איז זיך נוהג ווען זיי קומען ארויס מיט די הארבע איסורים (ביי יענעם)..."ולהשומע יונעם, ותבוא עליו ברכת טוב"...! ווי זיס קען שוין דאס לעבן זיין ווען מ'אסר'ט אלעס. אויסער ווען די הייליגע רבנים עסן ראללאש (אנגעפולט מיט דזשעללי) און טרינקען צו מים חיים קאלא.

דאס דערמאנט מיך א מעשה שהיה. א תמימות'דיגער חתן האט געפרעגט ביי איינעם (א גוטער לץ) וואס דער חתן דארף טון אונטער די חופה. האט יענער איהם געזאגט...ס'הייסט, דו ווייסט נישט. נאכ'ן זאגן הרי את מקודשת... דארפסטו געבן א קוש פאר די כלה. דער חתן האט געפאלגט...! ס'איז איבעריג צו דערציילן וואס דארט האטציך אפגעטון. מ'האט שוין נישט געדארפט קיין בדחנים ביי יענע חתונה...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 7:49 pm
דורך מתבודד
berlbalaguleh האט געשריבן: ערנסט גערעדט. דאס איז דאך א פראגראם פאר נצרכים. די וועלכע דארפן עס און געניסן דערפון.
די באשעפער האט באשאפן יעדע היומען ביאונג אלס א נצרך, עז פאר איי קנאו.

איים סארי - אפשר די קרית יואל'ער אידנטום נישט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 8:27 pm
דורך מתבודד
די איסור מאכט מיר פרייליך. די זכו שיעורים איז נישט די ערשטע אין אירס גלייכן, אויב די קר''י רבנים האבן ספעציפיש יעצט געדארפט ארויסקומען קעגן דעם מיינט אז ס'פאנגט אן שלאגן ווארצלען.
אשרינו שזכינו!

און שכח רעבני קר''י על הבשורה המשמחת...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 12:28 am
דורך שמעון וואלף
קרן זוית האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:שיר השירים אויף מאמע לשון, וד”ל

ווערט געגעבן דורך מרת ובר תחי’, מחסידי בעלזא פון מאנסי
זאל א מרת פון חסידי סאטמאר געבן שיעורים, און שוין.
דאן וועט זיין נאר האלב חותמים אויפ'ן קול קורא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:41 am
דורך נחום הסופר
אזוי זאגט מען דאך תשבי יתרץ קשיות ואבעיות, אבער כ'מיין אז תשבי וועט אויך נישט קענען פארענטפערן דעם זינלאזן איסור קעגן זכו, קעגן מה טובו, און נאך

פארוואס טייערע דיינים? על מה ולמה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 4:16 pm
דורך שמעקעדיג
איינער שרייבט מיר אין אישי, אז עס איז ממש א פארברעכן וואס דא קומט פאר. עס איז געווען א סעריע פון הערליכע שיעורים צו דערלייכטן די אויגן פון די עזרת נשים, זענען געגאנגען עטליכע געמיינע יונגען, רעקארדירט געוויסע שטיקלעך און אפגעשניטן מלפניו ומלאחריו, עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט אזוי אז עס זאל זיך הערן נישט צום זאך, און די שטיקלעך האט מען ארומגעטראגן פאר רבנים צו הערן און ממילא האבן זיי עס גע'אסר'ט. יענער טענה'ט אז ער קען די שיעורים פון די ערשטע האנט עקספיריענס, און עס איז ממש מעשה שטן וואס דא האט פאסירט, צום ווייטאג פון יעדע נארמאלע מענטש וואס וויל זיין ווייב זאל פארשטיין ווי אזוי זיך צו פירן אויפ'ן ריכטיגן אופן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
מיר ווייסן דאך שוין און האבן ערפארונג אז די בני בליעל האבן שטענדיג ליב אזוי צו טון. אזוי האט מען אויך ארויסגעצויגן דעם געמיינעם איסור קעגן ר' שמואל ניימאן, און אזוי טוט מען פסל'ען יעדע זאך וואס שמעקט נארמאל.

למעשה קען מען אבער זען אז דער עולם האט אנגעהויבן ווערן רעבעלן, און כאשר יענו אותו כן ירבו וכן יפרוץ קען געזאגט ווערן דערויף. פונקט ווי די עקסערסייז קלאסן אין מאנרא האבן זיך נישט אויפגעהערט, און פונקט ווי די גלילות איינוואוינער האלטן וועלכע זמן עס שמעקט זיי נאר, און פונקט ווי דער וואכנשריפט פארטיילט זיך ווייטער אין די מאסן, אזוי וועלן אויך די 'זכו' שיעורים ווייטער אנגיין. דער עולם דערהייבט שוין נישט די טעראר.