יעדער מעמבער וואס האט שוין געשריבן אן ערך פון דריי-פיר הונדערט זאכליכע תגובות, און איז אין אלגעמיין אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און איז שוין פארהייראט, קען אפּלייען צו ווערן אנגענומען.
מיר זענען מבטל דעם פארהער וואס מיר האבן געמאכט ביז היינט. אנשטאטס דעם האבן מיר אויפגעשטעלט א ועד פון דריי וועטעראן מעמבערס וואס וועלן מחליט זיין אויב דער אפליקאנט שיינט צו זיין גענוג אחריות'דיג, ערוואקסן און באזעצן צוצוגעבן צו מאחורי.
מיר וועלן נישט מוותר זיין אויף די פאלגענדע פונקטן, און מיר וועלן נישט מאכן קיין שום אויסנאמען:
- נאר א מעמבער וואס האט שוין צוגעגעבן צו קאווע שטיבל אויף א ניכר'דיגע וועג, צי ס'איז 3-4 הונדערט נארמאלע באזעסענע תגובות וואס געבן צו צום שמועס אין פארשידענע טעמעס, צי ס'איז לענגערע ארטיקלען אדער תגובות.
- נאר א מעמבער וואס איז אקטיוו אויף קאווע שטיבל, און שרייבט דא רעגלמעסיג.
- נאר א מעמבער וואס מאכט אונז נישט קיין פראבלעמען, טראָלט נישט, רייסט נישט אייביג אראפ, און אין אלגעמיין דארף מען אים נישט מעקן.
- נאר א מעמבער וואס איז מעיד אויף זיך אז ער איז (אדער איז געווען) פארהייראט.
- נאר א מעמבער וואס דער ועד פון מאחורי וועט מחליט זיין אז ער איז ראוי אנגענומען צו ווערן, ואין אחר החלטתם כלום.
ווער עס קומט דאס אלעס נאך, און איז גרייט זיך צוצושטעלן, זאל שיקן צו kaveshtiebel@gmail.com די פאלגענדע אינפארמאציע:
ניק:______
דאטום ווען רעגיסטרירט:______
סכום תגובות:______
שוין אמאל געהאט צוטריט צו מאחורי?: יא/ניין
חתונה געהאט, אדער געווען פארהייראט?: יא/ניין
רעגלמעסיג אקטיוו אויף ק"ש?: יא/ניין
אויב האסטו געשריבן ווייניגער ווי 300 תגובות, האסטו געשריבן לענגערע ארטיקלען?: יא/ניין, לינקס צו די ארטיקלען:
מעמבערס וואס קומען נישט נאך די אויבנדערמאנטע תנאים זאלן בכלל נישט מטריח זיין מיט קיין בקשות. מיר פארשטייען ווי שטארק דו ווילסט צוטריט, אבער ס'איז מובן מאליו אז ס'קען נאר אנגיין אויב דער וואס איז נהנה איז אויך מהנה אנדערע. מ'קען נישט זיין קיין נעמער אן אויך זיין א געבער.
הצלחה רבה.