בלאט 1 פון 1

מָצָא מִין אֶת מִינוֹ

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 11:34 pm
דורך דונג
מָצָא מִין אֶת מִינוֹ
ס'זאגט זיך א וועלטס ווארט, קוק נאר ווער זענען זיינע חברים, וועסטו וויסן ווער ער איז.
און לענינינו, ווען מ'זעט ווי הגאון שאול אלטר שלעפט צוזאמען א עולם אין ניו יורק, און מיט א גוטע שמעקעדיגע נאז, דערשניפט מען דעם סארט עולם וואס ער זאמעלט מיט זיך.
דאס זענען זיינע סארט.
ס'איז א ציבור מבקשים, וואס זענען דארשטיג פאר די סחורה וואס ער איז משפיע.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 11:39 pm
דורך נעקסט לעוועל
דונג האט געשריבן:מָצָא מִין אֶת מִינוֹ
ס'זאגט זיך א וועלטס ווארט, קוק נאר ווער זענען זיינע חברים, וועסטו וויסן ווער ער איז.
און לענינינו, ווען מ'זעט ווי הגאון שאול אלטר שלעפט צוזאמען א עולם אין ניו יורק, און מיט א גוטע שמעקעדיגע נאז, דערשניפט מען דעם סארט עולם וואס ער זאמעלט מיט זיך.
דאס זענען זיינע סארט.
ס'איז א ציבור מבקשים, וואס זענען דארשטיג פאר די סחורה וואס ער איז משפיע.
סתם געפלאכטן א בילקע
וואס ווילסטע ארויסברענגען ?
אן אדם קדוש, יושב ולומד, פון די געציילטע מדורינו וואס איז נאכנישט דא אויף אים קיין מעשי זנות ( דאס די דיסקריפציע פון א מנהיג ישראל היינטיגע טעג...)
פשוט אראפרייסן? אייוועלט איז געאייגענט פאר דעים

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 11:46 pm
דורך דונג
פונקט פארקערט.
א יוד וואס טוט ממש וואס מ'דארף טון היינט. ער איז מקרב מיט א ליבליכע שמייכל און הארץ מלא מסירות, פאר אלע נשמות וואס זענען בבחינת לקט שכחה ופיאה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:03 am
דורך [NAMELESS]
וואס האט מען דא געוואלט ארויסברענגען? זעהט אויס ווי קנאה געמישט מיט שנאה מיט א ברעקל טיפשות.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:05 am
דורך דונג
עמינדב האט געשריבן:וואס האט מען דא געוואלט ארויסברענגען? זעהט אויס ווי קנאה געמישט מיט שנאה מיט א ברעקל טיפשות.
פארוואס זאגסטו אזוי, מ'ווייסט קלאר אז ער האט צוריקגעברענגט אסאך פארפאלענע גערע חסידים, וואס זענען שוין נישט געווען מיט'ן חסידות פאר לאנגע יארן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:10 am
דורך [NAMELESS]
דונג האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:וואס האט מען דא געוואלט ארויסברענגען? זעהט אויס ווי קנאה געמישט מיט שנאה מיט א ברעקל טיפשות.
פארוואס זאגסטו אזוי, מ'ווייסט קלאר אז ער האט צוריקגעברענגט אסאך פארפאלענע גערע חסידים, וואס זענען שוין נישט געווען מיט'ן חסידות פאר לאנגע יארן.
איך האב נישט גוט פארשטאנען. :(

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:40 am
דורך דונג
כ'געדענק פון לעצטע מאל, ווי מענטשן וואס גייען קיינמאל צו קיין רביס, און פלעצער וואס נעמען קיינמאל נישט אריין קיין רביס. איז ער געווען עקסעפטעד.
מ'האט געזען די ליסטע פון פלעצער ווי ער האט פארברענגט. דאס האט שוין אסאך געוויזן אויפ'ן מאטיוו און אויך די ציל.

ער זאגט קלאר אז ער איז נישט קיין רבי, און ער דארף עס אפילו נישט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:44 am
דורך שמעון וואלף
@דונג, די קומסט אריין שרעקליך אומקלאר.

פראביר איבערשרייבן מיט אנדערע ווערטער וואס די מטרה פון די אשכול איז.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:46 am
דורך מתבודד
געווענליך ווילן מענטשן שטיפן אן אג'ענדע.
מיר קוקט אויס ווי @דונג וויל ענדערש שטיפן די צייט.

נא, שיהיה בהצלחה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:50 am
דורך דונג
אדרבה, ס'דא וואס האלטן פארקערט פון מיר?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 8:41 am
דורך היסטאריע
אוי איז דאס גוט.

פארעווע.

נישט מילכיג נישט פליישיגע.

ביסט מילכיג? חס ושלום!! אבער דאך איז עס געקאכט אין א מילכיגע טאפ, אבער עס איז נישט מילכיג!!

פליישיג? אה, נישטא קיין שמץ. אבער אלע מענטשען וואס לעכצען פאר גוטע פלייש, עסן עס, מידאך זיין עפעס.

אבער פארקערט, איך זאג גארנישט, כ'זאג נאר, אז אפילו דער מאכל איז פארעווע איז עס למעשה נישט פשוט, און יעדער וואס פארשטייט פארשטייט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 10:53 am
דורך דונג
היסטאריע האט געשריבן:אוי איז דאס גוט.

פארעווע.

נישט מילכיג נישט פליישיגע.

ביסט מילכיג? חס ושלום!! אבער דאך איז עס געקאכט אין א מילכיגע טאפ, אבער עס איז נישט מילכיג!!

פליישיג? אה, נישטא קיין שמץ. אבער אלע מענטשען וואס לעכצען פאר גוטע פלייש, עסן עס, מידאך זיין עפעס.

אבער פארקערט, איך זאג גארנישט, כ'זאג נאר, אז אפילו דער מאכל איז פארעווע איז עס למעשה נישט פשוט, און יעדער וואס פארשטייט פארשטייט.
מ'רופט עס פויליש פארעווע