בלאט 1 פון 2
פסולי משפחות: איז עס קראנט?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל באהאנדלן דא די נושא פון פארשידענע משפחות חשובות בישראל, וואס מאנכע זענען זיך מיט זיי נישט משדך, אונטער די אויסרייד אז ס'איז דא עפעס לשה"ר אויף זייערע עלטער עלטער באבע. לעומת זה זענען דא מימרות, און בריוון פון גדולי ישראל וועלכע האבן אפגעלייקענט די חששות.
עס זענען פארהאן עטליכע משפחות אין דעם קאטעגאריע, וואס זענען לכאורה נישט פארבינדן איינס מיטן אנדערען. און עס איז נישט קלאר וואס די רינון איז, און אויף וועם די גדולי ישראל האבן געשריבן, וויבאלד עס ווערט נישט דערמאנט קיין נעמען (עכ"פ אין די געדרוקטע בריוון)?
לאמיר עס פרובירן באהאנדלן, מיט כבוד און רעספעקט, נישט שרייבן סתם אין די וועלט אריין.
וועלכע משפחות רעדט מען?
וואס זענען די חששות?
אויף וועם האבן רבנים וגדולי ישראל געשריבן אז ס'איז נישט קיין חשש?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:30 pm
דורך קורקלענד
איך מיין אז עס איז שוין באהאנדלט געווארן אין מאחורי.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:31 pm
דורך [NAMELESS]
דארף מען טרעפן די וועג אהין.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:40 pm
דורך כלבאשבוע
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 3:13 pm
דורך היסטאריע
יאפ, אלע אונגארישע אידן שטאמען פין גרים, שומר נפשו וכו'.
Re: פסולי משפחות: איז עס קראנט?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 3:30 pm
דורך פרנס החודש
היסטאריע האט געשריבן:יאפ, אלע אונגארישע אידן שטאמען פין גרים, שומר נפשו וכו'.
ווער עס האט עפעס אנדערש פון שווארצע געקרייזעלטע האר און א געבויגענע נאז און טיף ברוינע אויגן…..
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 4:14 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:יאפ, אלע אונגארישע אידן שטאמען פין גרים, שומר נפשו וכו'.
כאטש פון גרים: איך קען איינעם (א ניק(ס) וועלכער שטאמט פון גויים. זיין זיידע האט נאך געטרינקען פוילישע וואדקע אין שענק און געפרעסן קילבאסע און קישקע...Kiszka...! און זיינע אייניקלעך גייען ארום אויפ קאווע שטיבלעך און טראללן ארום...Dobzse Szabat...!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 4:21 pm
דורך דונג
איך שטאם פון א גיורת און יעדער האלט מיך פאר די גרעסטע יחסן.
ווייל כ'שטאם פון מלכות בית דוד, און מיין באבע רות איז א גיורת...
Re: פסולי משפחות: איז עס קראנט?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 7:54 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
היסטאריע האט געשריבן:יאפ, אלע אונגארישע אידן שטאמען פין גרים, שומר נפשו וכו'.
נישט נאר אונגארישע, אלע אידן שטאמען פון איין גר! און א חוץ מזה, זענען דא וואס טענה'נן אז די אשכנז'יזשע אידן זענען נישט אטענטישע אידן נאר די טונקעלהויטיגע ספרדים און תמנים.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 7:56 pm
דורך דונג
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:יאפ, אלע אונגארישע אידן שטאמען פין גרים, שומר נפשו וכו'.
נישט נאר אונגארישע, אלע אידן שטאמען פון איין גר! און א חוץ מזה, זענען דא וואס טענה'נן אז די אשכנז'יזשע אידן זענען נישט אטענטישע אידן נאר די טונקעלהויטיגע ספרדים און תמנים.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך דווקא האב מיך איבערצייגט גאר פארקערט. ווי ס'דא א גוטע ארטיסט, ווערט מען געוואור ער שטאמט פון יודען...
פון דעם איז געדרינגען, אז אלע גוים זענען יודען, אויסער די חרדים - זיי זענען חללים... ספק... מפוקפק...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
דונג האט געשריבן:איך שטאם פון א גיורת און יעדער האלט מיך פאר די גרעסטע יחסן.
ווייל כ'שטאם פון מלכות בית דוד, און מיין באבע רות איז א גיורת...
דונג: איך האב געמיינט אז דו ווילסט זאגן אז דו ביסט א שטיקל קאזין מיט יאשקע פאנדרעק. ווייל ער טענה'ט אויך אז ער שטאמט פון מלכות בית דוד. מצד אמו מרים מגדלנא שערות.(המכונה מערי מעגדעליען). נאר ווער זיין טאטע איז געווען זאגט ער נישט...!
הגה"ה: די פרוי וועלכע די גויים רופן מערי מעגדעליען איז נישט געווען יאשקע'ס מאמע. נאר מצד הגמרא איז משמע אז יא...!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:
אויך
דא
אין וויקיפידיע קוקט אויס אז די גאנצע ערעור איז נאר אויף משפחת לעפקאוויטש, און נישט אויף אלע "באבע יוטל" אייניקלעך. איז עס ריכטיג?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:46 pm
דורך berlbalaguleh
פורים קטן: די אנדערע בארימטע (סאט.) משפחה אויך. זיי זענען דאך אויך אייניקלעך פון די באבע יוטל. זי האט דאך פארציילט די זעלבע באבע מעשה. מיט א שד וואס האט זי געמאכט מעוברת ווען זי איז ארויסגעקומען פון מקוה...!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:48 pm
דורך [NAMELESS]
הייסט עס - ר' בערל - אז די מעשה מיט די שד, איז מיט באבע יוטל אליינס, זענען דעמאלטס, אלע לעפקאוויטשעס, יאקאבאוויטשעס, גליקס, פריינדס, ועוד, אינעם זעלבן שיפל?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
פורים קטן: ביי מיר זענען זיי אלע גוט און פיין און כשר. נאר די לעפקעס זענען אייביג געווען די הויפט שפרינגערס. האט זיך איינער אויסגעדריקט ווען דער זון איז געווען פונקט אזא מחוצף ווי דער טאטע..."מדחציף כולי האי שמע מינה לאו ממזירא הוא...! דאס איז צו פאראפראזירן די גמ'...וועלכע זאגט מדחציף כולי האי שמע מינה ממזירא הוא...!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:05 pm
דורך דונג
קען מיר איינער פארציילן גענוי איר טעאריע? וואס האט זי געשפירט, און וואס הייסט א שד איז איר באפאלן, אדער זי האט גארנישט געוואוסט נאר אז פלוצים איז זי מעוברת.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 11:21 pm
דורך היסטאריע
פורים קטן האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:
אויך
דא
אין וויקיפידיע קוקט אויס אז די גאנצע ערעור איז נאר אויף משפחת לעפקאוויטש, און נישט אויף אלע "באבע יוטל" אייניקלעך. איז עס ריכטיג?
דאס איז דאך א בלבול המוחות. עס איז דא 20 משפחות לעפקאוויטש, וואס האבען נישט קיין שייכות.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:פורים קטן האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:
אויך
דא
אין וויקיפידיע קוקט אויס אז די גאנצע ערעור איז נאר אויף משפחת לעפקאוויטש, און נישט אויף אלע "באבע יוטל" אייניקלעך. איז עס ריכטיג?
דאס איז דאך א בלבול המוחות. עס איז דא 20 משפחות לעפקאוויטש, וואס האבען נישט קיין שייכות.
נו @היסטאריע, גיב אונז די היסטאריע בקיצור, פון וועם רעדט מען, און פון וועם נישט?
איז אויף די לעפקאוויטש געשריבן געווארן עפעס פון גדולי ישראל?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 2:18 am
דורך berlbalaguleh
אין די שו"ת ספרים (שו"ת דברי חיים יו"ד ח"ב. שטייט נאר די מעשה בקיצור נמרץ. אן קיין נעמען. נאר איך האב געהאט א שכן לעפקאוויטש. אן אייניקל פון די באבע יוטל. און ער האט אייביג געזאגט (בדרך צחות) אז אלעס איז די באבע יוטל שולדיג...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 6:36 pm
דורך מיין אמת
קאמען סענס זאגט אז צו פארברענגען מיט א פרעמדע מאן ווען די אייגענע איז אוועגרייזט איז נאטורליך אז עס זאל געשען אין אויב ווערט מען פארשוואנגערט זאגט מען איך בין געגאנגען צו מיין מאן, מעשה שד, atc.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 7:52 pm
דורך פויגל מילעך
מיין אמת האט געשריבן:קאמען סענס זאגט אז צו פארברענגען מיט א פרעמדע מאן ווען די אייגענע איז אוועגרייזט איז נאטורליך אז עס זאל געשען אין אויב ווערט מען פארשוואנגערט זאגט מען איך בין געגאנגען צו מיין מאן, מעשה שד, atc.
ווען האט מען די לעצטע טויזענט יאר געהערט אז א שד זאל מעבר זיין א פרוי? און ס'איז בכלל אמאל געווען אזאנס?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 12:05 am
דורך berlbalaguleh
פויגל מילעך: פאר א קאווער סטארי איז עס פונקט גוט. נאר מ'דארף בעטן די צדיקת (בגן עדן תהא מנוחתה) אז נעקסט טיים זאל זי אויפמאכן א בעסערע מעשה...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 1:10 am
דורך פויגל מילעך
berlbalaguleh האט געשריבן:פויגל מילעך: פאר א קאווער סטארי איז עס פונקט גוט. נאר מ'דארף בעטן די צדיקת (בגן עדן תהא מנוחתה) אז נעקסט טיים זאל זי אויפמאכן א בעסערע מעשה...!
מיין משפחה איז נישט פון די טאפ משפחות אין סאטמאר, און קע''ה א דאזען געשוויסטער, און קיינער האט זיך נישט משדך געווען מיט קיין איינע פון באבע יוטל'ס אייניקלעך.
וואס איז פשט אז אנדערע יא. כאילו וועגן די געלט צו שררה?