בלאט 1 פון 7

ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:24 pm
דורך זר זהב
א גוטן. איך וויל פרעגן דעם עולם וואס לערנט אין ביידע פון די צוויי גמרות וועלעכ'ס איז בעסער? -- די מתיבתא גמרות האט אין אנהייב אויסגעזעהן צו זיין נישט צו מזל'דיג. מ'האט עס נישט געקענט טרעפן אין די בתי מדרשים אזוי ווי די ארטסקראל גמרא. און ס'האט עפעס נישט געהאט דעם אפקלאנג.

לעצטענס הער איך פון אינגעלייט אז מער און מער נעמען אריין די מתיבתא גמרות, און די וואס לערנען דערין גלייכן זייער די ילקוט ביאורים, נישט אזוי ווייט די פירש אויפ'ן דף. אזוי האב איך פארשטאנען. איז דאס טאקע אזוי? וואס האלטן ענק לערנערס?

איך פלעג לערנען אין די ארטסקראל. למעשה ווי גוט ס'זאל נאר זיין סיי ארטסקראל און סיי מתיבתא (אין וועלכע איך האב נאך קיינמאל נישט געלערנט) טרעפ איך מיר אלץ פארטיפט אין די הגהות ובאורים אונטן פון דף, (פון ארטסקראל) און ס'צומישט און לאזט נישט לערנען גראד, ס'זייער גוט און געשמאק אבער ס'ווערט א בחינה פון תפשת מרובה לא תפשת. פון די אנדערע זייט איז לערנען אין א פשוט'ע גמרא פשוט פאר מיר נישט שייך.

און פארוואס קען מען נישט דרוקן א גמרא מיט דאטס און קאממעס? (כזה ...,,,,)

נאך איין זאך. כ'האב באמערקט א גמרה "שפה ברורה" פון עוז והדר? וואס שוין ווייטער? און פארוואס האב איך נישט געהערט
דערפון אין ערגעץ, ס'א סיקרעט?
-----------------
צוריק צום פוינט, וואס האלט דער עולם. ארטסקראל אדער מתיבתא?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:13 pm
דורך הדד בן בדד
זר עס איז יא דא א גמרא מיט דאטס און קאמעס, און אפילו נקודות, טובי'ס פון מאנסי דרוקט עס און מען קען עס טאקע דארט באקומען, אפשר אין אנדערע פלעצער אויך, איך ווייס אבער נישט ווי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:14 pm
דורך זר זהב
!!WOW
איך מוז עס זעהן! פארוואס איז עס נישט דא צובאקומען איבעראל?
איז מען דערקעגן?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:16 pm
דורך הדד בן בדד
זר, איך האב נאך נישט געהערט אדער געזעהן אז איינער זאל פארפירן דערקעגן (אנדערש ווי ביי דעם שטיינזאלץ גמרא), רוף אן טובי'ס און פרעג זיי ווי נאך מ'קען עס באקומען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:17 pm
דורך זר זהב
א דאנק אלע פאר די אינפאו.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:26 pm
דורך לאדיך אפ
די נייע קורן גמרא האט אבער נישט צורת הדף און טובי'ס גמרא האט אויך נקודות.

Re: ארטסקראל .vs מתיבתא עוז והדר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:37 pm
דורך ל.רוזן
מענין לענין וואלט איך געווואלט וויסען וועלכע איז בעססער שפה ברורה פון עוז והדר אדער ושננתם פון ש'ס לובלין

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:38 pm
דורך זר זהב
און פארוואס ביזטע נישט אביסל מער מאריך איבער שפה ברורה בכלל? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע אנדערע?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:19 am
דורך הדד בן בדד
שפה ברורה איז אויך פון עוז והדר, און די מעשה איז אזוי. ווען עוז והדר האט אנגעהויבן ארויסגעבן די מתיבתא האט עס נאך נישט אויסגעקוקט אזוי ווי היינט, עס האט זיך אנגעהויבן מיט ווייניגער זאכן און צוביסלעך האט עס עוואלווט אין וואס עס איז היינט, און דאס איז למעשה מיט גאר א שטארקע אריכות, וואס תלמידי חכמים און בני תורה האבן טאקע גאר שטארק הנאה דערפון, אבער פאר דעם פשוט'ן המון עם איד, איז עס צו לאנג.

ווען זיי האבן געזעהן וואס עס איז געווארן פון דעם מתיבתא, האבן זיי - לבקשת הרבים - מחליט געווען צו מאכן אויך א קורצע מהדורא, פאר די וואס ווילן לערנען פשוט'ער נישט אזוי טיעף, און נישט אזוי לאנג, און דאס הייסט שפה ברורה, דאס איז איין באנד פער מסכתא, און עס איז א ביאור קל (פרעג מיך נישט ווי גוט עס איז ווייל איך האב עס נאך נישט גענוצט). ווי נאר זיי האבן דאס אנגעהויבן ארויסגעבן, האט המאור/ש"ס לובלין (וואס צווישן די עורכים פון די צוויי איז דא א לאנגע אלטע פאליטיק) אנגעהויבן ארויסגעבן אן קאמפעטישן פאר דעם, מיטן נאמען ושננתם, אויך די זעלבע געדאנק, איין באנד פער מסכתא מיט א ביאור קל.

עד כאן בקצרה, ווער עס וויל קען מאריך זיין.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:20 am
דורך הדד בן בדד
קורן טרייעט זייער שטארק צו גיין קאמפאטישן מיט אטרסקרול

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:24 am
דורך לאדיך אפ
ושננתם איז שוין געווען פאר שפה ברורה. עס האט נאר נישט געהאט די נאמען אבער די פארמאט איז שויו געווען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:33 am
דורך חכם מחוכם
איבערצושטייגן ארטסקרול איז ממש נישט מעגליך, סתם פאר אינטערסאנטקייט די אלע וואס ארבעטן אין ארטסקרול, מוזן זיך פארהערן די מסכת פאר זיי קענען דאס בארבייטן.
איינער וואס וויל לערנען פשוט גמרא איז דער ארטסקרול מוראדיג, מער בעיון איז דער מתיבתא א געשמאק, איך ניץ אסאך דעם מתיבתא פאר ביאורי התוספות, די ארבעט וואס איז אריינגעלייגט אין דעם איז אומבאשרייבליך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:44 am
דורך יידל
די מתיבתא גמרות האבן צוויי ערנסטע פראבלעמען, וועלכע זענען באמת איינס. די ערשטע איז אז זיי פארמאגן נישט קיין עורכים כלליים (general editors), אדער פארמאגן זיי יא אבער זיי מאכן נישט קיין גוטע דזשאב. עס פעלט קאנסיסטענסי, און אויב א שרייבער לערנט פאלש פשט וועט די פאלש פשט ווערן געדרוקט. דערפאר איז שייך צו טרעפן פלעצער ווי די הערות און צומאל אפילו די פירוש זענען זיך סותר פון איין פרק צום צווייטן, אדער אין זעלטענע פעלער אפילו פון איין דף צום צווייטן.
אין ארטסקרול לעומת זה איז פאראן א געוואלדיגע קאנסיסטענסי און ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלשע פשט אין א גמרא אדער אין א ראשון. דאס איז וויבאלד זיי האבן פיר עורכים כללים וואס מאכן זיכער אז אלעס שטימט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:03 am
דורך היסטאריקער
לענ"ד איז ארטסקרול די בעסטע צו לערנען פשוט פשט, הערות איז בד"כ אויך בעסער

מתיבתא איז זייער מאריך, רוב הערות שטייט נאכאמאל אין ילקוט ביאורים

חוץ מזה האלט איך אז עס פעלט נישט אויס די בירורים להלכה וואס ביידע זענען מאריך. הלכה זאל מען קוקן און לערנען אין שו"ע, עס מאכט עס נאר קאמפליצירט, נלענ"ד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:04 am
דורך גאלד
איך ניץ בלויז ארטס-סקרול, זייער אקוראט, זייער צום פוינט, אלעס וואס מ'ברויך צו פארשטיין בלויז טריקן די גמרא,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:10 am
דורך זר זהב
בלויז טרוקן? זעהט אויס קענטסיך איינהאלטן פון אראפקוקן אונטן פונאם דף, הגהות וביאורים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:40 pm
דורך נפתלי
איך בין צומישט, איין פלאץ זעה איך אז זר'ל עפענט קוים א גמרא משמיטה לשמיטה און דא פלוצלינג ווייסט ער צוזאגן די מעלות און חסרונות פון ארטסקרול מתיבתא ווער ס'האט בעסערע הערות קלארערע ביאורים טיפערע הסבירים
אולי ארטסקרול ווערט נישט פארעכענט פאר א גמרא...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:42 pm
דורך זר זהב
ניין, איך זאג נאך וואס איך הער פון אנדערע.

אין ארסטקראל האב איך שוין יא געלערנט אמאל אמאל און איך בין געבליבן שטעקן אין די מעין עולם הזה'דיגן הגהות וביאורים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:59 pm
דורך גאלד
זר זהב האט געשריבן:בלויז טרוקן? זעהט אויס קענטסיך איינהאלטן פון אראפקוקן אונטן פונאם דף, הגהות וביאורים.

ביי מיר "טרוקן" מיינט די גאנצע הגהות וביאורים, ממש יעדעס שטיקל, אויוון איז בלויז פאר עברי טייטש, ווייט נישט גענוג

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:37 pm
דורך קורץ און שארף
הדד בן בדד האט געשריבן:קורן טרייעט זייער שטארק צו גיין קאמפאטישן מיט אטרסקרול



הרב עדין שטיינזאלץ, וואס האט אליינס געמאכט דער שטיינזאלץ ש"ס, און געארבעט דערויף 45 יאר (!!) איז געווען דער ערשטער צו מאכן א היינטיגע ביאור אויפן דף. [אפשר איז כדאי צו ווידמען א ספעציעלע אשכול פאר די מאמענטאלע ווערק זיינע, און זיין שטוינענדע לעבנס געשיכטע - ער האט אנגעפאנגען צו לערנען נאך די צוואנציג!!]

עטליכע וואכן צוריק האט ער געגעבן א לענגערע אינטערוויא פאר די היברו מאגאזין 'בקהילה'. ווי ער האט שטארק חוזק געמאכט פון די וואס האלטן אז עס איז א קפידא צו בלייבן מיטן צורת הדף, ער טענה'ט אז עס קומט פון חסרון ידיעה, און די גאנצע צורת הדף איז פשוט אזוי אויסגעקומען ביים דרוק.

דאס יא, עס איז היינט שוין איינגעגעסן די צורת הדף, און ממילא איז כדאי צו דרוקן דערמיט, אבער ווען ער האט אנגעפאנגען איז עס נאך נישט געווען אזוי לייכט צו טוהן, ממילא האט ער אנגעפאנגען מיט א נייעם צורת הדף, אבער היינט קומען שוין אויך זיינע גמרות זייט ביי זייט מיט אלטן צורת הדף [זוי וי ארטסקרול].

ווען מען האט אים געפרעגט אויף די אלע נייע "גמרות המבוארות" וואס זענען ערשינען נאך זיינע, א שטייגער ווי ארטסקרול און מתיבתא וכדו'.
האט ער געענטפערט: זיי אלע זענען א פועל יוצא פון מיין גמרא. האסט שוין געזעהן א מאמע וואס איז מקנא אירע קינדער?!!.....

אויך האט ער דארט געזאגט אז עס זענען שוין פארקויפט געווארן איבער 3 מיליאן בענדער פון זיין גמרא [דוכט זיך אז דאס איז די נומבער, קען זיין איך בין מיך טועה].

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:39 pm
דורך זר זהב
פארוואס זעהט מען נישט אין די בתי מדרשים פון זיינע גמרות?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:47 pm
דורך קורץ און שארף
זר זהב האט געשריבן:פארוואס זעהט מען נישט אין די בתי מדרשים פון זיינע גמרות?



זיינע גמרות זענען געאסרט געווארן דורך די ליטווישע גדולים, עס איז געווען א גאנצע מערכה קעגן אים, [דוכט זיך אין די מ' יארן].


אין הרב אלישיב'ס הסכמה אויף ארטסקרול [לשה"ק] דרוקט ער אויס זיין שטיצע דערצו, ווייל אזוי וועלן מענטשן נישט לערנען אין די גמרות וואס אין רוח חכמים נוחה הימנה, וואס דערמיט מיינט ער די שטיינזאלץ ש"ס.

די סיבה פארוואס די גדולי ליטא זענען ארויס קעגן אים, איז, דוכט זיך, וויבאלד ער באציעט זיך צו די אמוראים ווי צו פראפעסארן. ואכמ"ל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:01 pm
דורך היסטאריקער
טייל אין סאטמאר האבן אנגענומען אז פון סאטמארן פערספעקטיוו איז מתיבתא אויסגעהאלטן מער ווי ארטסקרול.

אין זייערע בתי מדרשים איז עס בבל יראה ובבל ימצא

איך פארשטיי נישט פארוואס

מתיבתא ווערט געמאכט אין אר״י דורך יונגעלייט וואס א גרויסע חלק פון זיי גייען צו די בחירות וכדומה, משא״כארטסקרל ווערט געמאכט דאהי, במילא במציאות גייען זיי נשט צו די בחירות

נישט אריין גייענדיג אין השקפה, אבער ערגער זענן זיי זיכער נישט

יודעי דבר זאגן אז ארטסקרול האט געדינגען מענטשן (ווי ר׳ ל. ז.) צו צופרידן שטעלן דעם היימישן עולם. מתיבתא האט געדינגען מענטשן צו צופרידן שטעלן דעם פרעמדן ציבור

ווער קען מסביר זיין מה אולמ׳ האי מהאי