וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אלס אן המשך צו דעם אשכול, מיין איך אז ס'איז כדאי נאכאמאל אנצוהייבן יעצט אין די לאנגע ווינטערדיגע מוצאי שבתות וואס איז באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף.

בקיצור נמרץ, זאל סיי ווער עס קומט אקעגן אן אויסערגעווענליכער פילם עס ארויפשטעלן איינמאל א וואך - מוצאי שבת, ליהנות בהן בני אדם און עס קענען דורכטון בדיבוק חברים.


ומפני חיבת הקודש אצטט דברי @Movie Club
איך וויל ווידמען דעם אשכול פאר פילמען וואס זענען "ארטיסטיש און תוכנדיג". תוכנדיג איז גרינג מגדיר צו זיין, תוכן מיינט אז ווען מען ענדיגט וואטשן גייט מען אוועק מיט א נייע דערהער און לעבן, א נייע בליק אדער פערספעקטיוו אויפ אן הינזיכט פונעם לעבן.

ארטיסטיש וואלט איך מגדיר געווען אזוי: עס ברויך האבן איינע פון די דריי קאמפאנענטס:

מען ווערט טיף באיינדרוקט פון:

א. איר עמאציאנעלער מאכט. (וואס געווענליכע דורכשניטליכע קאמעדיע, ראמאנס און דראמא האבן נישט אין זיך)

ב. איר שיינקייט, הערליכקייט און יצירה.

ג. א געוויסער טאלאנט ווי מוזיק אדער עקטן וכדו' .

איך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון די אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן אויף דער קומענדיגער מוצאי שבת.

וסימן זה נתון בידכם: אויב איז די פילם אזאנס וואס באאיינדרוקט אייך אזוי שטארק אז איר טראכט נאך פון איר א פאר טאג נאכדעם און איר רעקאמענדירט עס פאר חברים לדעה, איז עס א מאווי וואס באלאנגט דא.
ווער ס'איז אינטערסירט דערין איז געלאדנט זיך ווארעם אנצורופן מיט רעקאמענדאציס, אנאליזן וכדומה. אויך ביטע ארוישטעלן א בילד און א קורצע דיסקריפציע.

(@מי אני, @בענדזשאמין פרענקלין, @נייגעריגער, @Movie Club)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

עה-העם...

אלס קריינא דאיגרתא בלא בלא, וואלט איך די וואך פארגעשלאגן די געוואלדיגע פילם CODA.
coda-posterart.jpg
די פילם איז א רימעיק פון דער פראנצויזישער סוקסעספולער פילם 'The Bélier Family', כאטש לפי כל הדיעות איז דאס פיל בעסער ווי דער ארגינעלער.

די פילם פארציילט די מעשה פון אן איינצעלנע הערנדע טאכטער אין א טויבּע משפחה, וואס ווערט צעריסן צווישן זיין דער פארזארגער און טרענסלעיטער פאר איר משפחה - און איר אייגענע שאיפות און חלומות. מיט א פאנאמענעל עקט און פול מיט געפילן און הומאר וועט עס אייך ברענגן צו לאכן און וויינען.

אינטערסאנט אז די טויבּע כאראקטערן אין דער פילם זענען אויף אן אמת טויבּ (אנדערש ווי אין דער ארגינעלער, וואס האט געברענגט קריטיק).

די פילם איז עקלעימד, און האט געוואונען דריי אסקערס אינעם פאריעריגן פארמעסט, אריינגערעכנט Academy Award for Best Picture.

מ'קען עס זען אויף עפל טיווי, און דא (מיט סאבטייטלס אין עברית).
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך האב לעצטנס געזען גאר א באלערנדע מאווי. עס הייסט עקס מעקינע Ex Machina. עס שטעלט פאר די פראגרעס פון AI ראובאטן וואס זענען זעלבסט באוויסטזיניג און די געוואלדיגע סכנה וואס עס ענהאלט אין זיך. עס עפנט אביסל די אויגן צו זען ווי ווייט די וועלט האלט, בפרט נאך באריכטן לעצטנס פון א וויסל בלוזער אינערהאלב גוגל אז זיי האבן שוין אייגנטליך אנטוויקלט ראובאטן וואס די AI דערפון איז קאנשעס.

די מעשה קומט פאר אויף א אומבאקאנטע אפגעזינדערטע ארט ערגעץ ווי טיף אינמיטן א וואלד ווי עס וואוינט די ceo פון א גרויסע קאמפעני אין א פארמאכטע קאמפאונד. עס ווערט אויסדערוועלט א ארבייטער פון די קאמפעני צו קומען צו פליען מיט א העלעקאפטער זיך אויפצוהאלטן פאר אפאר טאג אינעם בילדינג און אויספראבירן די אינטעליגענץ פון די ראובאטן. למעשה ארבייט די ראובאט אויף אים און עס שאפט זיך א אומאציאנאלער פארבינדונג צווישן די צוויי, און זיי פלאנירן אן אנטלויף אקציע. למעשה קליגט די ראובאט איבער ביידע פון זיי און עס ענדיגט זיך מיט א שרעקעדיגע טוויסט.

דא קענט איר אראפלאדענען די מאווי אומזינסט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די לעקציע (לימוד/מוסר השכל) פון דעם אלעם איז אז א בשר ודם קען זיך נישט שפיעלן מיט מעשי בראשית. אריינגערעכנט בריאת האדם. ווייל אפילו אויב זיי קענען באשאפן א טיילווייזן מענטש . דאך קענען זיי נישט באשאפן א פולשטענדיגע בריה מיט דעם שכל און אחריות פון א נארמאלן מענטש. פונקט אזוי ווי די מעשיות פון יאסעלע גולם. אויב זיי זענען יא, אדער נישט אמת. אדער אויב ס'האט בכלל עקזיסטירט אזא באשעפעניש. אבער דאס קומט דאך צו לערנען אז אזא בריה קען קיינמאל נישט פאררעכנט ווערן ווי א נארמאלער מענטש. די זעלבע איז אויך מיט ראבאטן וועלכע פארמאגן ארטיפישל אינטעללידזשענס. אפילו אויב זיי קענען טראכטן. זיי האבן אבער נישט קיין קאנשיענס. און ממילא קענען זיי אנארבעטן שרעקליכע חורבנות. און מ'וועט זיי נישט קענען קאנטראלירן. אזוי ווי דער מאנסטער וואס דר. פראנקענשטיין האט באשאפן. אין די לעגענדעס פון פראנץ קאפקא. וועלכער האט אויך געוואוינט אין פראג באהעמיע/טשעכאסלאוואקיע.

די שאלה איז נאר ווער ס'האט געגנב'עט פון וועם. ער (קאפקא) פון די לעגענדעס פונ'ם מהר"ל. אדער הרב ראזנבערג (פון טאראנטא. דער מתרגם פון זוהר אויף לשה"ק). פון פראנץ קאפקא.!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

עצי שטים האט געשריבן:איך האב לעצטנס געזען גאר א באלערנדע מאווי. עס הייסט עקס מעקינע Ex Machina. עס שטעלט פאר די פראגרעס פון AI ראובאטן וואס זענען זעלבסט באוויסטזיניג און די געוואלדיגע סכנה וואס עס ענהאלט אין זיך. עס עפנט אביסל די אויגן צו זען ווי ווייט די וועלט האלט, בפרט נאך באריכטן לעצטנס פון א וויסל בלוזער אינערהאלב גוגל אז זיי האבן שוין אייגנטליך אנטוויקלט ראובאטן וואס די AI דערפון איז קאנשעס.

די מעשה קומט פאר אויף א אומבאקאנטע אפגעזינדערטע ארט ערגעץ ווי טיף אינמיטן א וואלד ווי עס וואוינט די ceo פון א גרויסע קאמפעני אין א פארמאכטע קאמפאונד. עס ווערט אויסדערוועלט א ארבייטער פון די קאמפעני צו קומען צו פליען מיט א העלעקאפטער זיך אויפצוהאלטן פאר אפאר טאג אינעם בילדינג און אויספראבירן די אינטעליגענץ פון די ראובאטן. למעשה ארבייט די ראובאט אויף אים און עס שאפט זיך א אומאציאנאלער פארבינדונג צווישן די צוויי, און זיי פלאנירן אן אנטלויף אקציע. למעשה קליגט די ראובאט איבער ביידע פון זיי און עס ענדיגט זיך מיט א שרעקעדיגע טוויסט.

דא קענט איר אראפלאדענען די מאווי אומזינסט.

איך האב נאכנישט געוואטשט די מאווי. אבער ווען עס קומט צורעדן וועגן Al וואלט איך זייער שטארק רעקאמאנדירט צו הערן א פאדקעסט, וואו שמואל בנימין העריס (Sam Harris) האט זייער אן אינטערסאנטן שמועס מיט Jeff Hawkins א בארימטער Neuroscientist איבער דעם נושא פון אינטעלידזשענס און AI

The Future of Intelligence

פאר די וואס האבן נישט קיין נערווען עס צו הערן. די תמצית איז, אז עס נישטא קיין מציאות אז AI זאל איבערווארפן די מענטשהייט, אלעס וואס די AI ווייסט איז נאר פון די מענטש, סא עס איז קאמיש צו אריינבייסן אין די טעאריע וואס מענטשן האבן ליב צו דערציילן אז AI גייט אמאל איבערווארפן די מענטשהייט. עס איז גוט פאר בלויז די פיקציע טייל פון מענטש'נס מוח אז אזא זאך קען אמאל פאסירן.
פויגל מילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך פויגל מילעך »

berlbalaguleh האט געשריבן:די לעקציע (לימוד/מוסר השכל) פון דעם אלעם איז אז א בשר ודם קען זיך נישט שפיעלן מיט מעשי בראשית. אריינגערעכנט בריאת האדם. ווייל אפילו אויב זיי קענען באשאפן א טיילווייזן מענטש . דאך קענען זיי נישט באשאפן א פולשטענדיגע בריה מיט דעם שכל און אחריות פון א נארמאלן מענטש. פונקט אזוי ווי די מעשיות פון יאסעלע גולם. אויב זיי זענען יא, אדער נישט אמת. אדער אויב ס'האט בכלל עקזיסטירט אזא באשעפעניש. אבער דאס קומט דאך צו לערנען אז אזא בריה קען קיינמאל נישט פאררעכנט ווערן ווי א נארמאלער מענטש. די זעלבע איז אויך מיט ראבאטן וועלכע פארמאגן ארטיפישל אינטעללידזשענס. אפילו אויב זיי קענען טראכטן. זיי האבן אבער נישט קיין קאנשיענס. און ממילא קענען זיי אנארבעטן שרעקליכע חורבנות. און מ'וועט זיי נישט קענען קאנטראלירן. אזוי ווי דער מאנסטער וואס דר. פראנקענשטיין האט באשאפן. אין די לעגענדעס פון פראנץ קאפקא. וועלכער האט אויך געוואוינט אין פראג באהעמיע/טשעכאסלאוואקיע.

די שאלה איז נאר ווער ס'האט געגנב'עט פון וועם. ער (קאפקא) פון די לעגענדעס פונ'ם מהר"ל. אדער הרב ראזנבערג (פון טאראנטא. דער מתרגם פון זוהר אויף לשה"ק). פון פראנץ קאפקא.!
כ'האב עס געזען, ואי משום הא, לא תקשי מידי. ווייל דער פראדעצירער האט נישט געקענט אויסטראכטן א וועג צו מאכן עפעס תכלית. אבער ס'האט אסאך טיפערס פון דעם, פארוואס מ'קען נישט. דהיינו, אויב אפילו מיר זאלן זען אילאן מאסק אויפקומען מיט זאכן וואס שטייט אין חז''ל אז ס'נישט מעגליך, ווערן די דברי חז''ל נישט קיין סתירה.
ס'דא זאכן וואס מ'האט אויפגעוויזן מיט סייענס און די יודישע מסורה זאגט פארקערט. אויב מ'וויל זיין א ערליכע יוד, גייט מען באמונה - אנע צורך פאר ראיות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב נאכנישט געוואטשט די מאווי. אבער ווען עס קומט צורעדן וועגן Al וואלט איך זייער שטארק רעקאמאנדירט צו הערן א פאדקעסט, וואו שמואל בנימין העריס (Sam Harris) האט זייער אן אינטערסאנטן שמועס מיט Jeff Hawkins א בארימטער Neuroscientist איבער דעם נושא פון אינטעלידזשענס און AI

The Future of Intelligence

פאר די וואס האבן נישט קיין נערווען עס צו הערן. די תמצית איז, אז עס נישטא קיין מציאות אז AI זאל איבערווארפן די מענטשהייט, אלעס וואס די AI ווייסט איז נאר פון די מענטש, סא עס איז קאמיש צו אריינבייסן אין די טעאריע וואס מענטשן האבן ליב צו דערציילן אז AI גייט אמאל איבערווארפן די מענטשהייט. עס איז גוט פאר בלויז די פיקציע טייל פון מענטש'נס מוח אז אזא זאך קען אמאל פאסירן.

ס׳איז נישט ממש אזוי ווייל די גאנצע איידיע פון AI איז אז ס׳זאל קענען טוהן זאכן וואס אונז פלעינע היומען ביאינגס זענען נישט ביכולת צו טוהן אלץ תוצאה פון אונזער באגרענעצטע מעגליכקייטן, און ווי מער פארגעשריטן AI מאדעלס ווערט אלס מער זאכן טוען זיי וואס אונז קענען נישט טוהן. נאך א שטארקע נקודה לפענ״ד פארוואס מען דארף יא זיין באזארגט איבער AI איז אז אלע גרויסע קעפ און די אינדערסטרי (אילאן מאסק, לעקס פריעדמאן וכ״ו) זענען זייער ביזי רעדן ווי וויכטיג ס׳איז אז מ׳זאל מאכן רעגולעישנס, די סארט מענטשען זענען on top of the industry ווי מ׳ריפט עס, און זיי ווייסן און פארשטייען זאכן וואס אונז חלומ׳ן אפילו נישט אז ס׳קען זיין, אסאך טעקנלאדשי וואס גייט נאר ארויסקומען אין פופצן יאר ארום ניצן זיי שוין היינט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בעהט מחילה פון די פותח האשכול פארן פאדרייען די נושא דא, אויב האלט ער אז ס׳איז א פראבלעהם קען מען אפשר בעטן די מנהל זאלן עס אפטיילן
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

תוהו ובוהו האט געשריבן:עה-העם...

אלס קריינא דאיגרתא בלא בלא, וואלט איך די וואך פארגעשלאגן די געוואלדיגע פילם CODA.
coda-posterart.jpg
די פילם איז א רימעיק פון דער פראנצויזישער סוקסעספולער פילם 'The Bélier Family', כאטש לפי כל הדיעות איז דאס פיל בעסער ווי דער ארגינעלער.

די פילם פארציילט די מעשה פון אן איינצעלנע הערנדע טאכטער אין א טויבּע משפחה, וואס ווערט צעריסן צווישן זיין דער פארזארגער און טרענסלעיטער פאר איר משפחה - און איר אייגענע שאיפות און חלומות. מיט א פאנאמענעל עקט און פול מיט געפילן און הומאר וועט עס אייך ברענגן צו לאכן און וויינען.

אינטערסאנט אז די טויבּע כאראקטערן אין דער פילם זענען אויף אן אמת טויבּ (אנדערש ווי אין דער ארגינעלער, וואס האט געברענגט קריטיק).

די פילם איז עקלעימד, און האט געוואונען דריי אסקערס אינעם פאריעריגן פארמעסט, אריינגערעכנט Academy Award for Best Picture.

מ'קען עס זען אויף עפל טיווי, און דא (מיט סאבטייטלס אין עברית).
אייזן!. זיך צעלאכט דא דארט, אבער אין אלגעמיין איז דאס מער צום עמאציאנאלע און ראמאנטישע זייט.

איין פראבלעם: אסאך מאל ווערט עס אביסל לאנגווייליג.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

berlbalaguleh האט געשריבן: זיי האבן אבער נישט קיין קאנשיענס.
דא אין דעם פילם שפילן זיי ווי דער ראבאט האט יא קאנשעסנעס.

ווי איך פארשטיי איז דאס א גרויסע דעבאטע צווישן די זאך-קענער אויב עס איז מעגליך צו אהערשטעלן א קאנשעס AI (אפשר שוין אין געהיימע עקזיסטענץ). סא ר' בערל, "היט דיין צונג" די ווילסט נישט אז די נישט גוטע (AI) זאלן נקמה נעמען...

יעצט צום פילם זעלבסט: ס'האט מיר געטראגן אויף א ראולער-קאוסטער. איך פארשטיי אבער נישט די ענדע, פארוואס האט חוה אים אויסגעשפילט? און וואו אהין צילט חוה צו דערגרייכן?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

בעז״ה זעמער אין, שכח פארן אויפרישן דעם קלאב.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: זיי האבן אבער נישט קיין קאנשיענס.
דא אין דעם פילם שפילן זיי ווי דער ראבאט האט יא קאנשעסנעס.

ווי איך פארשטיי איז דאס א גרויסע דעבאטע צווישן די זאך-קענער אויב עס איז מעגליך צו אהערשטעלן א קאנשעס AI (אפשר שוין אין געהיימע עקזיסטענץ). סא ר' בערל, "היט דיין צונג" די ווילסט נישט אז די נישט גוטע (AI) זאלן נקמה נעמען...

יעצט צום פילם זעלבסט: ס'האט מיר געטראגן אויף א ראולער-קאוסטער. איך פארשטיי אבער נישט די ענדע, פארוואס האט חוה אים אויסגעשפילט? און וואו אהין צילט חוה צו דערגרייכן?
https://www.quora.com/Why-did-Ava-leave ... Ex-Machina

חוה האט אגאנצע צייט געשפילט אויף אים, זי האט אים אויסגעניצט זיך צו זען אינדרויסן און בכלל נישט געהאט קיין געפיל צו אים.
אויב וואלט ער געזען אז זי האט גע'הרג'עט דעם בעל הבית וואלט ער איר אפגעהאלטן אויף אלע אויפנים אנצוקומען צו די אפענע וועלט. זי האט נישט געהאט קיין ברירה און אים געמוזט דארטן לאזן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

'All quiet on the western front'. Shocking and gruesome! A Netflix production.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

עצי שטים האט געשריבן:חוה האט אגאנצע צייט געשפילט אויף אים, זי האט אים אויסגעניצט זיך צו זען אינדרויסן און בכלל נישט געהאט קיין געפיל צו אים.
אויב וואלט ער געזען אז זי האט גע'הרג'עט דעם בעל הבית וואלט ער איר אפגעהאלטן אויף אלע אויפנים אנצוקומען צו די אפענע וועלט. זי האט נישט געהאט קיין ברירה און אים געמוזט דארטן לאזן.
יעצט אז איך קלער צוריק: חוה האט אפשר זיך געוואלט אויסמישן צווישן די מענטשהייט, אויף א וועג אז קיינער אין די וועלט זאל נישט וויסן דעם סוד אז זי איז א ראבאט.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

תוהו ובוהו האט געשריבן: די פילם פארציילט די מעשה פון אן איינצעלנע הערנדע טאכטער אין א טויבּע משפחה, וואס ווערט צעריסן צווישן זיין דער פארזארגער און טרענסלעיטער פאר איר משפחה - און איר אייגענע שאיפות און חלומות. מיט א פאנאמענעל עקט און פול מיט געפילן און הומאר וועט עס אייך ברענגן צו לאכן און וויינען.
@תוהו ובוהו, א דאנק פאר די רעקאמעדאציע, כ'האב יעצט געענדיגט זעהן דעם פילם ס'איז גאר א שטארקע פילם.
כ'מוז מודה זיין, איך האב אראפגעלאזט אפאר טרערן בשעת'ן קוקן... ס'האט מיך געגעבן אן אנדערע בליק אויפן לעבן - אפילו דו האסט טשאלאדשעס אין דיין לעבן, געדענק די גוטע זאכן וואס דו האסט שטענדיג וואס אנדערע האבן נישט זוכה געוועהן דערצו; און ס'קען גאר זיין אז אנדערע זענען דיר גאר מקנא טראצדעם וואס דו האסט גרויסע טשאלאנדשעס...
מיילס האט געגלוסט וויאזוי רובי'ס משפחה פארברענגט טראצדעם וואס זיי זענען טויב...
#נקודה למחשבה

אבער פארוואס איז בערנאנדאו אזוי געמיין צו רובי?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פרייוויליג האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך האב לעצטנס געזען גאר א באלערנדע מאווי. עס הייסט עקס מעקינע Ex Machina. עס שטעלט פאר די פראגרעס פון AI ראובאטן וואס זענען זעלבסט באוויסטזיניג און די געוואלדיגע סכנה וואס עס ענהאלט אין זיך. עס עפנט אביסל די אויגן צו זען ווי ווייט די וועלט האלט, בפרט נאך באריכטן לעצטנס פון א וויסל בלוזער אינערהאלב גוגל אז זיי האבן שוין אייגנטליך אנטוויקלט ראובאטן וואס די AI דערפון איז קאנשעס.

די מעשה קומט פאר אויף א אומבאקאנטע אפגעזינדערטע ארט ערגעץ ווי טיף אינמיטן א וואלד ווי עס וואוינט די ceo פון א גרויסע קאמפעני אין א פארמאכטע קאמפאונד. עס ווערט אויסדערוועלט א ארבייטער פון די קאמפעני צו קומען צו פליען מיט א העלעקאפטער זיך אויפצוהאלטן פאר אפאר טאג אינעם בילדינג און אויספראבירן די אינטעליגענץ פון די ראובאטן. למעשה ארבייט די ראובאט אויף אים און עס שאפט זיך א אומאציאנאלער פארבינדונג צווישן די צוויי, און זיי פלאנירן אן אנטלויף אקציע. למעשה קליגט די ראובאט איבער ביידע פון זיי און עס ענדיגט זיך מיט א שרעקעדיגע טוויסט.

דא קענט איר אראפלאדענען די מאווי אומזינסט.

איך האב נאכנישט געוואטשט די מאווי. אבער ווען עס קומט צורעדן וועגן Al וואלט איך זייער שטארק רעקאמאנדירט צו הערן א פאדקעסט, וואו שמואל בנימין העריס (Sam Harris) האט זייער אן אינטערסאנטן שמועס מיט Jeff Hawkins א בארימטער Neuroscientist איבער דעם נושא פון אינטעלידזשענס און AI

The Future of Intelligence

פאר די וואס האבן נישט קיין נערווען עס צו הערן. די תמצית איז, אז עס נישטא קיין מציאות אז AI זאל איבערווארפן די מענטשהייט, אלעס וואס די AI ווייסט איז נאר פון די מענטש, סא עס איז קאמיש צו אריינבייסן אין די טעאריע וואס מענטשן האבן ליב צו דערציילן אז AI גייט אמאל איבערווארפן די מענטשהייט. עס איז גוט פאר בלויז די פיקציע טייל פון מענטש'נס מוח אז אזא זאך קען אמאל פאסירן.
בעצם וואלט איך געוואלט עפענען א ספעציעלע אשכול וואס זאל זיך נעמען איבער די צוקומפט פון AI און די געפארן וואס עס קען טראגן מיט זיך. אבער אויף דערווייל דא האסטע א אינטערוויו מיט איינע פון די קליגסטע מענטשן וואס האבן נאר אמאל באטרויטן אונזער ערד קוגל. ער האלט זייער קלאר אז עס איז יא דא א געפאר דערין.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פויגל מילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך פויגל מילעך »

שמן למאור האט געשריבן:איך האב לעצטנס געזען גאר א באלערנדע מאווי. עס הייסט עקס מעקינע Ex Machina. עס שטעלט פאר די פראגרעס פון AI ראובאטן וואס זענען זעלבסט באוויסטזיניג און די געוואלדיגע סכנה וואס עס ענהאלט אין זיך. עס עפנט אביסל די אויגן צו זען ווי ווייט די וועלט האלט, בפרט נאך באריכטן לעצטנס פון א וויסל בלוזער אינערהאלב גוגל אז זיי האבן שוין אייגנטליך אנטוויקלט ראובאטן וואס די AI דערפון איז קאנשעס.

די מעשה קומט פאר אויף א אומבאקאנטע אפגעזינדערטע ארט ערגעץ ווי טיף אינמיטן א וואלד ווי עס וואוינט די ceo פון א גרויסע קאמפעני אין א פארמאכטע קאמפאונד. עס ווערט אויסדערוועלט א ארבייטער פון די קאמפעני צו קומען צו פליען מיט א העלעקאפטער זיך אויפצוהאלטן פאר אפאר טאג אינעם בילדינג און אויספראבירן די אינטעליגענץ פון די ראובאטן. למעשה ארבייט די ראובאט אויף אים און עס שאפט זיך א אומאציאנאלער פארבינדונג צווישן די צוויי, און זיי פלאנירן אן אנטלויף אקציע. למעשה קליגט די ראובאט איבער ביידע פון זיי און עס ענדיגט זיך מיט א שרעקעדיגע טוויסט.

דא קענט איר אראפלאדענען די מאווי אומזינסט.
דאס אליינס אז A24 דיסטריביוטערס - די גרעסטע אין יו עס עי, האט גענומען דעם פילם, איז גענוג צייכן אז ס'איז א געלונגענעם פילם.
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

נא, איינער האט א פילם רעקאמענדאציע פאר די וואך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

שטיסל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

טאמבל סאס האט געשריבן:'All quiet on the western front'. Shocking and gruesome! A netflix production.
7416D2ED-7816-47F4-8F3E-7FA67589B49D.jpeg
איך וואלט אויך גאר שטארק רעקאמענדירט די פילם. דאס איז באזירט אויף א בוך וואס א סאלדאט וואס האט געקעמפט אינעם ערשטן וועלט קריג האט פארפאסט. עס ברענגט ארויס, פון די אויגן פון א דייטשן סאלדאט, דאס אומגעהוירע קאסט פון מלחמה און ווי אזוי די סאלדאטן וואס קומען אָן פאטריאטיש און וואס נישט, אנערקענען דאס זינלאזיקייט פון דאס אלעס.

עס איז גאר שטארק בלוטיג און גרויזאם (בפרט ווי סאלדאטן בעטן פאר זייער לעבן וכדומה).

דאכצעך מיר אז מ׳קען דאס זעהן סיי אין דייטש מיט סאָבּטייטעלס און סיי דאָבּד און ענגליש. (איך פערזענליך האב דאס געזעהן אין דייטש.) אגב, די מוזיק דערצו איז אויך גאר גוט.
E72E00A2-A33F-477A-BA84-B8122B0E5234.jpeg
ענליך צו דעם, אבער ווייט נישט אזוי גרויזאם, איז דאס פילם War Horse. דאס איז פון סטיווען ספּילבּערג און ברענגט אויך ארויס דאס ערשטע וועלט קריג פון די אויגן פון א פערד וואס מ׳האט גענוצט דערין. עס איז, לענ״ד, גאר א פיינע פילם און ברענגט ארויס די קאסטן פון די מלחמה פאר ביידע זייטן - די ענגלישע און די דייטשע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך וואלט רעקאמענדירט די וואך דעם מאווי enemy at the gates.
די מעשה איז א אמת'ע און אביסל באקאנט, עס איז איבער א רוסישע פויער וואס איז געשיקט געווארן צום שלאכטפעלד אין סטאלינגראד דורכאויס די ביטערע שלאכטן ביי צווייטן וועלט קריג. למעשה האט ער זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א מייסטער שארף שיסער און האט אפגערוימט פון וועג גאר אסאך דייטשע אפיצירן און הויעכע באאמטע, ביז מען האט אריינגערופן די סאמע בעסטע דייטשע סנייפער זאל זיך קומען פארמעסטן מיטן רוסישן פויער און אים אומברענגען.

די מעשה איז שוין באשריבן געווארן אפאר מאל אין די היימישע אויסגאבעס, איך געדענק עס ליינען אין דער שטערן. אבער קודם כל איז דאך אינו דומה ליינען למאווי, ועוד, די היימישע אויסגאבעס לאזן אויס כמובן די גאנצע ראמאנטישע חלק פון די מעשה (וואס איז אויך אמת) ווי דער רוסישער סנייפער האט זיך דארטן אינעם שלאכטפעלד פארליבט אין א אידיש מיידל.

דא קענסט איר אראפלאדענען דעם מאווי בחינם. קוקטס און האטס הנאה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
גוצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך גוצא »

Goncharov פון Martin Scorsese, פאר די וואס האבן ליב מאפיא פילמס.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

גוצא האט געשריבן:Goncharov פון Martin Scorsese, פאר די וואס האבן ליב מאפיא פילמס.
כ'האף קיינער קויפט עס נישט אפ.
פארשפארט