בלאט 1 פון 3
א חוצפה פון בחדרי חרדים - הגאון ר' שאול אלתר
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:23 pm
דורך צפת
ס'איז דא א וועב-זייטל מיטן נאמען "בחדרי חרדים". אפיציעל טראגן זיי דעם פנים, כאילו זיי זענען דער סטאנציע פאר אלע חרדי'שע נייעס און געשעהענישן וואס טוט זיך אפ אין די חרדי'שע וועלט אומעטום. עס איז געמאכט געווארן אז אן ערליכער איד זאל האבן אלע נייעס סטאנציאנירט אונטער איין דאך, און נישט דארפן מלקט זיין ממקומות זרים און אין נישט ערליכע מקומות.
ווי ווייטאגליך און חוצפה'דיג איז צו זען, בשעת די גאנצע אמעריקאנער אידנטום איז פייערליך געשטימט, אויפנעמענדיג א געהויבענעם גאסט, הגאון רבי שאול אלתר שליט"א מיט גרויס כבוד און עהרע. דאס איז בלי-ספק איינע פון די נייעס וואס דארף צו זיין אויפן אויבן-אן פון יהדות החרדית אין אמעריקא, די וואך. בו-בזמן וואס צענדליגע אלפים שטראמען צו זיינע טישן, תורה'דיגע שמועסן אומעטום וכו', גיבט בחדרי חרדים נישט קיין פיפס און מאכט זיך נישט וויסנדיג פונעם גאנצן באזוך. פארוואס? - פאר אביסל געלט, טעראר וכו'.
דאס הייסט מזלזל געווען אין אלעס וואס איז ביי אונז חשוב און שיין, ער האט לצנות געמאכט פון גאנץ יהדות החרדית אין אמעריקע, זאגנדיג אין אנדערע ווערטער, אז איר זענט נישט א חלק פון אונז, אייערע פרייד און אויפנאמעס האבן נישט מיט אונזערע מענטשן אין ארץ-ישראל. דאס איז א מעסער אריינגעשטאכן אין רוקן פון אמעריקאנער ערליכע אידן.
די ווייטאג דארף ארויסגעברענגט ווערן און עס דארף זיין קלאר, אז יהדות החרדית קוקט נישט דערויף מיט א גוט אויג.
למען האמת, דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס בחדרי חרדים ווערט באקאנט מיט אזא נייעס. די אנפירער פון בחדרי חרדים זענען שוין געגאנגען זיצן אין טורמע, צוליב דעם חטא פון בלעקמעילן און ארויסנעמען גרויסע געלט פון קהילות און יחידים.
זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידישע קינדער.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:26 pm
דורך היסטאריע
חוצפה'דיג? יא.
ווייטאגליך? נעה. איך געב נישט קיין קראץ.
דער עיקר איז, יגדיל תורה ויאדיר, די גערע דארפען חיזוק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 1:28 am
דורך [NAMELESS]
גראדע פארט יעצט ארום א בריוו פון א חסיד פון ר׳ שאול אלתר ווי ער רעדט זיך אפ אויף די הונדערטע טויזענטער דאלארן וואס די מערכת דארטן שווענדעט פאר שיווק און פירסום אין אמעריקע. די חברה צאלן ליטערלי פאר יעדע פיצי וואטסעפפ גרופע אז מען זאל זיי דעקן, עס איז א ביטערע געלעכטער צו זען וויאזוי זיי מיינען אז כדי צום קויפן די אמעריקאנער דארף מען זיכער מאכן אז אויף טוויטער איז ער שיין געדעקט. לכאורה האט בחדרי נישט געקריגן גענוג א שיינעם טשעקל, אדער האבן זיי געטון א שוואכע ארבעט פאריגעס מאל. גארנישט קיין ווייטאג און גארנישט קיין שאנדע, ווער עס צאלט מער קריגט שענערע סערוויס.
ר׳ שאול איז - אנדערש ווי רוב רבי׳ס - נישט קיין פורים רב, און ווער שפירט פאר וויכטיג אז ער מוז זיין געדעקט איבעראל ליגט דער פראבלעם ביי יענעם.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 10:42 am
דורך כלבאשבוע
@יהורם
כהאף אז די פאשרטייסט אז די בריוו איז פאלש, געשריבן דורך גור
נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 10:46 am
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:@יהורם
כהאף אז די פאשרטייסט אז די בריוו איז פאלש, געשריבן דורך גור
כ׳האב גראדע נישט געכאפט אז עס איז פאלש, זעט אויס אז עס איז צו גוט געשריבן און אז די נקודות זענען וואליד. איך קען פארשטיין אז דאס איז וואס לויפט אריבער אין די קעפ פון חסידי ר״ש ווען זיי זעען ווי מען פארקויפט זייער רבי׳ן ווי א מפואר טלית בייטל, מיר וואלט עס זייער געבאדערט אויב וואלט איך געווען א חסיד פון עמיצן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 2:39 pm
דורך פויגל מילעך
דער עולם לויפט אים נאך אין ניו יורק ווי א פיאק, ווען אין ישראל האט ער זיך נישט וואס צו גרויסן
המלך בשדה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 2:56 am
דורך דוד שריפטליך
פויגל מילעך האט געשריבן:דער עולם לויפט אים נאך אין ניו יורק ווי א פיאק, ווען אין ישראל האט ער זיך נישט וואס צו גרויסן
דערמאנסט מיר פון טאהשער רבי אין שטעטל האט ער פיל מאל זיך געמיטשעט מיט מנין אבער ווען ער איז געקומען קיין ניו יורק האט מען זיך גערוסן ביי די קעפ צו זעען צורת קודשו
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:56 am
דורך פויגל מילעך
דוד שריפטליך האט געשריבן:פויגל מילעך האט געשריבן:דער עולם לויפט אים נאך אין ניו יורק ווי א פיאק, ווען אין ישראל האט ער זיך נישט וואס צו גרויסן
דערמאנסט מיר פון טאהשער רבי אין שטעטל האט ער פיל מאל זיך געמיטשעט מיט מנין אבער ווען ער איז געקומען קיין ניו יורק האט מען זיך גערוסן ביי די קעפ צו זעען צורת קודשו
וואס פאר א פארגלייך, דער טאהשער רבי איז געווען א עובד השם בסילודין. נישט קיין מחרחר ריב און א רעיס לויפער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 12:32 am
דורך תרמב
פויגל מילעך האט געשריבן:דוד שריפטליך האט געשריבן:פויגל מילעך האט געשריבן:דער עולם לויפט אים נאך אין ניו יורק ווי א פיאק, ווען אין ישראל האט ער זיך נישט וואס צו גרויסן
דערמאנסט מיר פון טאהשער רבי אין שטעטל האט ער פיל מאל זיך געמיטשעט מיט מנין אבער ווען ער איז געקומען קיין ניו יורק האט מען זיך גערוסן ביי די קעפ צו זעען צורת קודשו
וואס פאר א פארגלייך, דער טאהשער רבי איז געווען א עובד השם בסילודין. נישט קיין מחרחר ריב און א רעיס לויפער
וואס האקסטו אין קאפ, טויזענטער אידן זענען זיך צאמגעקומען אין בארא פארק אן מאכן א גרויסע מצב צו מיטהאלטן א שיינע של"ס ווייל זיי האבן הנאה געהאט פאראיאר, האלסטו אז ער איז פלעין א רעיס לויפער? ער האט נישט גארנישט צו פארקויפן?
א סאטמאר'ע אינגערמאן האט מיר געזאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' שאול'ס של"ס, ווייל ער האט זייער הנאה געהאט פאראיאר, אבער זיין אינגל נעמט ער נישט ווייל ר' שאול איז נישט קיין ערליכע איד, ער איז א ציוני במילא וויל ער נישט אז זיין אינגל זאל גיין...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 12:56 am
דורך [NAMELESS]
עקזעקטלי. עס איז שוין לאנג נישט געווען אזא סארט רב\רבי\משפיע וואס זאל האבן אזא כח המושך, אין זיינע דרשות און שמועסן. יעדעס ווארט איז צוקער זיס, געשמאק, און נאטורליך. פאר סאטמארע אידן איז עס ממש א ווייטאג אז זיי קענען נישט אפיציעל נהנה זיין פון דעם, ווייל ער איז א אגודיסט\ציוניסט, אבער פאר סתם א עמך איד, אפילו איינער וואס איז כרחוק מזרח ממערב פון גור, האט עס עפעס א אומנאטורליכע ציאונגס קראפט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 1:08 am
דורך פויגל מילעך
ער שמעקט פון גאווה און איז נאך ערגער ווי אלע רבי'ס
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 6:37 am
דורך שמעקעדיג
דו ברויכסט גיין צו א נאז דאקטאר זיך אונטערזוכן ווי אמשנעלסטן. קען זיין אז עס איז קאוויד...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 8:24 am
דורך נעקסט לעוועל
פויגל מילעך האט געשריבן:ער שמעקט פון גאווה און איז נאך ערגער ווי אלע רבי'ס
דיין איינזייטיגקייט און אפסטעמפלען איינעם נישט קיין חילוק וואס ער גייט זאגן טראגט א גערוך פון צומצום און שנאה
סארי
ר שאול איז פון די איינציגסטע וואס איז עקסעפטעד ביי יעדעם מצד
מעשיו כשלעצמו (אפילו די גערערס זענען אויך מודה, זיי האבן גארנישט צו זאגן אקעגן אים פערזענליך, אלעס דרייט זיך ארום אז ער שטימט נישט מיט
זייער גאט)
איך ווייס נישט ווער האט דיר געפיטערט -------, אבער די ביסט שוין געקומען מיט דיין שיטה נאכאיידער די האסט אים געזעהן אדער געהערט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 9:35 am
דורך נעקסט לעוועל
פויגל מילעך האט געשריבן:ער שמעקט פון גאווה און איז נאך ערגער ווי אלע רבי'ס
לא ממש באותו ענין אבל מעין ענין
לאמעיר זעהן ווי די גייסט זעהן די גאווה שטעקן
ר' שאול ביים דינער 'יום בחצריך' אין די עמינענס זאל אין בארא פארק, לטובת זיינע מוסדות אין אמעריקע
אט האט איר די ציטירטן פונעם דרשה:
"איך הייס אלתר האט מען מיר געזעצט אויפ'ן בימה, און איך קען אביסל רעדן האט מען מיר געגעבן די מייק, ביי דעם ענדיגט זיך דאס.
די יחוס איז די הונדערעטע בחורים און אינגעלייט וואס ווילן, וואס זענען גרייט... און איך פיל מיך בטל פאר זיי. איך הייס זייער רבי... מ'קען פון זיי זאגן סיפורים נפלאים! ס'קומען אריין צו מיר אינגעלייט... און איך הייס נאך דער רבי.
דערויף וויל איך נישט מ'זאל מיך רופן רבי. איך בין נישט אזא עניו, כ'וואלט געוואלט מ'זאל מיך רופן רבי, איך שעם מיך, איך שעם מיך פאר זיי."
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 9:50 am
דורך פויגל מילעך
איך קען די געשיכטע זייער גוט.
דאס וואס ער האט אנגעמאכט די לעצטע פופצן יאר, און דאס וואס ער האט זיך געמישט אין פאליטיק, דאס איז אלץ פון זיין גרויס עניוות להפליא
טאקע דער וואס זאגט איך בין נישט קיין רבי, איך וויל עס נישט, און זיצט אויבן אן, דער איז דער צבוע.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:05 am
דורך דער עסער
פויגל מילעך האט געשריבן:איך קען די געשיכטע זייער גוט.
דאס וואס ער האט אנגעמאכט די לעצטע פופצן יאר, און דאס וואס ער האט זיך געמישט אין פאליטיק, דאס איז אלץ פון זיין גרויס עניוות להפליא
טאקע דער וואס זאגט איך בין נישט קיין רבי, איך וויל עס נישט, און זיצט אויבן אן, דער איז דער צבוע.
איך בין מסכים מיט דיר די גאנתע מהלך זיינע וויאזוי ער פירט עס שטימיט עפעס נישט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:09 am
דורך פרנס החודש
פויגל מילעך האט געשריבן:איך קען די געשיכטע זייער גוט.
דאס וואס ער האט אנגעמאכט די לעצטע פופצן יאר, און דאס וואס ער האט זיך געמישט אין פאליטיק, דאס איז אלץ פון זיין גרויס עניוות להפליא
טאקע דער וואס זאגט איך בין נישט קיין רבי, איך וויל עס נישט, און זיצט אויבן אן, דער איז דער צבוע.
איך בין מודה מיט יעדעס ווארט דיינע, אבער די סיבה פארוואס דו זאגסט אזוי איז ווייל דו ביסט א טראלל אדער א גערער.
Re: א חוצפה פון בחדרי חרדים - הגאון ר' שאול אלתר
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:37 am
דורך נעקסט לעוועל
פויגל מילעך האט געשריבן:איך קען די געשיכטע זייער גוט.
דאס וואס ער האט אנגעמאכט די לעצטע פופצן יאר, און דאס וואס ער האט זיך געמישט אין פאליטיק, דאס איז אלץ פון זיין גרויס עניוות להפליא
טאקע דער וואס זאגט איך בין נישט קיין רבי, איך וויל עס נישט, און זיצט אויבן אן, דער איז דער צבוע.
דיין בייעס שמעקט עפעס
עפען א נייע ניק אפשר העט עס דיר גיין [emoji849]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 1:59 pm
דורך צפת
"פויגל" איז דער גערער רב פון בארא-פארק. ניין?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 4:00 pm
דורך פויגל מילעך
איר האט פארגעסן די תקנות המקום, אז מ'טארנישט אטאקירן פערזענליך קיין איין ניק?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 4:08 pm
דורך דער עסער
פויגל מילעך האט געשריבן:איר האט פארגעסן די תקנות המקום, אז מ'טארנישט אטאקירן פערזענליך קיין איין ניק?
פויגל איז שוין נישט גער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 5:12 pm
דורך [NAMELESS]
פויגל מילעך האט געשריבן:איר האט פארגעסן די תקנות המקום, אז מ'טארנישט אטאקירן פערזענליך קיין איין ניק?
און איר האט פארגעסן די תקנות המקום אז מען טאר נישט טראללן און זיך באציען מיט דיסרעספעקט איבער קיין שום פובליק פיגור?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 5:26 pm
דורך מיליאנער
תרמב האט געשריבן:
א סאטמאר'ע אינגערמאן האט מיר געזאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' שאול'ס של"ס, ווייל ער האט זייער הנאה געהאט פאראיאר, אבער זיין אינגל נעמט ער נישט ווייל ר' שאול איז נישט קיין ערליכע איד, ער איז א ציוני במילא וויל ער נישט אז זיין אינגל זאל גיין...
קיין איין סאטמארער פילט נישט קיין שום אפהאלט זיך צו משתתף זיין ביי ר' שאול צוליב ציונית. שוין לאאאנג געענדיגט דעי צייטן.