FTX-פאליטיק

אלעס איבער האנדל וואנדל
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

FTX-פאליטיק

שליחה דורך אלע צוזאמען »

פון 'בערני מעידאף' האסטו שוין געהערט, לכאורה יא, פון 'סעם בענקמאן פריד', פראבעבלי נישט, פון FTX, אויך נישט, פארוואס?

קיין גרויסע פארשטייער צו קריפטא וואלוטע בין איך נישט, אבער ווען א ריזן מולטי ביליאן דאלער'דיגע קאמפעני לייגט זיך צוזאם און גייט שלאפן אין אינטער א וואך, איז עס א נייעס וואס יעדער האלט מיט, די טריקענע רעפארט'ס איז געווען אז FTX א ריזן דיגיטאלי וואלוטע קאמפעני, וואס האט די לעצטע פאר חדשים אפגעקויפט קלענערע קאמפעני'ס איז געגאנגען באנקראט און די CEO פון די פירמע , די 30 יעריגע 'סעם בענקמאן פריד' איז אנטלאפן צו די 'באהאמעס אינדזל'ן עד יעבור זעם.

קשיא'ס האבן אנגעהויבן ארויף שווימען, וויאזוי האט די ביזנעס וועלט גע'טראסט א 30 יעריגע שנוק מיט ביליאן'ס אין אן אינדוסטריע וואס איז נאך זייער רוי, פארוואס פרובירט נישט די 'ביידען אדמיניסטראציע' אים ארויס צובאקומען פון די 'אינדזלן', אזוי ווי מ'פרובירט מיט יעדע קרימינאל, און די עיקר, ווי איז די מידיע, פארוואס פרעגן זיי נישט קיין קשיא'ס, פארוואס גראבן זיי נישט אין די שווינדל פון די יאר צענדליג, ווי איז די me too מאוומענט, א ביזנעסמאן האט פיזיקעל צוטון מיט 10 פון זיינע העכסטע ארבייטער'ס, און קיין מוק הערט מען נישט פון זיי, דאן האבן האלבע נייעס'לעך אנגעהויבן אריינקומען, און זאכן האבן אנגעהויבן מאכן סענס.

'בענקמען פריד' האט ביישטייערט $40 מיליאן פאר דעמאקראטישע סופער פעק'ס און נאך א $10 מיליאן פאר ביידען'ס קאמפיין, מאכענדיג אים פאר די דעמאקראטן'ס צווייט גרעסטע געלט שטיצער, איינס נאך 'סאראס', און צוגאב האט ער שוין גע'שנדר'ט נאך א ביליאן, יא מיט א ב, פאר עלעקשאן 2024, אקעי, נייע אינפארמאציע, 'סעם'ס טאטע איז נאר פערצופאל א פאליסי שרייבער פאר 'מאסעטשוטשעס סענאטאר עליזיבעט ווארען', דער דרייסיג יעריגער CEO האט געהאט א לאנטש מיט די פירער פון די SEC, וואס רעגולירט די אינדוסטריע, 'גערי גענסלער', בלויז עטליכע טעג איידער די באבל איז געגאנגען קראכן, 'גענסלער'ס געוועזענע באסס, אין די אינוועסטמינט בענקינג סעקטאר, שטעלט זיך ארויס צו זיין דער טאטע פון 'פריד'ס מיידל פרענד 'קעריליין עליסאן', וואס זי האט געפירט און געהאט א גרויסע ראלע אין די קאמפעני, פערצופאל.

ווען 'מייקל גריימ'ס געוועזענע 'קלינטאן' ווארטזאגער און היינטיגע אינוועסטירער, האט געמוטשעט דער וועלט'ס רייכסטער פערזאן, 'אילאן מאסק' צו אינוועסטירן אין FTX, האט ער משום איזה סיבה עטליכע מאל אריינגעווארפן אז 'פריד' איז א גרויסע געלט געבער פאר די דעמאקראטישע פארטיי, וואה פאני, ווי קומט עס אריין דא, וואס האט פאליטיק שייכות מיט אינוועסטירן, אבער יעצט לייגט זיך שוין אויפן שכל פארוואס די דעמאקראטן און זייער פראפעגאנדע ארעם, די מידיע, זוכט נישט צו רעדן פון די פרשה.
הדא הוא דכתיב, איין האנט וואשט דעם צווייטן.



אבער אלעס איז נאר קאנספריאציע טעאריע'ס.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א מורא'דיגע אבזערוואציע (ווער ס'קען נישט די גאנצע פאליטיק וועט דארפן אויסהערן די גאנצע זאך פון אנפאנג.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

Wow, בשעת איך האב געליינט דיין אנאליז האב איך געטראכט צו מיר, העי איך האב אויך געזעהן די נייעס און ס'איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן ווי שוידערליך די מעשה איז?
ס'איז נישט נארמאל ווי אזוי מיר ווערן קאנטראלירט דורך די מידיע אן וואס מיר באמערקן דאס אביסל.
א מולטי ביליאן דורלרדיגע ביזנעס לייגט זיך צוזאם איבערנאכט, און אלעס איז אקעי, אפאר טרוקענע העדליין'ס ווי כאילו ס'איז עפעס וואס געשעהט יעדן טאג און לייף איז גוד...
די פוינט וואס איך וויל ארויסברענגן איז אז וויפיל מיר ווילן זאגן אז מיר זענען נישט אינפלוענסט ביי די מידיע - מ'קען הערן מענשטן זאגן 'כ'הער כמעט נישט די נייעס' איך בין נישט אינפלוענסד פון זיי' - די פאקט אז דו ווייסט נישט די מעשה אפילו דו הערסט נישט די נייעס דאס אליין ווייזט ווי ווייט זיי האבן א השפעה אויף אונזער טאג טעגליכן לעבן.
אבער אונז קענען גארנישט טוהן דערוועגן...
אונז קענען נאר באוויינען די מצב...
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך סביב העולם »

עס איז געווען איינער וואס האט געקאנטאקט "בלומבערג" 6 חדשים צוריק מיט א באריכט איבער אסאך סימנים אז דאס איז א פאנזי סקים. בלומבערג האט עס נישט געוואלט באריכטן צוליב וואס עס וואלט זיי געשאדט פאר אדווערטייזערס...

איך האלט נישט אז דאס האט מיט די דעמאקראטישע חלק דערפון, ווייל זיין שותף האט געגעבן גאר אסאך פאר די רעפאבס. עס האט מער צו טוהן מיט דעם אז דאס ברענגט אראפ די קאמפעטענץ פון די אינגע און ווילדע "ריטעיל אינוועסטירער" וועלכע האבן פאר צוויי יאר אין א ציה געיובלט אז זיי פארשטייען בעסער צו פינאנץ ווי וואל סטריט. און זינט יעדער אין די מידיא האט פאר צוויי יאר געשטופט זייער נאראטיוו איז עס גרויסע בושות צו מודה זיין
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: FTX-פאליטיק

שליחה דורך פאליטיקאנט »

סביב העולם האט געשריבן: עס האט מער צו טוהן מיט דעם אז דאס ברענגט אראפ די קאמפעטענץ פון די אינגע און ווילדע "ריטעיל אינוועסטירער" וועלכע האבן פאר צוויי יאר אין א ציה געיובלט אז זיי פארשטייען בעסער צו פינאנץ ווי וואל סטריט. און זינט יעדער אין די מידיא האט פאר צוויי יאר געשטופט זייער נאראטיוו איז עס גרויסע בושות צו מודה זיין
פונקט פארקערט, די עיקר חוזק און די גרעסטע פארלירער אין די FTX צוזאמפאל זענען געהעריגע עסטאבלישד פראפעסיאנאלע אינוועסטירער (קלוגע געלט), א שטייגער ווי sequoia capital, און אנדערע גרויסע חכמים.

די לעצטע צוויי יאר האט געלט געגאסן ווי מערקורי צוליב די פעדעראלע רעזערוו'ס פרעצעדענטלאזע ליקווידיטי טעות פון אויסברייטערן קוואנטיטעטיוו איזינג (QE - Quantitative easing) אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און דאס האט געפירט צו א געלט גייציגע שיכרות ווייל אלעס האט ארויף, און אינוועסטירער האבן אוועקגעווארפן די פשוטע בעיסיק "דו דילידשענס" מאסנאמען אנגענומען אין די פינאנציעלע וועלט.

מעינסטרים מידיא איז קיינמאל געווען אויף די זייט פון די נארישע ריטעיל אינוועסטירער.
צפוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

Re: FTX-פאליטיק

שליחה דורך צפוני »

https://cointelegraph.com/news/sam-bank ... is-furious

דער בחור מיט א רויאיקייט גייט אויפטרעטן קומענדיגע וואך ביי א ביזנעס סאָמיט, וואס דאס הייבט אפילו נישט קיין אויגן ברעמען!

ווער ס'ליינט אביסל מער פון די קלענערע אלגעמיינע אויסגאבעס, וועט טרעפן גאר אסאך הימל שרייענדע עוולות ווי אזוי די דעמאקראטן און די ביידן אדמיניסטראציע, האבן געפאָנעלט געלט דורך FTX דורך שיקן געלט אויף אוקראינע און עס צירוק ברענגען אין קריפטא, און דעס איז נאר א חלק פון די קארופציע וואס איז פארגעקומען און גייט נאך יעצט פאהר!

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

פון איין זייט איז א ריכטיגער גרויל און עקל צו זעהן וויאזוי די מעין סטריעם מידיע וואשט אים און פאלישט אים מיט די שענסטע קאלירן, פון די צווייטע זייט איז עס אבער נעבעך פארשטענדליך.

אין אונזער גאלדענע אמעריקע מיט א יוסטיץ סיסטעם וואו "קיינער איז נישט העכערן געזעץ", טראמפ מיט זיינע שווענץ וועט מען דערגיין די יארן אויף יעדע מעגליכע האלבע אומרעכט, אילאן מאסק וועט מען פארשן און פארשן און נישט ענדיגן באפארשן און ווידער אנהייבן פארשן, אבער ווען דער געבאקענע פריעד האט אנגעזעצט א וועלט, געהאקט א טאג, זיך געבויט פאלאצן אין די באהאמעס פון גערויבטע קרן הצבי געלטער און אנגעפירט מיט א מאסן מעידאף פאנזי שווינדל, קען ער קומען אויפטרעטן ביי די טיימס אן קיין ארנדזשע דזשאמפ סוט...

אבער איינמאל מען כאפט א בליק וואו ער האט אלץ אינוועסטירט, אין וועלכע מידיע נעצן ער האט א טייל, פארוועמען ער האט געטיילט ברויט מיט האניג שטימט אלעס ווי א האמער אין א סערפ.

שטא קיין יוסטיץ, שטא קיין גערעכטיגקייט, שטא קיין יושר, שטא קיין דעמאקראטיע. אבל יש כאן קארופציע, סוואמפ, דעמאקראטן, עליטע, ויושבי חושך וצלמות. אויב וועסטו פאנלען געלט פאר די ביידען אדמיניסטראציע און די ליבעראלע וועלף, געבן ברויט און פיטער פאר די ריכטיגע מידיע נעצן, קענסטו בארויבן די גאנצע וועלט און נאכדעם קומען אויפטרעטן. אויב פרובירסטו אבער צו צוברעכן די דעמאקראטישע צענזור אויף פרי ספיטש וועט מען דיך ממית'ן און רודפן עד שיצא מאפך.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

די לויער פון די פירמע, האט איבערגעגעבן אז א גרויסע סכום איז ''גע'גנבט'' געווארן פון די פירמע'ס אקאונט.

און ענדליך האבן צוויי דעמאקראטישע סענעטארן 'עליזיבעט ווארען'און'שעלדאן ווייטהאוז'' געשיקט א בריוו צו 'מעריק גארלענד' פארלאנגענדיג א פולע אויספארשונג אויף די צוזאמפאל פון FTX, אין די בריוו שרייבט 'עליזיבעט ווארען' אז ''דאס פאלן פון FTX איז נישט נאר א רעזאלט פון שלאבערישע פירערשאפט, נאר זעהט אויס צו ווערן געטון בדווקא און דורך שווינדלערישע טאקטיקן, דורך 'בענקמען פריד' זיך צו זעלבסט בארייכן, און פאקט האט ער שוין געוויזן זיינע עכטע אינטערסען לעצטע יאר, ווען ער האט ארויסגעצויגן $300 מיליאן צו זיין פריוואטע באנק אקאונט''
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אלע צוזאמען האט געשריבן:פון 'בערני מעידאף' האסטו שוין געהערט, לכאורה יא, פון 'סעם בענקמאן פריד', פראבעבלי נישט, פון FTX, אויך נישט, פארוואס?
קיין גרויסע פארשטייער צו קריפטא וואלוטע בין איך נישט, אבער ווען א ריזן מולטי ביליאן דאלער'דיגע קאמפעני לייגט זיך צוזאם און גייט שלאפן אין אינטער א וואך, איז עס א נייעס וואס יעדער האלט מיט, די טריקענע רעפארט'ס איז געווען אז FTX א ריזן דיגיטאלי וואלוטע קאמפעני, וואס האט די לעצטע פאר חדשים אפגעקויפט קלענערע קאמפעני'ס איז געגאנגען באנקראט און די CEO פון די פירמע , די 30 יעריגע 'סעם בענקמאן פריד' איז אנטלאפן צו די 'באהאמעס אינדזל'ן עד יעבור זעם.

קשיא'ס האבן אנגעהויבן ארויף שווימען, וויאזוי האט די ביזנעס וועלט גע'טראסט א 30 יעריגע שנוק מיט ביליאן'ס אין אן אינדוסטריע וואס איז נאך זייער רוי, פארוואס פרובירט נישט די 'ביידען אדמיניסטראציע' אים ארויס צובאקומען פון די 'אינדזלן', אזוי ווי מ'פרובירט מיט יעדע קרימינאל, און די עיקר, ווי איז די מידיע, פארוואס פרעגן זיי נישט קיין קשיא'ס, פארוואס גראבן זיי נישט אין די שווינדל פון די יאר צענדליג, ווי איז די me too מאוומענט, א ביזנעסמאן האט פיזיקעל צוטון מיט 10 פון זיינע העכסטע ארבייטער'ס, און קיין מוק הערט מען נישט פון זיי, דאן האבן האלבע נייעס'לעך אנגעהויבן אריינקומען, און זאכן האבן אנגעהויבן מאכן סענס.

'בענקמען פריד' האט ביישטייערט $40 מיליאן פאר דעמאקראטישע סופער פעק'ס און נאך א $10 מיליאן פאר ביידען'ס קאמפיין, מאכענדיג אים פאר די דעמאקראטן'ס צווייט גרעסטע געלט שטיצער, איינס נאך 'סאראס', און צוגאב האט ער שוין גע'שנדר'ט נאך א ביליאן, יא מיט א ב, פאר עלעקשאן 2024, אקעי, נייע אינפארמאציע, 'סעם'ס טאטע איז נאר פערצופאל א פאליסי שרייבער פאר 'מאסעטשוטשעס סענאטאר עליזיבעט ווארען', דער דרייסיג יעריגער CEO האט געהאט א לאנטש מיט די פירער פון די SEC, וואס רעגולירט די אינדוסטריע, 'גערי גענסלער', בלויז עטליכע טעג איידער די באבל איז געגאנגען קראכן, 'גענסלער'ס געוועזענע באסס, אין די אינוועסטמינט בענקינג סעקטאר, שטעלט זיך ארויס צו זיין דער טאטע פון 'פריד'ס מיידל פרענד 'קעריליין עליסאן', וואס זי האט געפירט און געהאט א גרויסע ראלע אין די קאמפעני, פערצופאל.

ווען 'מייקל גריימ'ס געוועזענע 'קלינטאן' ווארטזאגער און היינטיגע אינוועסטירער, האט געמוטשעט דער וועלט'ס רייכסטער פערזאן, 'אילאן מאסק' צו אינוועסטירן אין FTX, האט ער משום איזה סיבה עטליכע מאל אריינגעווארפן אז 'פריד' איז א גרויסע געלט געבער פאר די דעמאקראטישע פארטיי, וואה פאני, ווי קומט עס אריין דא, וואס האט פאליטיק שייכות מיט אינוועסטירן, אבער יעצט לייגט זיך שוין אויפן שכל פארוואס די דעמאקראטן און זייער פראפעגאנדע ארעם, די מידיע, זוכט נישט צו רעדן פון די פרשה.
הדא הוא דכתיב, איין האנט וואשט דעם צווייטן.

אבער אלעס איז נאר קאנספריאציע טעאריע'ס.
פארוואס גלייכסטו אים צו צו בערני מעידאף פונקטליך? יעדע גרויסע ביזנעס וואס לייגט זיך צאם איז א Ponzi-scheme? די גרעסטע ראי' איז ווייל ער האט געגעבן געלט פאר די דעמאקראטן און אילן מאסק האט געזאגט? וואס? כ'בעט דיך? אפשר איז די גאנצע וואל-סטריט א Ponzi-scheme?

דערווייל איז נישטא קיין שום עווידענס פון קיין Ponzi scheme, און די רעפובליקאנער טאנצן שוין מיט זייער conspiracies, און שרייען שוין, זעהסט, נאר טראמפ פארשט מען אויס!

האק נישט אין קאפ אריין! טראמפ האט געטוהן אפענע עבירות איינס נאכן צווייטען און זיך ארויפגעשטעלט אויף די political stage און געשריגן אז הילערי מיט האנטער ביידען זענען קארופטירט בשעת ער האט אפענערהייט געטוהן איין קרימינאלע אקט נאכן צווייטען.

אדרבה אויב דו ווייסט אינפארמעישאן בענקמאן-פריד זאג! אבער דערווייל זאגסטו גארנישט, און גלייכסט אים צו מעידאף, ווען מעידאף האט יאהרן באשווינדלט זיינע אינוועסטערס מיט א Ponzi-scheme-דאס מיינט נישט “שלעכטע אינוועסטמענטס” נאר נעמען געלט פון איין אינוועסטאר און באצאלן פארן צווייטען.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

'דאנעלד טראמפ', נאך זעקס יאר אויספארשונגען אויף אים, איז פון די ריינסטע מענטשן אינערהאלב די אמעריקאנע קארופטירטע פאליטיק. נישט דו, נישט איך, און נישט ספעציעלע קאנסול 'ראבערט מולער' ווייסט פון עפעס עבירות וואס ער איז באגאנגען, און ברענג מיך נישט יעצט די 'רוסלאנד-קאלוזשען' געבעקס, ס'איז שוין לאנג פארשימעלט אזוי שטארק אז אפילו די דעמאקראטן האבן אים נישט געוואלט אימפיטשען פאר דעם.

און יעצט צוריק צו SBF, אדרבה פארענטפער דו, די אלע קשיות און קאנעקשען'ס וואס ס'איז דא ארום אים און זיין ''ביזנעס'', און אלע לינק'ס צו הויכגעשפיצטע דעמאקראטן, און נאכדעם עט מען ווייטער רעדן.

און פארוואס מ'זאגט אז ס'איז א שווינדל, און נישט נאר א דורכגעפאלענע ביזנעס, ווייל קיינער ווייסט נישט פון ווי די געלט איז געקומען און צו ווי עס איז געגאנגען.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

שבת אחים האט געשריבן:טראמפ האט געטוהן אפענע עבירות איינס נאכן צווייטן
זאג מיר ר' שבת אחים, אפשר רעכענסטו מיר אויס די אפענע עבירות וואס טראמפ איז באגאנגען? דו רעדסט וואס דו אליין טראכסט? אדער וואס דו בעבלסט נאך וואס דו האסט געהערט פון די מידיא?
שבת אחים האט געשריבן:און זיך ארויפגעשטעלט אויף די political stage און געשריגן אז הילערי מיט האנטער ביידען זענען קארופטירט, בשעת ער האט אפענערהייט געטוהן איין קרימינאלע אקט נאכן צווייטן
יא יא, אוודאי האט ער געשריגן אז הילערי און האנטער זענען קארופטירט; אויב די מידיע פארשווייגט עס, ווער דען אויב נישט טראמפ זאל שרייען?

דאס איז די פונקט וואס איך האב פריער (פרובירט) ארויסצוברענגען, מיר זענען אזוי מושפע פון די מידיא אן מיר זאלן אפילו כאפן, אסאך מאל דארף מען זיך פשוט אפשטעלן פאר א מינוט און טראכטן וואס פונקטליך איז דא געשעהן? און וואס פארציילט מען מיך?

ווען מען איז גענוג שטארק צו קוקען נאר אויף די פאקטן זעלבסט קען מען האפן צו האבן כאטש אן עטוואס קלארן בילד.
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך פישל »

שבת אחים האט געשריבן: אדרבה אויב דו ווייסט אינפארמעישאן בענקמאן-פריד זאג! אבער דערווייל זאגסטו גארנישט, און גלייכסט אים צו מעידאף, ווען מעידאף האט יאהרן באשווינדלעט זיינע אינוועסטערס מיט א Ponzi-scheme-דאס מיינט נישט “שלעכטע אינוועסטמענטס” נאר נעמען געלט פון איין אינוועסטאר און באצאלן פארן צווייטען.
ארויסנעמען געלט פון א ביזנעס דורך אן אינטער טירל אנדעם וואס ס'זאל ווערן reported און קיינער ווייסט נישט וואו די געלט איז געווארן 'אינוועסטירט' דאס איז א fraud
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

נו שוין, האט מען דעם צווייט גרעסטן דעמאקראטישער דאונער, מיסטער באקאקטן פרייד ארעסטירט מיט גרויס פאמפע און פאראדע דארטן אין די באהאמעס... העמיר זעהן צו די יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע וועט אים טאקע פארווארפן פאר עט ליעסט אזויפיל יאר וויפיל מען האט שלום ווייס פארווארפן...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

גבור חיל האט געשריבן:
נו שוין, האט מען דעם צווייט גרעסטן דעמאקראטישער דאונער, מיסטער באקאקטן פרייד ארעסטירט מיט גרויס פאמפע און פאראדע דארטן אין די באהאמעס... העמיר זעהן צו די יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע וועט אים טאקע פארווארפן פאר עט ליעסט אזויפיל יאר וויפיל מען האט שלום ווייס פארווארפן...
און די SEC האט פיינעלי היינט אינדערפרי גע'טשארדזש'ט SBF מיט אנפירן א שווינדל, און ארויס בא'גנב'נען אינוועסטירער מיט $1.8 ביליאן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

זייער אינטרעסאנט, ווייל אפיציעל האט עס געהייסן אז ער האט בארויבט דעם עולם מיט איבער 30 ביליאן איז וואס איז די וויץ מיט די 1.8 ביליאן?
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

שליחה דורך ים רויבער »

אלע צוזאמען האט געשריבן: אבער אלעס איז נאר קאנספריאציע טעאריע'ס.
האב איך געהערט אמאל א גוט ווארט די חילוק צווישן א קאנספיראציע טעאריע און א פאקט איז א האלבע יאר....

(FBI שפיאנירן אויף טראמפ
האנטער ביידן לעפטאפ
קאוויד 19 אנהייב אין לאבראטאריע
SBF וכו' וכו')
פארשפארט