אין א וועלט פון פאליטיק און מיינונגס פארשידנהייטן אויף אזוי פיל נושאים, קען אמאל זיין א שטיקל צומישעניש אויף געוויסע טעמעס וואס די דעמאקראטן וועלן האלטן איבער דעם, און וואס די רעפאבליקאנער וועלן זאגן דערויף.
אין די פאלגענדע שורות וועלן מיר פראבירן אביסל דאס אויסצוקלארן, כדי מיר זאלן קענען קלאר ארויסהאבן די שיטות און חילוקים צווישן ביידע פארטייען...
קלימאטן טויש
דעמאקראטן: אויב צאלסטו נישט מער שטייער, וועט די פלאנעט עקספלאדירן איו א פייער-באלי, און וועסט זעהן ווי אלע דיינע חלומות ווערט א שטיק אש
ראפאבליקאנער: ס'איז דאך אזוי קאלט אינדרויסן, אויב אזוי איז דאך נישטא קיין קלימאטן טויש
אינפלאציע
דעמאקראטן: איפלאציע איז נישט ביידען'ס שילד, און קומט בכלל נישט פאר, און איז גלייכצייטיג גוט פאר דיר.
רעפאבליקאנער: עס ווערט גערופען ביידענפלאציע, בין איך גערעכט?
הרג'נן בעיביס
דעמאקראטן: פאר עס.
רעפאבליקאנער: דערקעגן, א חוץ אויב דיין מיסטרעסס ווערט פארשוואנגערט
ביישטייערונג
דעמאקראטן: נעם שטייער און שפענד
ראפאבליקאנער: שנייד שטייער און שפענד
לאפע טענץ אין סקול
דעמאקראטן: אין שטיצע פאר לאפע-טענץ (קרעדיט @גיבורחיל) פארענט פון קינדערגארטן קינדער, ווי אפט שייך
רעפאבליקאנער: האלט אן --- וואס?
אוקריינע
דעמאקראטן: שיק ביליאנען פאר אוקריינע
רעפאבליקאנער: גלייך-זיס
מאַכט באלאנסירונג
דעמאקראטן: גאנץ אמעריקע זאל געפירט ווערן דורך הארווערד סטודענטן
רפאבליקאנער: אלע זאלן זיך בוקן צו גאט-קיסר טראמפ !
חינוך
דעמאקראטן: מ'מוז לערנען מיט אלע קינדער ביז יעדער איז אדער ג*י אדער טרענס
רעפאבליקאנער: נעמט זויפארט ארויס ענקערע קינדער פון פאבליק-סקול !
געז פרייזן
דעמאקראטן: וואלסט ווען געדארפט קויפן אן עלעקטרישע קאר
רעפאבליקאנער: יעדער איינער זעל פארמאגן אן אויל-ריג ביי זיך אין הויף
אויספירן די אונטערגאנג פון ציוויליזאציע
דעמאקראטן: פאר עס.
רעפאבליקאנער: אויך פאר עס, אבער שטייטער.
(קרעדיט באבילאן בי)