ווען איך בין געווען קליין האט מען עס גערופן א פרוקער קאר אדער פרוקער טראק. בעיקר פרוקער קאר.
אבער פאר איך פאנג אן שטעלט זיך מיר א שאלה, פארוואס נאר א קאר וואס פרוקעט הייסט א פרוקער קאר? פארוואס א מאטארבייק וואס פרוקט אוועק מיילן ווייט הייסט נישט פרוקערבייק?
נאר לאמיר עס צעלייגן. א קאר קומט געווענליך ס'זאל פארן סמוד, וועגן דעם ווען ס'פרוקט אוועק, ס'גריצלט די מאפלער, הייסט עס א פרוקער קאר, אבער א מאטאר בייק קומט ס'זאל פרוקן, ס'איז אזוי באשאפן געווארן.
בקיצור איך וואק אויף די גאס אזוי, פלוצלונג פארט מיר דורך א גראבע באמבאסטישע פרוקער טראק, ער לאזט ארויס פון זיין עק, א שלויך מיט רויעך, און ער קראכט און פרוקט אויף הויכע כוחות, די גאנצע גאס קוקט, דער דרייווער זיצט אויף זיין באקוועמען זיץ און טאנצט ארויף און אראפ, אזוי אז אלע קליינע קינדער מאכן אים נאך ווען זיי דרייוון די טראק אינדערהיים מיט א אלטע היט פאר א דרייווער, און טאנצן זיך ארויף און אראפ
אבער סיריעסלי, א פרוקער טראק איז א זאך ווי נישט ווי, יעדער קוקט ווי ער פרוקט זיך אזוי מיט גאווה, דאס מאכט יעדעם קוקן, און ציט אלעמענס אויפמערקזאמקייט, אנדערש איז שוין אבער מיט א פרוקער קאר, געווענליך איז עס פארקראכט און צוזעצט, ווען מ'הערט נאר די נויס פון אראונד די קארנער ווייסט מען שוין א פייטל פישל'ס פרוק קומט זיך צו רייסן, און יעדער לאכט, יא! די ששת ימי בראשית קאר איז שוין דא.
אוי איך בענק מיך צו די צייטן ווען אסאך טראק'ס פלעגן פרוקן. און לאמיר אריינטראכטן בנוגע די געלע באסעס, זיי פרוקן אן גאנץ וויליאמסבורג און זייען אן פאלאשן אויף די גאסן, צו וויל איך דען אויסקוקן ווי זיי?
סך הכול איך פייגער צו זיין א פרוקער טראק, יעדער זאל קוקן אויף מיר, און פארטיג.
וואס מיינט א פרוקער טראק?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:25 am
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:25 am
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
אז מ'רעדט שוין פון א פרוקער קאר, האט א איד אמאל געוואלט אפטון א צווייטן איז ער געגאנגען און אריינגעשטופט קארטאפל אין יענעמ'ס מאפלער, און זיין קאר האט שרעקליך אוועקגעפרוקט, שטיקלעך פאטעטיטע האבן ארויסגעשפריצט פון די מאפלער און אריינגעזעצט אין זיין פרצוף ער איז געווארן איין שטיק קארטאפל, לויפט ער אריין צום רעבין און זאגט
רבי! זרח פינטער האט געשטופט קארטאפל פון אונטן.
רבי! זרח פינטער האט געשטופט קארטאפל פון אונטן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך וויל וויסן ווען און ווי אזוי די סטירינג וויל איז געווארן א "דרייווער".
אין די זעלבע יאר וואס הצלה קארס האבן באקומען ״בליצערס מיט סטראפס״, געדענקסט נאך?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)