בלאט 1 פון 1

"נייער כתב-יד"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 7:03 pm
דורך שלום בערגער
נייער כתב-יד

נישט איך דאוון
נאָר ווי אן אלטע בחור הזעצער מיט קויטיקער בארד
לייג איך צו א ווארט צו א ווארט
ליפן פארזשמורעטע
גיב א קרעכץ
ווייל אלץ טויג נישט.

איך גיב א כאפ א קאנווערט פון יענעם בענקל
לייען איבער א פאר שורות

הפלא ופלא!

איך לויף ארויס אין דער נאכט
דעקלאמיר צו די פייגל
די שריפט זשאווערט אויפן דעסק