וויאזוי מיר קענען באשיצן אונזערע קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

וויאזוי מיר קענען באשיצן אונזערע קינדער

שליחה דורך בונה של טוב »

עס כאפט א שרעק ווען מ'האט יונגע קינדער אין שטוב און מ'וויל זיי אפהיטן פון אלדאס בייז, אבער וואס טוט מען ווען איבעראל וואו זיי דרייען זיך זענען זיי אין געפאר פון באלעסטיגט ווערן ה"י (אפילו ווען מ'לאזט זיי חלילה נישט אליין גיין אין מקוה).

אוודאי זענען דא גוטע ביכער וואס היימישע מדריכים פאר עלטערן האבן מייעץ געווען, ווי https://www.amazon.com/ideas/amzn1.acco ... idea_share

אבער כאטש ס'מאכט א גרויסע חילוק ווען מיר לערנען אונזערע קינדער, זיי זאלן וויסן אז קיינער האט נישט די רעכט זיי אנצורירן אין פּריוואטע ערטער, און אפילו ווען מיר זענען פארזיכטיג און האלטן כסדר אן אויג, די מערסטע וואס מיר קענען - איז נאך אלס נישט א הונדערט פראצענטיגע גאראנטי. פארשטייט זיך אז אנגרייפערס וועלן ענדערש פרובירן זייערע פארברעכנס מיט קינדער וואס זענען מער פארנאכלעסיגט, אבער ס'קען זיך אויך מאכן אין גוטע היימען און ליידער אפילו פון אייגענע געשוויסטער אדער אפילו א פעטער אדער א זיידע.

די לעצטיגע אינטערוויא אויף ליווינג לחיים רעדט אביסל וועגן די קשר פון עלטערן מיט זייערע קינדער, וואס אויב א קינד ווייסט, אז נישט קיין חילוק וואס זיי דערציילן, וועט מען זיי גלייבן און נישט אוועקמאכן זייער פּיין, אדער חלילה זיי באשולדיגן - דעמאלס קען מען פארמיידן לעבנס-לענגליכע יסורים פאר אונזערע קינדער. ווייל אפילו אויב די ערשטע אינצידענט קען מען נישט אין אלע צייטן פארהיטן - איז עס אבער הימל און ערד א חילוק פון אן אנגרייפער וואס איז פריי פארצוזעצן זיינע פארברעכן ווייל דאס קינד פילט נעבעך כאילו ס'איר/זיין שולד. ווען א קינד קען האבן די דרייסטקייט מיטצוטיילן ווייל זיי ווייסן די עלטערן וועלן זיי נישט באשטראפן אדער פארשעמען - קען עס ראטעווען די לעבן פון אונזערע קינדער פון אומבאשרייבליכע יסורים.

אט איז די לינק פון ר' אברמי זיפּל אויף ליווינג לחיים (כאטש איך גלייב ס'דא עטליכע פראבלעמען דא, אבער איך האף אז ס'איז יצא הפסדו בשכרו)
https://youtu.be/CUvFfcklfUg
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: וויאזוי מיר קענען באשיצן אונזערע קינדער

שליחה דורך פרנס החודש »

The damage of molestation is overrated.
איך מיין נישט ח״ו צו בארעכטיגן אזוינע עוולות, נאר ווען איך זעה פראבלעמען ביי קינדער (איך בין א סקול סאושעל וואורקער) איז עס צילוב די עלטערן, נישט פרעמדע. די אבסעסיע איבער מאלעסטעישן איז א וועג פאר עלטערן זיך צו מאכן פילן ווי זיי פירן די וועלט. די פראבלעם איז בעיקר אויב עס איז א מענטש מיט אויטאריטעט צום ביישפיל א רבי אין חדר, א רב, טעראפיסט, וואס דאן פארלירט די קינד טראסט אין אויטאריטעט. די עיקר טראומא איז ווען די קינדער זעען אז זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו פארציילן פאר די עלטערן, ווייל וואס האבן די עלטערן געטון ווען ער׳ט נעכטן פארציילט ווי דער רבי האט עם געשלאגן פאר גארנישט? געווענליך וועט דער מאלעסטירער זיין א נאנטע מענטש ווי א רבי, קוזין, מנהל, וואס ווייסט פון וועם מען רעדט, ממילא איז א עצה טובה צו פארמיידן אזוינע מעשים צו מאכן זיכער אז יעדער ווייסט אז דו ביסט דער טיפ מענטש וואס וועט זיך נישט צוריקהאלטן פון גיין צו די פאליציי…. און לגבי פרעמדע מענטשן דארף מען אנזאגן די קינדער זיך נישט צו לאזן, נאר צוריקשלאגן, געווענליך פאסירן די זאכן ווען קינדער ווייסן נישט וואס פאסירט ביז לאחר המעשה. מען ברויך די קינדער אנזאגן אז די פריוואטע חלקים פון קערפער זענען פריוואט און נישט פאר אנדערע מענטשן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פרנס החודש האט געשריבן:The damage of molestation is overrated.
איך מיין נישט ח״ו צו בארעכטיגן אזוינע עוולות, נאר ווען איך זעה פראבלעמען ביי קינדער (איך בין א סקול סאושעל וואורקער) איז עס צילוב די עלטערן, נישט פרעמדע. די אבסעסיע איבער מאלעסטעישן איז א וועג פאר עלטערן זיך צו מאכן פילן ווי זיי פירן די וועלט. די פראבלעם איז בעיקר אויב עס איז א מענטש מיט אויטאריטעט צום ביישפיל א רבי אין חדר, א רב, טעראפיסט, וואס דאן פארלירט די קינד טראסט אין אויטאריטעט. די עיקר טראומא איז ווען די קינדער זעען אז זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו פארציילן פאר די עלטערן, ווייל וואס האבן די עלטערן געטון ווען ער׳ט נעכטן פארציילט ווי דער רבי האט עם געשלאגן פאר גארנישט? געווענליך וועט דער מאלעסטירער זיין א נאנטע מענטש ווי א רבי, קוזין, מנהל, וואס ווייסט פון וועם מען רעדט, ממילא איז א עצה טובה צו פארמיידן אזוינע מעשים צו מאכן זיכער אז יעדער ווייסט אז דו ביסט דער טיפ מענטש וואס וועט זיך נישט צוריקהאלטן פון גיין צו די פאליציי…. און לגבי פרעמדע מענטשן דארף מען אנזאגן די קינדער זיך נישט צו לאזן, נאר צוריקשלאגן, געווענליך פאסירן די זאכן ווען קינדער ווייסן נישט וואס פאסירט ביז לאחר המעשה. מען ברויך די קינדער אנזאגן אז די פריוואטע חלקים פון קערפער זענען פריוואט און נישט פאר אנדערע מענטשן.
איך זע נישט פארוואס די מוזט פאר'הרג'ענען אזא שיינע תגובה מיט די גוטע נקידות שבו מיט אזא הקדמה אז: The damage of molestation is overrated.
אז די ביסט אין די ליין פון סאושל ווערק דאן בלייב אין דיין לעין. לאז די ענין פון מאלעסטעישן פאר די עקספערטן וואס טוען אין יענע פעלד. לויט ווי זיי זאגן איז די שאדן גארנישט איבערגעטריבן, אויב עפעס איז די שאדן נישט גענוג הארב ביים עולם, מען האט נישט גענוג ארויס די געפערליכע נאכווייען און אפעקטן וואס דאס קען לאזן אויף דעם קינד פאר זיין גאנץ לעבן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

לדעתי איז ביי אונזער געמיינדע די פראבלעם נישט דווקא מעלעסטעישן, מעלעסטעישן קען אוועק הרג'ענען א מענטש, און ביי אונז איז ערגער ווייל מ'פארציילט נישט פאר קיינעם, און אוודאי גייט מען נישט צו די פארליציי, אבער דאס פלאגט נאר די מעלעסטעישן וויקטעמס, נישט קיין 80 פראצענט. איך בין נישט מזלזל בכלל אין דעים, פארקערט, איך האלט נאר אז מער פון דעם שלאגט אונזער סאסייעטי.

וואס פעלט שטארק ביי אונז, און וואס אסאך עלטערן מיינען ווען זיי פרעגן ''וו אזוי קען מען רעדן צי קינדער'', איז סתם **** עדיוקעישן, און פשוט אז קינדער זאלן זיך פילן גוט און באקווען אין זייער אייגענע קערפער, זיין פאזיטיוו און קלאר. ''דאס'' פעלט ביי אונז. דעיס איז נוגע פאר 100 פראצענט עלטערן און קינדער, בחורים און מיידלעך, דעיס גייט מאכן סאך געזונטער אונזער עולם.
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: וויאזוי מיר קענען באשיצן אונזערע קינדער

שליחה דורך פישל »

די פראבלעם פון מאלעסטעשאן איז גאר גרויס. דאס מאכט חרוב א קינד׳ס/מענטש׳ס לעבן. אסאך מאל בלייבט די אפעקט א גאנץ לעבן.

איך גיי נישט אריין צו די פראבלעם איז נאר ביי אונז אדיר אויב די פראבלעם איז מער שכיח ביי אונז. דאס איז אירעלעווענט.

וואס איז יא נוגע פאר אונז, איז וואס מיר קענען טוהן אלץ עלטערן צו פראטעקטן אונזער קינדער.

רוב מאל ווען א קינד ווארט מאלעסטעט וועט ער נישט גיין פארציילן פאר קיינעם און אוודאי נישט פאר זיין עלטערן אויס מורא פון די רעאקציע אדער פסק וואס ער וועט באקומען. ער פיהלט זיך ווי ער איז גאר די שילדיגע דא (דאס איז געווענליך וואס מאלעסטערס טוהן - זיי ווארענען אן דאס קינד נישט צו פארציילן פאר קיינעם אויך נישט זיינע עלטערן).

מיר אלץ עלטערן, דארפן מיר אויסלערנען און מחנך זיין אונזער קינדער אז ס׳איז דא א חילוק צווישן פריוואט און סעקרעט (secret) דיינע באדי פארטס זענען פריוואט און קיינער האט נישט וואס דאס אנצורירן, אפילו דיין בעסטע פריינד, מלמד, פעטער אדער זיידע. און אויב איינער רירט דיך יא צו זאלסטו זיך נישט לאזן און אויב פעהלט אויס צו שרייען זאלסטו שרייען.

און בשעת מעשה דארף מען פארזיכערן פארן קינד אז אויב עפעס געשעהט זאלסטו נישט מורא האבן און אונז גלייך פארציילן אונז וועלן דיך גארנישט שלעכטס טוהן, ווייל מיר ווייסן אז ס׳איז נישט דיין שולד, און דו האסט גארנישט געטוהן ראנג.

אזא גישה וועט מאכן דאס קינד פילן באקוועם צו קומען פארציילן ווען עפעס געשעהט אן מורא האבן פון סיי וואס.

ווייל א גרויס חלק פון דער פראבלעם איז וויאזוי די עלטערן רעאגירן דערצו.


Sent from my iPad using Tapatalk
פארשפארט