בלאט 1 פון 2
מצוה טאנץ
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 10:21 pm
דורך [NAMELESS]
איך זיץ דא
שוין צוויי שעה
למה לא
סאסייאיטי זאגט אזוי
יענס געלעכטער
אן קיין הסבר
מלובש אין ענינים
ס'האט אבער נישט קיין פנים
דער עולם לאכט
שוין צווייע ביינאכט
נאך א זיידע אויסרופן
די נערווען טוהען קריכען
בדחן טוט זאגן
אט אט טוט טאג'ן
דער פעטער ר' זאב'ן
געווען א מקורב ביים רעבי'ן
די אלמנה פון מאנסי
ערליך און יאנטשי
חרוזים האלטען אן
מען ענדיגט נישט soon
די נאמען פונעם זיידען
באטרעפט גן עדן
די ראשי תיבות פונעם מחותן
טוהט אזוי שיין פיטען
פעטער ר' נחום
א גרויסע תלמוד חכם
אוי א בראך
ווי לאנג נאך
הותרה הרצועה
אראפ מיט די מחיצה
יאנקעל פרעגט
פארוואס ביסטו בארעגט
זיי נישט קיין קצב
מאך שלום מיט די מצב
חלילה נישט זיין משנה
אזוי זאגט די באבע
טרערן פליסן
אבער מענער שמועסן
זיידע עסט א באר
אייניקעל גייט פאר א סיגאר
בדחן מיט אן ערענסטע פנים
מ'האלט שוין ביי די מחותנים
מחותן, מגדל זיינע קינדער
אזוי ווי שאף און רינדער
מחותנ'סטע, ער"ש טוט לעכט אנצינדן
גייט אינגאנצען אפגעבינדען
ס'ווערט שוין שפעט
אבער נישט קיין געיעג
אשת חיל מי ימצא
ששון ושמחה
האטס מיר א לחיים
שמחת זיך פרייען
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 1:53 am
דורך שמעון וואלף
די גראמען איז נישט די בעסטע, אבער פאר צווייע ביינאכט קען עס פעססען.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:02 am
דורך שמעון וואלף
אז מ'רעדט שוין וועגן מצוה טאנץ, וואלט איך געהאט חשק אז עסקנים זאלן זיך אריינלייגן דאס מבטל צו זיין. די משוגעת ווערט גרעסער און גרעסער און קיינער ווייסט שוין נישט וואס איז פשט דערפון.
די לעצטע פאר יאר האט זיך אויך פארמערט דאס גע'האג'אכץ. טאטעס ווערן פליצלינג אזוי איבערגענומען אז מ'קען זיך נישט צוריקהאלטן פון ארומנעמען די כלה און צודרוקן צו זיך בפני קהל ועדה. אן אנדערס מאל האב איך מיטגעהאלטן ווי די כלה'ס ברודער האט געטאנצן מיט די כלה און פון גרויס התרגשות האבן זיך ביידע געהאלזט און געקישט. און איך רעדט נישט דא פון באמעס.
געענדיגט מיט די מנהג - אותיות גהנם! טויגט פאר גארנישט, נישט גשמיות און נישט רוחניות
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:51 am
דורך מי ימצא
די גראמען איז נישט די בעסטע, אבער פאר צווייע ביינאכט קען עס פעססען.
גראדע איז עס זייער שיין אראפגעלייגט און ארויסגעברענגט שארף.
אין מיינע אויגן איז עס א מעסטער פיס. תוכן'דיג און זאפטיג.
ביטע נישט קלאפן קיין חברי השטיבל, מיר ווילן דאך אלע אז קאווע שטיבל זאל זיין א פלאץ סיי וואו מען איז קונה, און סיי וואו מען קען ארויסגעבן טאלאנטן.
Re: מצוה טאנץ
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:57 am
דורך צוזאמגעדרייט
שמעון וואלף האט געשריבן:די גראמען איז נישט די בעסטע, .
איך דינג זיך מיט אייך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:02 am
דורך מר. קלונימוס
רעדסט פון מבטל זיין דאס ווען ס'ווערט שוין אפילו פאפולער ביי די ליטווישע , שוין דא היינט אסאך ענגלישע בדחנים
Re: מצוה טאנץ
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:08 am
דורך צוזאמגעדרייט
מר. קלונימוס האט געשריבן: פאפולער ביי די ליטווישע
טאקע דערפאר...
Re: מצוה טאנץ
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 1:30 pm
דורך כניאק
שמעון וואלף האט געשריבן:די גראמען איז נישט די בעסטע, אבער פאר צווייע ביינאכט קען עס פעססען.
איך האב פארשטאנען אז סאיז געמאכט אזוי ווי מצוה טאנץ סטייל גראמען, און סאיז מוראדיג גוט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:05 pm
דורך צקון לחש
איך פלעג מיך געפערליך רעגן אויף די אינדאסטרי רעגולעטאד מצוה טענץ ביז איך האב געכאפט אז נאך ערגער פון דעם איז דאס עצם הרי את...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:51 am
דורך שמעון וואלף
מי ימצא האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:די גראמען איז נישט די בעסטע, אבער פאר צווייע ביינאכט קען עס פעססען.
גראדע איז עס זייער שיין אראפגעלייגט און ארויסגעברענגט שארף.
אין מיינע אויגן איז עס א מעסטערפיס. תוכן'דיג און זאפטיג.
ביטע נישט קלאפן קיין חברי השטיבל, מיר ווילן דאך אלע אז קאווע שטיבל זאל זיין א פלאץ סיי וואו מען איז קונה, און סיי וואו מען קען ארויסגעבן טאלאנטן.
איך דינג מיך נישט מיט דיר, אבער די ווערטער גראמען פשוט נישט.
אט זענען עטליכע משלים
יענס געלעכטער
אן קיין הסבר
נאך א זיידע אויסרופן
די נערווען טוהען קריכען
הותרה הרצועה
אראפ מיט די מחיצה
חלילה נישט זיין משנה
אזוי זאגט די באבע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:51 am
דורך היסטאריע
יענץ געלעכטער
נישטא קיין ווערטער
נאך א זיידע
א בעל צדקה ליידער
דרך ישראל סבא
אזוי זאגט די באבע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 4:52 pm
דורך קהל'ס נער
איך האלט אז מצווה טאנץ איז יא א שיינע זאך, די חורבן איז נאר אז אינז האבן אפגעהארגט אזא הערליכע מנהג.
די ארגינעלע מנהג איז מען ברעינגט א בדחן מאכט "פרייליך" די עולם, און די חתן און די כלה "טאנצן" צוזאמען.
נאכן קריג האט מען געטוישט אז די בדחן איז מספיד די זיידעס די טויטע און די לעבעדיגע, ער געט א מוסר שמועס פאר חתן ווי כאילו מען האלט דא ביי יום המיתה, אזוי מיטן פארביטערטע מינע, דארף נעבעך די חתן ווי א איכה-קרעכצער אפזאגן דעם אשת חיל מיט א ביטערקייט בשעת'ן האלטן זיין כלה'ס פינגערס פאר'משכון'ט צווישן זיינע פינגער.....
ווי זאגט וועלוועלע חאצאצקער?
לייז אינז אויס אלץ יודן ווי איידער אלץ משוגעים חלילה.......
(מיוסד על מאמר של ר' בונים מפשיסחא
"לייז אינז אויס אלץ יודן ווי איידער אלץ גויים חלילה")
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 5:25 pm
דורך גפן
הלואי ווען מ'קען ווען מבטל זיין דעם מאדנעם מנהג וואס האט קיין זין נישט...
פון מיין אייגענע עקספיריענס. געזעצן בין איך ווי א גולם פאר גאנצע פיר שעה אין א צי, און אויסגעהערט דעם בדחנ'ס בויך וויי ווי ער מאכט דעם עולם וויינען נאכ'ן אראפברענגען אלע זיידעס לעבעדיג דא אין זאל...וואספארא משוגעת אויסצופייניגן דעם חתן כלה וואס קענען נישט געהעריג קאמיוניקירן אזוי ווען הונדערטער אויגן קוקן אין זייער ריכטונג?
געווען בין איך אנגעצויגן אויף די העכסטע שטאפלען וויסענדיג אז איך האב נאך א לאנגע נאכט, אנגעפילט מיט דראמא...אלע גייען אהיים רואיג און מ'פאקט זיך פאפן, אבער איך די עיקר פון די נאכט האב איך נאכישט מקיים געווען און עס איז שוין 4'ער פארטאגס...
גערעדט אמאל מיט א ליטווישע איד און איך האב אים פארציילט איבער מצוה טאנץ, ער האט אונז אנגעקוקט משוגע. און גערעכט זענען זיי. זיי ענדיגן די חתונה 12-12:30. אלע גייען אהיים צופרידן. אנגעהויבן פון די חתן כלה וואס קענען גלייך אריינלויפן אין שויער, און געענדיגט ביי די קליינע קינדערלעך וואס דרימלען איין אויף דריי בענקלעך אין זאל. די ארבעטער קענען גיין רואיג מארגן צו די ארבעט, און די בחורים קענען אויפשטיין נארמאל.
ס'איז א שאד אויסצופייניגן א ציבור אידן. ווער דארף עס? נאר די עלטער פעטערס וואס האבן שוין לאנג רעטייערט...
---
צום פותח האשכול, הערליכע גראמען. א דאנק פאר'ן מהנה זיין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 5:50 pm
דורך נעקסט לעוועל
גפן האט געשריבן:ס'איז א שאד אויסצופייניגן א ציבור אידן. ווער דארף עס? נאר די עלטער פעטערס וואס האבן שוין לאנג רעטייערט...
וואס העסטע טון ווען דו וועסט זיין די רעטייערטע עלטער פעטער?
(טראכט אביסל פון דיר אין די עלטערע יארן… )
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:56 am
דורך שמעון וואלף
משוגע מטורה די גאנצע אויסשטעל פון מצוה טאנץ. דער בדחן דארף מכלומר'שט ווערן א בעל דרשן וואס זאגט נאך רעיונות פון חסידישע ספרים וכדומה וואס דארף ברענגען אן התעוררות פאר'ן זיידע וואס גייט אט טאנצן. די שקרים וכזבים וואס ווערן אלץ דערמאנט ביים אויסרימען די טאנצערס זענען אן איבל. און וואסי פשט פון זיצן אנע מחיצות 4 פרעמדע משפחות?
די מנהגים ביים טאנצן, ווי יעדע זיידע דארף נאכאמאל טאנצן מיטן חתן און דערנאך דארף ער ווייזן וואספארא זשענטעלמאן ער איז ווען ער ווייזט פאר די אנדערע זיידע אויך אריינקומען אין רינג און אויך די מחותן אינאיינעם מיטן פעטער פון לאנדאן. ביים צווייטן זיידע געשענט די זעלבע שפיל וחוזר חלילה. און ווער רעדט נאך ווען די ברידער פון חתן כלה קומען טאנצן, אך, די צוקערדיגע קינדערלעך, און די טאטע און זיידעס שטייען פון די זייט און שעפען נחת מיינענדיג נעבעך אז יעדער ווערט אימפרעסט.
בקיצור ס'האט נישט קיין הענט און נישט קיין פוס.
ווי @קהל'ס האט געשריבן, וואלט עס געקענט זיין א שיינע זאך. דער בדחן זאל מאכן פרייליך און אויסרימען חתן כלה. אבער ס'נישט דא ווער ס'זאל מחזיר זיין עטרה צום יושנה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 1:19 am
דורך וואלווי
סאו פארוואס טאקע האלט נאך אן די משוגעתן נאך אזוי פיל יאר?
ווייל ווען מ'איז אליינס די בעל שמחה איז מען באמת עקסייטעד פאר די בית שמש (געשריבן ע"פ סוד, כדי מ'זאל נישט דארפן מטריח זיין צו צושרייבן, שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער-מנהל...). אז מ'איז גרייט ארויס צו קרוכען דערפון ווען מען שוועבט אין הימל ביי די אייגענע שמחה קען מען דאס עקספעקטן אלס גאסט. ווי לאנג ביי די אייגענע שמחה טוט מען דאס סיי ווי זאל מען זיצען מיט א פארמאכטע מויל ביים צווייטענס שמחה. ס'איז צייט צו זיין נחשונים און אויף הערן וויינען אז די וועלט מוז זיך אליינס פארעכטן ווייל אזוי וויל איך יעצט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:29 pm
דורך signout
שמעון וואלף האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין וועגן מצוה טאנץ, וואלט איך געהאט חשק אז עסקנים זאלן זיך אריינלייגן דאס מבטל צו זיין. די משוגעת ווערט גרעסער און גרעסער און קיינער ווייסט שוין נישט וואס איז פשט דערפון.
די לעצטע פאר יאר האט זיך אויך פארמערט דאס גע'האג'אכץ. טאטעס ווערן פליצלינג אזוי איבערגענומען אז מ'קען זיך נישט צוריקהאלטן פון ארומנעמען די כלה און צודרוקן צו זיך בפני קהל ועדה. אן אנדערס מאל האב איך מיטגעהאלטן ווי די כלה'ס ברודער האט געטאנצן מיט די כלה און פון גרויס התרגשות האבן זיך ביידע געהאלזט און געקישט. און איך רעדט נישט דא פון באמעס.
געענדיגט מיט די מנהג - אותיות גהנם! טויגט פאר גארנישט, נישט גשמיות און נישט רוחניות
סאטמאר רבי מהר''א האט שוין עטליכע מאל פארפיר דערוועגן, אמאל איז עס געווען א כיבוד וואס מ'האט מכבד געווען פעטערס אין אנשים חשובים, היינט גיבט מען עס אויך די חתן'ס געשוויסטער, בחורים אין קינדער וואס טאנצען פאר די נשים אין זייערע קעמרע'ס, ס'דא דארט אסאך וואס האבען אנגעהויבן שניידן דערפון
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:29 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין נישט קיין שום רבי פערזענליך, אבער עס זעהט מיר נישט אויס אז די רבי'ס זענען די וועלכע זאלן רעדן קעגן די מצוה טאנץ, ווייל טאמער עפעס הייבט זיך עס אן דארטן, א רבי'שע חתונה איז געווארן לעצטנס א גאנצע צירקוס שפיל ביים חופה און ביי מצוה טאנץ, מ'שטעלט אויס פארענטשעס אזוי ווי אין א סטאדיום, די בדחנים זינגען און גראמען אן אויפהער, מ'רימט אויס, מ'רעכנט אויס די יחוס פון אדה"ר און אראפ, דערנאך הייבט מען אן רעדן וואספארא צרות כלל ישראל פארמאגט, און ווי דער רבי גייט אט אין די מינוטן אויספועלן א גענצליכע ישועה וכו' וכו'.
דערנאך די טאנצן אליינס, וואס ענדלט מער אין א "שאו" ווי אין א חסידישע מנהג פון "מצוה טאנץ", יעדע רבי לפום דרגא דיליה. הצד השוה שבהן, אז די בעלבתישע עולם האט אנגעהויבן מקנא זיין, און וויל עס נאכמאכן. ממילא איידער מ'שרייט דערויף, זאלן די רבי'ס מבטל זיין זייערע גראנדיעזע מצוה טענץ. ניין, איך רעד נישט צו דער רבי טאנצט 2 אזייגער אדער עלף דרייסיג, נאר די גאנצע טארארארם ארום די מצוה טאנץ זאל מען סטאפן, און דאן וועלן מיר פשוטי עם גיין אין זייערע פיסטריט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:04 am
דורך צפוני
איך זאג נישט אז מ'זאל מבטל זיין דעם מנהג, אבער וואס יא? מ'זאל ארום טוישן די סדר פון דעם חתונה, איז אזוי:
מ'הייבט אן 6 אזייגער קבלת פנים 6:35 באדעקן 6:45 איז די חופה ,7:30 די סעודה, 8:30 די חתן כלה קומען אריין און מ'טאנצט פאר א האַלבע שעה מיט אלע עלטער פעטערס און עלטער מומעס און נאענטע משפחה, 9 אזייגער מצוה טאנץ ביז 10:15 און דערנאך קענען אלע עלטער פעטערס אהיים גיין, און 10:30 הייבט מען אן סעקאנד דענס ביז 11:30 און לשנה הבאה.... און פאר עס וויל דווקא קען אויפהאלטן דעם בדחן פאר דעי שעה א האלב (אדער זאל ער גאר זיין דער זינגער אויך) און 11:30 זאל מען אויסרופן דעם חתן כלה, און 11:50 אשת חיל.... און אהיים.
אזוי וועט מען סאלווען אלע פראבלעמען....!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 7:56 am
דורך נעקסט לעוועל
צפוני האט געשריבן:איך זאג נישט אז מ'זאל מבטל זיין דעם מנהג, אבער וואס יא? מ'זאל ארום טוישן די סדר פון דעם חתונה,
יעדער שרייעט אז דער צווייטער זאל זיין די נחשון, קיינער איז נישט גרייט צי זיין די ערשטע
וואס יא, אויב קען מען טראנספארמירן די הספד טראדיציע צו מער בדחנות און ווערטלעך וועט עס אוטאמאטיש נעמען שנעלער
(באזינגען די טויטע און לעבעדיגע קען נעמען אפאר שעה, משא"כ פאוקעסן מער אויף ווערטלעך און משמח זיין אנשטאט באוויינען איז א שעה מער ווי גענוג)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:21 am
דורך היסטאריע
דער פראבלעם איז, אז דער בדחן וויל אויך טוהן א גוטע דזשאב, און רעדן לאנג און זינגען שיין, און דערפאר לאזן זיי זיך נישט יאגן אפילו ווען דער מחותן הייסט.
עס איז דא מענטשן וואס ענדיגן טאקע איינס אזייגער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 11:07 am
דורך נעקסט לעוועל
דארף מען טוישן אז די גוטע דשאב זאל הייסן שנעל און פרייליך.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 4:28 pm
דורך לאנגע הויזן
פורים קטן האט געשריבן:איך מיין נישט קיין שום רבי פערזענליך, אבער עס זעהט מיר נישט אויס אז די רבי'ס זענען די וועלכע זאלן רעדן קעגן די מצוה טאנץ, ווייל טאמער עפעס הייבט זיך עס אן דארטן, א רבי'שע חתונה איז געווארן לעצטנס א גאנצע צירקוס שפיל ביים חופה און ביי מצוה טאנץ, מ'שטעלט אויס פארענטשעס אזוי ווי אין א סטאדיום, די בדחנים זינגען און גראמען אן אויפהער, מ'רימט אויס, מ'רעכנט אויס די יחוס פון אדה"ר און אראפ, דערנאך הייבט מען אן רעדן וואספארא צרות כלל ישראל פארמאגט, און ווי דער רבי גייט אט אין די מינוטן אויספועלן א גענצליכע ישועה וכו' וכו'.
דערנאך די טאנצן אליינס, וואס ענדלט מער אין א "שאו" ווי אין א חסידישע מנהג פון "מצוה טאנץ", יעדע רבי לפום דרגא דיליה. הצד השוה שבהן, אז די בעלבתישע עולם האט אנגעהויבן מקנא זיין, און וויל עס נאכמאכן. ממילא איידער מ'שרייט דערויף, זאלן די רבי'ס מבטל זיין זייערע גראנדיעזע מצוה טענץ. ניין, איך רעד נישט צו דער רבי טאנצט 2 אזייגער אדער עלף דרייסיג, נאר די גאנצע טארארארם ארום די מצוה טאנץ זאל מען סטאפן, און דאן וועלן מיר פשוטי עם גיין אין זייערע פיסטריט.
וויפיל רבי'ס האסטו שוין אמאל געהערט רעדן קעגן וועקאציע?
וויפיל רבי'ס האסטו שוין אמאל געהערט רעדן קעגן טייערע קארס?
וויפיל רבי'ס האסטו שוין אמאל געהערט רעדן קעגן דאס וואס היימישע דעוועלאפערס (ליין: נדבנים פאר די מוסדות) הייבן די רענט פרייזן יאר נאך יאר אן קיין שום אפהאלט?
א זאך וואס איך רבי מיט מיין רביצין קענען טון איז דאס דאך בכלל נישט קיין אידישקייט פראבלעם, אבער אלע אנדערע זאכן וואס איך אדער מיין רבנות קענען נישט טון איז חלילה נישט אויסגעהאלטן.
מיר רבי'ס און אונזערע ווייבער קענען נישט גיין אנגעטוהן ווי אזוי אנדערע נארמאלע מענטשן גייען אויפן גאס, גייען מיר ארויסקומען שרייען קעגען אלע אזויגעריפענע פריצות וואס טוט זיך אפ ביי אונזערע חסידים. ועוד.