בלאט 1 פון 1

ווען מיר טרעפן בענקסי אין די זאָם.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:25 pm
דורך פרייוויליג
בענקסי איז די וועלטס מיסטעריעזן ארטיסט. זיין/איר גראפיטי און ארט איז וועלט בארימט. ווער עס האט שוין אמאל געזען זיינע/אירע ארט איז זיכער פאציאנירט געווארן פון זיין אדער איר אומגלויבליכע שעפערישקייט.

בענקסי איז בארימט מיט זיין סובווערסיוו און באהאלטענע מעסעדזשס וואס ער/זי טוט קונצליך אריינבלענדן אין זיין ארט. פיל איז שוין באשריבן געווארן איבער דעם מיסטעריעזן פארשוין, ווער איז דאס, איז דאס איין מענטש? וואס איז זיין מיסיע? וואס איז זיין פאליטישע אידיאלאגיע? וואס איז זיין אפיעל? און איבערהויפט וויאזוי זעט אויס דער פארשוין וואס האלט די וועלט געשפאנט שוין פאר אזויפיל יארן.

מיט יעדן גראפיטי וואס קומט ארויס ווערט די אינטערעסע איבער דעם מענטש שטערקער. יעדעס שטיקל ארט ווערט שטודירט און באטראכט וואס די באהאלטענע מעסעדזש קומט מיינען, און פאר א גוט יאר ווער איז דער טאלאטפולער וואונדערליכע ארטיסט.

פיל מענטשן זענען שוין כמעט געקומען צו אנמעסקן די פנים פונעם ארטיסט, אבער ביזדערווייל איז אנגענומען אז קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז.
***
ארט דערציילט איבער איר ארטיסט. אן ארטיסט ווערט מאניפעסטירט דורך זיין ארט. און א מיסטעריעזן ארטיסט מאכט די נייגער די העכסטן ארט ביים מענטש.
***
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז די ארט האט נישט קיין ארטיסט.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז וויבאלד איך ווייס נישט ווער די ארטיסט איז, דאמאלט איז נישטא קיין ארטיסט.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז א באטל פארב האט זיך אויסגעגאסן און עס האט אויסגעמאלן א גראפיטי.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז וויבאלד איך ווייס נישט ווער די ארטיסט איז דאמאלט מוז זיין אז א וואלקענע אויסברויך האט איר אויסגעמאלן.
***
אויב וואלט די ארטיסט געווען באקאנט וואלט די ארט געווארן קאנקריט, כל זמן די ארטיסט איז באהאלטן איז די ארט אבסטראקט, וויבאלד איר ארטיסט איז אבסטראקט.
די מיסטעריע פונעם ארטיסט מאכט די ארט אבסטראקט. די ארט ווערט שענער, טיפער, באדייטענד, מינינגפיל, זיסער, formless, און איבער אלעם, א דורשט און תשוקה צו זיכן און נאכצולויפן און טרעפן דעם ארטיסט.
***
יעצט, אויב וואלטן מיר ארויסזאָמט פונעם ציגל וואו די גראפיטי איז געשריבן געווארן, און מיר וואלטן רעלאזירט אז די ציגל איז א קליין ברעקל רעלאטיוו צו די פלאנעט, און די פלאנעט איז א קליין שפענדל רעלאטיוו צו די גאנצע יוניווערס. וויפיל ענערגיע, נייגער, און אינטערעסע וואלט מיר געספענדעט צו וויסן ווער די דיזיינער איז?

פארוואס ווען מיר זאָמען אריין אינעם גראפיטי איז די אינטעלידזשענט דיזיין אזא פשטות וואס יעדער תינוק בן יומו פארשטייט, און ווען מיר זאָמען ארויס ווערן מיר אינגאצן צושאקעלט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:53 pm
דורך יאסל ראקאווער
פארוואס זאגסטו אז קיינער ווייסט נישט ווער באנסקי איז. ס'איז דא א פאלק און טיילאנד וואס האלט באנסקי איז גאט. זיי האבן א טעקסט וואס שטייט אז גאט האט פארציילט אויף א בארג אז ער איז די ארטיסט. אנכי ה'ארטיסט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 3:36 pm
דורך פרייוויליג
יאסל ראקאווער האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז קיינער ווייסט נישט ווער באנסקי איז. ס'איז דא א פאלק און טיילאנד וואס האלט באנסקי איז גאט. זיי האבן א טעקסט וואס שטייט אז גאט האט פארציילט אויף א בארג אז ער איז די ארטיסט. אנכי ה'ארטיסט.
די טיילאנדישע פאלק האט קיינמאל נישט גע'טענה'ט אז זיי האבן אים געזען. זיי האבן עדות געזאגט אז זיי האבן מיטגעלעבט א מאניפיסטאציע פון ג-ט.

--

עס איז נאכנישט דאקומענדירט געווארן אין היסטאריע ווי עמיצער וואס זאל האבן געבראכט א בילד פונעם דיזיינער.

"לֹא תוּכַל לִרְאֹת אֶת פָּנָי; כִּי לֹא יִרְאַנִי הָאָדָם, וָחָי". אלע נביאות, מחזות, מראות, פנים אל פנים'ס, חלומות, אלעס איז א מאנעפיסטאציע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 9:04 pm
דורך שמן למאור
אז מען טרעפט א וואנט וואס איז געווען ליידיג מיט א מינוט צוריק און יעצט איז דא דערויף א שיינע בילד געמאלן, איז די בעסטע סייענטיפישער הסבר אינטעלידזשענט דיזיין. אבער אז מען האט נאטירליכע פארשטענדליכע הסברים וויאזוי זאכן זענען געווארן דורכאויס ביליאנע יארן דורך אוועלוציע, און נאטורליכע סעלעקציע, און בפרט אז עס איז נישט אזוי קאמפליט. (אכ"פ כפי הנראה לעין די אלע אומפינקטליכקייטן און רעות שבעולם) דאן געבט עס א מקום צו זאגן אז עס איז א נאטורליכע פראצודור אהן קיין דיזיינער.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 9:59 am
דורך יעקב מעקסוועל
אז מען האט שוין די zoom אין די האנט. פארוואס נישט גיין אלל די וועי?

אז מען זעט א בריאה, מיט א באשעפער וואס האט דאס באשאפן, מוז דאך זיין איינער האט געמאכט דעם באשעפער. נישט אזוי?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:48 am
דורך פרייוויליג
שמן למאור האט געשריבן:אז מען טרעפט א וואנט וואס איז געווען ליידיג מיט א מינוט צוריק און יעצט איז דא דערויף א שיינע בילד געמאלן, איז די בעסטע סייענטיפישער הסבר אינטעלידזשענט דיזיין. אבער אז מען האט נאטירליכע פארשטענדליכע הסברים וויאזוי זאכן זענען געווארן דורכאויס ביליאנע יארן דורך אוועלוציע, און נאטורליכע סעלעקציע, און בפרט אז עס איז נישט אזוי קאמפליט. (אכ"פ כפי הנראה לעין די אלע אומפינקטליכקייטן און רעות שבעולם) דאן געבט עס א מקום צו זאגן אז עס איז א נאטורליכע פראצודור אהן קיין דיזיינער.
און 3 טויזענט יאר ארום וועט עמיצער קומען זאגן אנדערש, אז בענקסי'ס ארט האט נישט קיין דיזיינער, און די דיזיין האט פארשטענדליכע הסברים וויאזוי זאכן זענען געווארן דורכאויס ביליאנע יארן דורך אוועלוציע, און נאטורליכע סעלעקציע.

--

These things explain perhaps the process, but its always about the first cause

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:05 pm
דורך פרייוויליג
די טראגי-קאמישן עפיזאד פון אונזער לעבן, איז צו אבזערווירן וויאזוי חרידישע אידן קומען full circle דורכאויס זייער לעבן.

פאלגענד איז די כראנאלאגישער סדר:

אינדאקטירנעשן: אמונה פשוטה מיינט גלייבן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
דילעמע: איך האב אבער קשיות.
אויפקלערנוג: מעגסט האבן קשיות. און אמונה פשוטה מיינט מכיר זיין אז עס איז דא א באשעפער.

דילעמע: עס איז דא סייענס, און זיי זענען סותר מעשי בראשית, און איז antithetical צו חמשה חומשי תורה.
אויפקלערנוג: בהחלט נישט. סייענס קען לעבן הערליך מיט די תורה. ולא עוד, די איידיע פון סייענס קומט פון מאנאטיזעם. אז אלעס איז איינס, און דער וועלט אפערירט לויט פונקטליכע געזעצן.

דילעמע: עס איז דאך דא אלטערנעטיוון צו די באשאף פון דער וועלט. הלא הם ביג בענג, עוואלוציע, נאטירליכע סעלעקציע.
אויפקלערנוג: די אלע זאכן זענען מעגליך אן אינדיקעשן אויף די פראצעדור און די עוואלוציע פון דער וועלט, אבער עס אדרעסירט נישט די first cause

דילעמע: אויב איז די first cause דער אייבערשטער, דאן ווער האט אים באשאפן?
אויפקלערנוג: ג-ט איז גארנישט. און דאס ווערט ערקלערט אין 3 פרינציבעלס. 1- בעפאר עס איז געווען עפעס, איז געווען גארנישט. 2- גארנישט פראדוצירט אלץ גארנישט. 3 - יעצט אז עס איז דא עפעס, ווייס איך אז די "גארנישט" איז ג-ט.

אויפקלערנוג: עס איז דא איין אלמעכטיגער ג-ט.

פארשטייט זיך אז עס איז בעסער אז די full circle זאל געשען וואס פריער, ווייל מען וועט זיך שפארן אומזיסטער עגמ"נ. אבער עס איז וויכטיג צו געדענקן, אז אויב דער מוח איז אין א כאאטישן סטעיט, אז דאס איז א געזונטער זאך, און דאס איז א חלק פון די teething.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:11 pm
דורך שמן למאור
פרייוויליג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אז מען טרעפט א וואנט וואס איז געווען ליידיג מיט א מינוט צוריק און יעצט איז דא דערויף א שיינע בילד געמאלן, איז די בעסטע סייענטיפישער הסבר אינטעלידזשענט דיזיין. אבער אז מען האט נאטירליכע פארשטענדליכע הסברים וויאזוי זאכן זענען געווארן דורכאויס ביליאנע יארן דורך אוועלוציע, און נאטורליכע סעלעקציע, און בפרט אז עס איז נישט אזוי קאמפליט. (אכ"פ כפי הנראה לעין די אלע אומפינקטליכקייטן און רעות שבעולם) דאן געבט עס א מקום צו זאגן אז עס איז א נאטורליכע פראצודור אהן קיין דיזיינער.
און 3 טויזענט יאר ארום וועט עמיצער קומען זאגן אנדערש, אז בענקסי'ס ארט האט נישט קיין דיזיינער, און די דיזיין האט פארשטענדליכע הסברים וויאזוי זאכן זענען געווארן דורכאויס ביליאנע יארן דורך אוועלוציע, און נאטורליכע סעלעקציע.

--

These things explain perhaps the process, but its always about the first cause
ביזט גערעכט.. אויב וועט אין 3 טויזנט יאר ארום אפירקומען א געריבענעם עלויאישן סייענטיסט און געבן א פארשטענדליכע הסבר וואס לייגט זיך אויפן שכל און ער וועט עס נאך אינטערשטיצן מיט עווידענס אז עס האט קיינמאל עקזיסטירט קיין מעלער בענקסי און עס האט א נאטירליכן הסבר וויאסוי עס איז צישטאנד געקומען, וואס איז גאר מער פארשטענדליך ווי צו זאגן אז עס איז געווען א מענטש וואס האט זיך אריינגעכאפט אין פלעצער און באהאלטענעהייט געמאלן בילדער... דאן פארוואס זאל מען נישט דאן אננעמען וואס דער סייענטיסט זאגט? דערווייל גייט מען נאך דאס וואס איז די מערסטע מסתבר לפי די עווידענס און הסברים וואס שטימען לאגיש.

די גרויסע שאלה איז, וואס מיינט גאט? כהאב אמאל געהערט א שיעור פון הרב מאניס פרידמאן ווי ער לייגט אראפ אז 'יעדער' גלייבט אין גאט! און דערנאך גייט ער ווייטער מסביר צו זיין אז גאט מיינט די כח ראשון (first cause) וואס צו דעם מוז דאך יעדער מודה זיין אז 'עפעס א כח ראשון' איז דאך דא... וא"כ איז דאך שוין נישטא קיין אטעאיסטן אויפן וועלט ווייל יעדער גלייבט אין די גאט וואס ער האט נארוואס אראפגעמאלן...

אז מען וויל זאגן אז יעדער גלייבט אז גאט עגזיסטירט קען מען זאגן אז איך ריף טראמפ גאט.. און יעצט איז דאך יעדער מודה אז גאט לעבט און עגזיסטירט... די פראבלעם איז נאר אז ווען מען רעדט פון גאט מיינט קיינער נישט טראמפ (אקעי אפשר טראמפ איז נישט אזא גוטע משל, טייל וואלטן יא געריפן טראמפ גאט... אבער יו געט די פוינט) מען דארף גוט דעפיינען וועלכע גאט מען רעדט פון פאר מען הייבט אהן צו זען אויב יענע גאט עקזיסטירט בכלל, אויב נישט קען מען רעדן פון צוויי אנדערע זאכן, מר אמר חדא ומר אמר חדא ופליגי.

רוב רעליגיעזע מענטשן וואס רעדן וועגן א גאט רעדן וועגן א טעאיסטישן באשעפער, די כוח ראשון וואס האט רצונות און אגענדעס, און ער האט באשאפן די וועלט פאר סיי וועלכע סיבה, און ער פירט עס נאכאלטס עד היום הזה. דאס איז מער ווייניגער וואס מיר ריפן גאט. אז מיר ווילן ריפן דעם כח ראשון גאט און אויסלאזן די חלק פון רצון, אינטעלידזשענס אדער בעל יכולת דאן וועט יעדער מודה זיין אז 'עפעס' איז דאך געווען... אז די וועסט ריפן 'די ביג בענג' גאט, דאן וועסטו האבן אסאך אטעאיסטן וואס וועלן מודה זיין צו דיין גאט...

אין אנדערע ווערטער, יא, עפעס האט דיזיינט (באשאפן) די וועלט, די שאלה איז אויב עס איז געווען ביי טשענס אדער ביי אינטעלידזשענט דיזיין, צו חומר ראשון איז דאך יעדער מודה...

יעצט, פינקטליך וואס די חומר ראשון איז, קען קיין איין סייענטיסט דיר נישט זאגן היינט. זייער ידוע גייט זיי צוריק ביזן ביג בענג, פון דארטן אין ווייטער זענען זיי קלאר מיט די מהלכים פון וואס עס האט ווייטער פאסירט, אבער פריער פון דעם ווייסן זיי (נאכ)נישט. יעצט מען קען פלעין זאגן, גאט! יא דער גאט וואס אונז האבן פריער גערעדט פון, דער בעל היכולות ובעל הכוחות וואס האט רצונות און שכל, וואס דאס איז ווייטער עפעס וואס מיר פארשטייען נישט אבער עט ליסט שטעלט עס אפ דעם דוסקוסיע ווייל מען דארף דאך אים נישט צו קענען פארשטיין... כי לא מחשבותי וכ'. אדער קען מען פשוט זאגן אז מיר ווייסן נאכנישט... אדער קען מען זאגן אז פאר דעם איז גאר געווען טראמפ! אדער גאר א פינקע עלעפאנט וואס ער האט אלעס באשאפן און אט די פינקע עלעפאנט קענען אונז נישט פארשטיין ווייל עס איז למעלה מהשגתינו משיג צו זיין פינקטליך די פינקע עלעפאנט... אדער קען מען פשוט אויפהערן צו ארומ'חוש'ן און מודה זיין אז מיר ווייסן נאכנישט און מען ווארט נאך פאר פארשטענדליכע סייענטיפישע הסברים. גענוג זאכן וואס מיר האבן קיינמאל נישט פארשטאנען ביז עס איז געקומען איינער וואס האט באלאכטן די אויגן מיט א שיינע הסבר... וועלן מיר אויך ווארטן פאר דעם.. אבער צו זאגן אויף יעדע זאך וואס מיר פארשטייען נאכנישט אז דאס איז גאט איז דאך די מהלך פון god of the gaps. און אפילו אויף עפעס וואס מיר וועלן (לויט ווי עס קוקט יעצט אויס צו אונז) קיינמאל קענען האבן א ראציאנאלן הסבר עס מסביר צו זיין, איז נאכאלס מער שכל'דיג צו זאגן פשוט אז מען פארשטייט נישט ווי צו ערפינדן פינקע עלעפאנטן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:18 pm
דורך שמן למאור
יעצט נאכן ענדיגן שרייבן מיין תגובה זע איך אז די גיבסט א נייע אפטייטש פאר גאט. גאט= 'גארנישט'!
אפשר ביסטו דאס בעסער מסביר? וואס מיינט דאס אז גאט איז גארנישט? וואס איז ער? עפעס אדער גארנישט? האט דער גארנישט רצונות, א כוח, וכדומה? און וויאזוי קען 'עפעס' זיין 'גארנישט'?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:22 pm
דורך פרייוויליג
שמן למאור האט געשריבן:יעצט נאכן ענדיגן שרייבן מיים תגובה זע איך אז די גיבסט א נייע אפטייטש פאר גאט. 'גארנישט'!
אפשר ביסטו דאס בעסער מסביר? וואס מיינט דאס אז גאט איז גארנישט? וואס איז ער? עפעס אדער גארנישט? האט דער גארנישט רצונות, א כוח, וכדומה? און וויאזוי קען 'עפעס' זיין 'גארנישט'?
Watch this

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:50 pm
דורך פרייוויליג
שמן למאור האט געשריבן:ביזט גערעכט.. אויב וועט אין 3 טויזנט יאר ארום אפירקומען א געריבענעם עלויאישן סייענטיסט און געבן א פארשטענדליכע הסבר וואס לייגט זיך אויפן שכל און ער וועט עס נאך אינטערשטיצן מיט עווידענס אז עס האט קיינמאל עקזיסטירט קיין מעלער בענקסי און עס האט א נאטירליכן הסבר וויאסוי עס איז צישטאנד געקומען, וואס איז גאר מער פארשטענדליך ווי צו זאגן אז עס איז געווען א מענטש וואס האט זיך אריינגעכאפט אין פלעצער און באהאלטענעהייט געמאלן בילדער... דאן פארוואס זאל מען נישט דאן אננעמען וואס דער סייענטיסט זאגט? דערווייל גייט מען נאך דאס וואס איז די מערסטע מסתבר לפי די עווידענס און הסברים וואס שטימען לאגיש.
מיין כוונה מיטן עפענען די אשכול איז צו נעמען זייער א פשוט'ער מציאות מיט וואס מיר באלעבן היינט. און זען צו פארשטיין אז די סיבה פארוואס יעדער גלייבט אז בענקסי עקזעסטירט איז די העכסטע פשטות וואס יעדער פארשטייט.

איך דארף נישט אננעמען וואס דער סייענטיסט זאגט, ווייל סייענס איז נישט קיין רעליגיע וואס איך דארף אננעמען, איך נעם עס אן ווייל עס איז מציאות, און די גאנצע מציאות פון סייענס איז צו סימפליפייען זאכן, אז אלעס האט א באשטימטער ארדער פון געזעצן.

אקאמס רעזער מיינט אז איך נעם אלץ אן די פשוט'סטער מהלך.

וואס איז די פשוט'סטער מהלך פון בענקסי לויט דיין איצטיגער שכל און לויט די איצטיגער מציאות. דו קענסט מיט דיין איצטיגער שכל זען א מציאות אז בענקסי עקזעסטירט נישט?

עקזעסטירט עפעס א טעאריע אונטערצושטיצן די ארט אן דעם וואס איך זאל באשטימען אז עס איז דא בענקסי?

אויב נאטוליכע סעלעקציע פירט די וועלט, דאן פארוואס זאל איך נישט אננעמען די זעלבער טעאריע פון די וועלט באשאף אויך ביי די בענקסי-ארט? די וועלט באשאף וואס איז ביליאנען מאל מער קאמפעלצירט דארף איך צוקומען צו far-fetched טעאריעס. פארוואס זאל איך דאס נישט זאגן ביי אזא פשוט'ע זאך ווי א גראפיטי?

איז די סיבה פארוואס דו גלייבסט אז בענקסי עקזעסטירט, איז ווייל דו גלייבסט סייענס, אדער דו גלייבסט אין intelligence? די intelligence וואס זאגט דיך אז די ארט האט א דיזיינער.

פארוואס איז די zoom in א זאך וואס איז אלץ געווען פשוט לכל נפש, איז פשוט לכל נפש, און וועט אלץ זיין פשוט לכל נפש. אבער די zoom out פארלעזירט אונז?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 1:08 pm
דורך שמן למאור
פרייוויליג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:יעצט נאכן ענדיגן שרייבן מיים תגובה זע איך אז די גיבסט א נייע אפטייטש פאר גאט. 'גארנישט'!
אפשר ביסטו דאס בעסער מסביר? וואס מיינט דאס אז גאט איז גארנישט? וואס איז ער? עפעס אדער גארנישט? האט דער גארנישט רצונות, א כוח, וכדומה? און וויאזוי קען 'עפעס' זיין 'גארנישט'?
Watch this
כהאב יעצט געענדיגט קוקן די גאנצע זאך. איך זע נישט ווי ער אדרעסירט מיינע שאלות דא, אפשר קלארסטו עס מיר אויס.

ער גייט מיט די הנחה אז די שכל איז מחייב אז פאר אלעס איז געווען 'גארנישט' און היות גארנישט באשאפט דאך גארנישט און יעצט האמיר דאך א וועלט... מוז זיין אז 'גאט איז גארנישט' סתם ולא פירש...
וואס מיינט דאס אז גארנישט איז גאט? איז ער עפעס אדער גארנישט? מה טיבו של גארנישט זה? אויב גארנישט באשאפט גארנישט דאן וואס העלפט עס מיר אז איך ריף דעם גארנישט גאט? יעתט קען מיטאמאל גארנישט יא מאכן זאכן? אלא מאי דעם גארנישט איז שוין בכלל נישט אזא פשוטע גארנישט... נו... וואס איז געווען פאר דעם?
איך פארשטיי שוין בעסער א פינקטע עלעפאנט...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 1:28 pm
דורך פרייוויליג
שמן למאור האט געשריבן:

פראביר עס איבער צו וואטשן נאכאמאל.

עס איז דא 2 סארט גארנישט'ס. איינס: ווען א כלי איז ליידיג, איז דא "גארנישט" אינדעווענדיג. צוויי: איז די lack of things, דאס מיינט אז די עצם גארנישט איז אויך עפעס, ודוק כי עמוק הוא. דאס איז עפעס וואס דער מח קען נישט משיג זיין ווייל מיר זענען געבויעט צו זען זאכן פון things

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 1:45 pm

אין די צווייטע סארט גארנישט קען יא באשאפן זאכן? אויב איז עס א lack of thing איז דאך נישטא גארנישט דארטן... טא וויאזוי באשאפט עס זאכן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 2:00 pm
דורך שמן למאור
פרייוויליג האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:ביזט גערעכט.. אויב וועט אין 3 טויזנט יאר ארום אפירקומען א געריבענעם עלויאישן סייענטיסט און געבן א פארשטענדליכע הסבר וואס לייגט זיך אויפן שכל און ער וועט עס נאך אינטערשטיצן מיט עווידענס אז עס האט קיינמאל עקזיסטירט קיין מעלער בענקסי און עס האט א נאטירליכן הסבר וויאסוי עס איז צישטאנד געקומען, וואס איז גאר מער פארשטענדליך ווי צו זאגן אז עס איז געווען א מענטש וואס האט זיך אריינגעכאפט אין פלעצער און באהאלטענעהייט געמאלן בילדער... דאן פארוואס זאל מען נישט דאן אננעמען וואס דער סייענטיסט זאגט? דערווייל גייט מען נאך דאס וואס איז די מערסטע מסתבר לפי די עווידענס און הסברים וואס שטימען לאגיש.
מיין כוונה מיטן עפענען די אשכול איז צו נעמען זייער א פשוט'ער מציאות מיט וואס מיר באלעבן היינט. און זען צו פארשטיין אז די סיבה פארוואס יעדער גלייבט אז בענקסי עקזעסטירט איז די העכסטע פשטות וואס יעדער פארשטייט.

איך דארף נישט אננעמען וואס דער סייענטיסט זאגט, ווייל סייענס איז נישט קיין רעליגיע וואס איך דארף אננעמען, איך נעם עס אן ווייל עס איז מציאות, און די גאנצע מציאות פון סייענס איז צו סימפליפייען זאכן, אז אלעס האט א באשטימטער ארדער פון געזעצן.

אקאמס רעזער מיינט אז איך נעם אלץ אן די פשוט'סטער מהלך.

וואס איז די פשוט'סטער מהלך פון בענקסי לויט דיין איצטיגער שכל און לויט די איצטיגער מציאות. דו קענסט מיט דיין איצטיגער שכל זען א מציאות אז בענקסי עקזעסטירט נישט?

עקזעסטירט עפעס א טעאריע אונטערצושטיצן די ארט אן דעם וואס איך זאל באשטימען אז עס איז דא בענקסי?

אויב נאטוליכע סעלעקציע פירט די וועלט, דאן פארוואס זאל איך נישט אננעמען די זעלבער טעאריע פון די וועלט באשאף אויך ביי די בענקסי-ארט? די וועלט באשאף וואס איז ביליאנען מאל מער קאמפעלצירט דארף איך צוקומען צו far-fetched טעאריעס. פארוואס זאל איך דאס נישט זאגן ביי אזא פשוט'ע זאך ווי א גראפיטי?

איז די סיבה פארוואס דו גלייבסט אז בענקסי עקזעסטירט, איז ווייל דו גלייבסט סייענס, אדער דו גלייבסט אין intelligence? די intelligence וואס זאגט דיך אז די ארט האט א דיזיינער.

פארוואס איז די zoom in א זאך וואס איז אלץ געווען פשוט לכל נפש, איז פשוט לכל נפש, און וועט אלץ זיין פשוט לכל נפש. אבער די zoom out פארלעזירט אונז?
די שאלה איז טאקע וועלכע הסבר לייגט זיך דאס בעסטע אויפן שכל. אמאל קען עפעס אויסזען ווי א דעזיינד זאך אבער למעשה איז דא א שיינעם הסבר וויאזוי די זאך איז נאטורליך צושטאנד געקומען, ווי צב"ש א שניי ברעקל. אז מען זעט א נאנטע בילד פון א שניי ברעקל קען מען זיך שווערן אז עס שטייט א בענקסי אויבן אויף די וואלקענעס און עס פארעמט שיין אויס יעדעס ברעקל, אבער אין פאקט איז דא געהעריגע פארשטענדלכע הסברים וויאזוי דאס ווערט פארמירט. אויף א פעינטינג איז נישטא אזעלכע הסברים ממילא נעמט מען אהן דאס פארשטענדליכע אז איינער מאלט עס. קיין נאטורליכע סולעקציע קען מען דא נישט זאגן ווייל עס ווערט געמאלן פון איין מינוט אויף דער צווייטע, עס איז נישטא קיין מיליאנע יארן וואס זאלן ארויספיקן די מערסטע פיט מאלעריי אויף א נאטורליכע אויפן.

די ווארט איז נישט אריינגעזאומט אדער ארויסגעזאומט. די ווארט איז וואס עס האט א מאסגעבנדע הסבר און וואס האט נישט.

Re: ווען מיר טרעפן בענקסי אין די זאָם.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 2:53 pm
דורך צוזאמגעדרייט
פרייוויליג האט געשריבן:די טראגי-קאמישן עפיזאד פון אונזער לעבן, איז צו אבזערווירן וויאזוי חרידישע אידן קומען full circle דורכאויס זייער לעבן.

פאלגענד איז די כראנאלאגישער סדר:

אינדאקטירנעשן: teething.
עס האט גארנישט מיר חרידיזם, דאס גייט אן ביי כמעט אלע רעליגיעס.

צווייטנס האב איך פאר דיר גרויסע נייעס אז די ביסט נאך אינעם "כראנאלאגישער" circle

און אפשר איך אויך, אבער דו ביסט זיכער נאך אינעם סירקל. עס פעלט דיר גאנצענע שטיקער פון פילעזאפישע פאנדימענטן, און אפשר פעלט מיר אויך אסאך בעיסיק פארשטאנד. אין בעסטן פאל האבן מיר נאָך ביידע א לאנגע וועג צו גיין ביזן אויסטרעפן ווער און פארוואס האט אונז דא אראפגעווארפן, אויב בכלל...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 2:58 pm
דורך שמן למאור
watch this...

כפירה אלערט!

Re: ווען מיר טרעפן בענקסי אין די זאָם.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 3:08 pm
דורך צוזאמגעדרייט
בענקסי איז בכלל נישט קיין באווייז אויף ג-ט.

דער גאנצע מושג אז יעדעס זאך דארף האבן א קריעטער, אדער בעסער געזאגט cause and effect
דאס איז אלעס אינסייד אונזער וועלט אינעם צמצום. אויב אזוי קען זיין אז די וועלט איז אלץ דא געווען, נאר בלויז אינעם וועלט אליינס דארף יעדעס זאך האבן א קריעטער.

ועוד, אפשר איז די וועלט נישט אייביג דא געווען, אבער מען מיז נישט דווקא זאגן אז ס'איז באשאפן געווארן. איי וועסטו פרעגן וויאזוי איז דאס געשעהן, די תירוץ איז כ'האב נישט קיין אהנונג, ס'איז ארויס פון אונזער השגות. אבער זאגן אז עס מיז האבן א קריעטער איז בלויז פון א פיזישע צמצום'דיגע שטאנדפונקט אדער בעסער געזאגט די פיזישע עקספיריענס.

(ס'איז בערך די זעלבע סארט פילעזאפיע פון פארענטפערן פארוואס ג-ט ברויך נישט קיין קריעטער)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:20 pm
דורך פרייוויליג
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:בענקסי איז בכלל נישט קיין באווייז אויף ג-ט.

דער גאנצע מושג אז יעדעס זאך דארף האבן א קריעטער, אדער בעסער געזאגט cause and effect
דאס איז אלעס אינסייד אונזער וועלט אינעם צמצום. אויב אזוי קען זיין אז די וועלט איז אלץ דא געווען, נאר בלויז אינעם וועלט אליינס דארף יעדעס זאך האבן א קריעטער.

ועוד, אפשר איז די וועלט נישט אייביג דא געווען, אבער מען מיז נישט דווקא זאגן אז ס'איז באשאפן געווארן. איי וועסטו פרעגן וויאזוי איז דאס געשעהן, די תירוץ איז כ'האב נישט קיין אהנונג, ס'איז ארויס פון אונזער השגות. אבער זאגן אז עס מיז האבן א קריעטער איז בלויז פון א פיזישע צמצום'דיגע שטאנדפונקט אדער בעסער געזאגט די פיזישע עקספיריענס.

(ס'איז בערך די זעלבע סארט פילעזאפיע פון פארענטפערן פארוואס ג-ט ברויך נישט קיין קריעטער)

דו ביסט אריין אין די נושא פון אבסעלוטיזם, וואס איז אבסעלוט און וואס איז מעגליך א פאנטאזיע. עס איז א העווי נושא וואס איך זיך נישט אריינצוגיין, און מיין אינטענשן איז נישט געווען אריינגעשלעפט צו ווערן א פארצויגענע דעבאטע. אז איר ווילט קענט איר ווייטער פירן די שמועס אן מיך. פיל איז שוין געשריבן געווארן דא אויף ק"ש, און רוב זאכן זענען שוין דא דערמאנט געווארן.

מיין הויפט נקודה איז געווען אז עס איז דא א קאנפליקט אין אינטעליגענס ווען עס קומט צו באטראכטן cause and affect. נעמט אזא פשוט'ע זאך ווי בענקסי וואס יעדער נעמט אן אלס א פאקט, אבער די יוניווערס ווערט מיטאמאל א צומישעניש.

וואס אבסעלוט איז ווייס איך נישט, און וואס א פאקט איז ווייס איך אויך נישט. צב"ש: דא האסטו 4 סארט מענטשן וואס יעדער שפילט דאס לויט זיין מדרגה:

טעאיסט: זיכער דא א ג-ט.
עטאיסט: זיכער נישט דא קיין ג-ט
אגנאסטיזם: איך ווייס נישט.
סוליפסיזם: גארנישט עקזעסטירט נאר דו.
ניעאליזם: גארנישט עקזעסטירט.

סא ווילסט יעצט אריינגיין אין א דעבאטע פון צב"ש סוליפסיזם, כאב נישט קיין כח.

Re: ווען מיר טרעפן בענקסי אין די זאָם.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:26 pm
דורך צוזאמגעדרייט
.

Re: ווען מיר טרעפן בענקסי אין די זאָם.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:28 pm
דורך צוזאמגעדרייט
פרייוויליג האט געשריבן:[
טעאיסט: זיכער דא א ג-ט.
עטאיסט: זיכער נישט דא קיין ג-ט
אגנאסטיזם: איך ווייס נישט.
סוליפסיזם: גארנישט עקזעסטירט נאר דו.
ניעאליזם: גארנישט עקזעסטירט.

סא ווילסט יעצט אריינגיין אין א דעבאטע פון צב"ש סוליפסיזם, כאב נישט קיין כח.
אויב דו ווילסט דערגיין דעם אמת, מוזט איר זיך אביסל אנשטרענגן.