בלאט 1 פון 2

"שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
היינט איז ארויס די נייעס אז אין די קומענדיגע חדשים גייט זיך עפענען א נייעס סייט מיט די נאמען ''שטעטל'' וואס גייט זיין געווידמעט פאר חרדישע אידן, אבער נישט געבויגן צו קיין שום רבנים און עסקנים.

זיי זאגן אז די געלט איז שוין דא צו אפערירן פאר צוויי יאר.

ווער עס מער דעטאלן איז מכובד צו דערציילן
https://shtetl.org/news/shtetl-announcement/

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:21 pm
דורך מר. קלונימוס
וועלכע פילטער גייט זיי דורכלאזן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:40 pm
דורך [NAMELESS]
געזען אז נפתלי מאסטער איז פארמישט דערין. אויב וויל ער טאקע אז עס זאל ווערן אויפגעפיקט וואלט ער געדארפט גיין אונטערן ראדאר, ער איז א רויטע פאטשיילע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:47 pm
דורך פרנס החודש
לכאורה ווענדט זיך עס צו עס וועט זיין ביטער און זויער אדער א גוטע פראדוקט. אויב איז עס א גוטע פראדוקט קען ער רוהיג לייגן זיין נאמען.

Re: "שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:51 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ס'איז שוין דא היינט פיל מיט טעלעגראם טשענעלס, וואס איז דער אויפטו פון"שטעטל"?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
א נייע נייעס-סייט מיטען נאמען שטעטל, מיט א האפענונג אונז ארויסצונעמען פונעם שטעטל..?

Re: "שטעטל" – א אומאפהענגיגע חרדישע מידיא קומט אין 2023

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 7:33 pm
דורך פרנס החודש
IMG_0494.jpg

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 10:18 pm
דורך yn.NY
מר. קלונימוס האט געשריבן:וועלכע פילטער גייט זיי דורכלאזן?
אלע פילטערס גייען עס בלאקען, קענסט זיין זיכער! די שאלה איז נאר וואס ער גייט פארקויפן דארט, צו סגייט זיין אינטרעסאנט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 1:13 am
דורך שמעון וואלף
קוקט אויס ס'גייט זיין אין ענגליש.
זיי קענען זיך האלטן דערמיט; איך בלייב דא!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:27 am
דורך שפל ברך
איך האב א חלום
הנה ימים באים
א פרייע אידישע פרעסע
פאר די ערוואקסענע מאסע
שרייבער מיט דעם פונדאמענטל פרינציפ
דעם יסוד קלאר און קליפ
רופן פאר הארמאניע און שלום
און אויפדעקן מיסברויכן פון רשעים

איך זעה שוין דעם שרייענדיקן הויפט נייעס
איבער שכר לימוד פינאנצן
פירן זיך אויף ווי חיות
פארגעסן פון ארעמאן אינגאנצן

א קאמענטאטור מיט די אינפארמאציע
רופט פארן הויפטס רעגזינאציע
פאר די טובה פון די ארגענעזאציע
אויפהערן רייטן אויף אינפלאציע

איך זעה די מקוה טומלט פון אויפרעגונג
פון דעם זשורנאליסט אויפדעקונג
ווי אויפן חשבון פון די שוואכערע
ווערן רייכער די רייכערע

די פירער פארזינקען אין סקאנדאל
ביים פרעסע קאנפערענץ אין ישיבה זאל
שטייט א אידישע פרעסע מיט ציפעדיגע פראגן
געענדיגט מיט די שווייגן!

פעיסן דעם ציבור
אקאונטאביליטי טראגן
אין פרעסע צימער
וואס וועט מען זאגן

לעבן מיט קאנסקווענצן
צייט צו טראגןאחריות
מער נישט קיין שווענצן
וואס קויפן פאלשע נייעס

רבי, ראש הקהל, מנהל, פאבליק פיגור
מיר געבן זיך איבער
ענקער פאוער פארגינמער
אבער דעליווער!

וועמען טוען מיר זיך אפ
מיט א קאנטראלירטע מידיא
געפירט פון מענטשן אין טאפ
דעקן דעם בקודש פנימיה

צו דעקן די אינטערעסן
פונעם פשוטער מענטש פארגעסן
ליגענט אויך מותר
גזירות דאך אזוי ביטער

א פרייע פרעסע מיר שטיצן
געענדיגט מיט די אפיציעלע וויצן
אונז קאווערן און פראטעקטן
יא, דער ציבור האט רעכטן.

איך האב א חלום..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 3:26 am
דורך נעקסט לעוועל
ששון ושמחה האט געשריבן:היינט איז ארויס די נייעס אז אין די קומענדיגע חדשים גייט זיך עפענען א נייעס סייט מיט די נאמען ''שטעטל'' וואס גייט זיין געווידמעט פאר חרדישע אידן, אבער נישט געבויגן צו קיין שום רבנים און עסקנים.

זיי זאגן אז די געלט איז שוין דא צו אפערירן פאר צוויי יאר.

ווער עס מער דעטאלן איז מכובד צו דערציילן
https://shtetl.org/news/shtetl-announcement/
כהאמער אויפגעסיינט
נזכה ונחיה ונחליט…
ע"ס לאנ"ג זיי קומען נישט מיט בייעס און א ספעציפישע אגענדע צו שטופן, האט עס שטארקע פאטענציאל
לעט"ס ס"י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 5:15 am
דורך מרדכי מרדכי
איך ווינטש זיי הצלחה. אבער איך פארשטייט נישט וואס עס מאכט זיי פאר א "חרדישע" מידיא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 7:49 am
דורך נעקסט לעוועל
לכאורה צו ציען די היימישע עולם
(דערווייל איז ק"ש די איינציגסטע וואס פארפילט די לאך פאר אומצעזורירטע היימישע מידיע)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:52 am
דורך זופ מיט מאנדלען
כ'זע נישט וואס די גרויסע שמחה איז מיט די חרדישע מידיא.

לאמיר עס קלאר מאכן, דאס וועט נישט זיין קיין אומאפהעניגער חרדישער מידיא, ס'וועט זיין א מידיא ווי פרייע וועלן זיצן און רעדן איבער חרדים.

אויף זייער וועבזייטל שרייבן זיי עטלכיע נעמען פון דזשורנאליסטן וועלכע וועלן אנטיילנעמען אינעם פראיעקט, קיין איינער פון זיי איז ניטאמאל געבוירן געווארן אין א חרדישע פאמיליע. ס'איז אלעס מענטשן וואס קענען נישט אונזער קולטור און סאציאלאגיע. מענטשן וועלכע זעען נישט קיין איינס פון די חרדישע ווירדן אלס וויכטיג. אלזא גייט דאס בסך הכל זיין א פלאץ ווי מען וועט רעדן נעגאטיוו איבער חרדים און די איינציגע חרדישקייט שבו וועט זיין אז מען וועט נישט רעדן אויף קיינעם חוץ אויף חרדים.

ס'איז אזויווי דזשאו ביידען זאל מארגן עפענען א "אומאפהעניגע רוסישע מידיא" קיין איין רוס וועט עס נישט פארטרעטן און כ'גלייב נישט אז סיי וועלכער רוסישער זאל אפרישיעיטן אזאנס.

ס'איז נישט דא קיין שום אנדייטונג אז סיי וועלכער חרדי זאל דא זיין אינוואלווד, בסך הכל שטייט אז וויבאלד חרדים האבן ביז היינט נעבעך נישט געהאט קיין זעלבסטשטענדיגע מידיא פלאטפארמע וועלן קומען אפאר פרייע און עס צושטעלן פאר זיי. ווען ס'זאל זיין א חדרדישע אינציאטיווע אדער אפילו א נידריגערע שטאפל חרדים אינציאטיווע וואלט עס געמאכט סענס. דא גייען בסך הכל קומען מענטשן וואס האבן אונז קיינמאל געקענט און ווילן אונז קיינמאל קענען און וואשן אונזערע שמוצוועש טעגליך.

אונזערע וועש זענען שמוציג? מעגליך. ווילאנג די האלטסט אז דער גאנצער קלייד איז שווארץ דאן זיי נישט דער וואס גיסט די בליטש. ס'גייט ציפן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 3:41 am
דורך צפוני
קען זיין אז אויפטרעטן גייען פרייע, אבער לכאורה וועלן פארשידענע עלעמענטן וואס זענען אויפגעוואקסן ביי אונז פירן די סדר היום דארטן.

#העמירזעהן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 4:09 am
דורך זופ מיט מאנדלען
דערווייל איז נאכנישט דא קיין איין עקס-חרדי וואס איז ארויסגעקומען זאגן אז ער איז אינוואלווד דערין, און אפילו דאן זעמיר אויף געהאקטע. א עקס-חרדי וואס האלט אז דאס גאנצע חרדיזם איז ווערד כחרס הנשבר זאל נישט קומען קריטיקירן יעדע מאל מיט א צווייטע איצטלא, ווייל אין אזא פאל וועט ער גרינג מאכן פון טהור טמא, ווער רעדט נאך פון באהאנדלען אומסענסיטיוו טומאה.

די דריי נעמען וואס זענען יעצט אין די באורד זענען ניטאמאל געבוירן חרדים, זיי זענען קאנסערוואטיוו-רעפארם אדער דאס אויך נישט.

א שמחה גדולה פאר חרדים, טאקע אויף אזא אומאפהעניקייט האט מען געווארט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 6:44 pm
דורך מרדכי מרדכי
ווי קען מען זעהן ווער עס איז אינוואלווד דערין?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 6:53 pm
דורך נעקסט לעוועל
מרדכי מרדכי האט געשריבן:ווי קען מען זעהן ווער עס איז אינוואלווד דערין?
נפתלי מאסטער שטייט אונטער דעם

איך האב מיר אויפגעסיינט פאר די עדווייזערי פענעל (פארוואס נישט)
און איך האב באקומען די אימעיל

------Hi ,

I hope this email finds you well. Thank you for submitting the form expressing interest in joining Shtetl's advisory panel.

I would love to chat with you in the coming days, either in a virtual meeting or over the phone. Can you tell me what your availability is in the coming days/weeks?

I look forward to connecting with you soon.

Best,
Naftuli

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:05 pm
דורך מרדכי מרדכי
יא יא כמה נפתלי איכא בשוקא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:44 pm
דורך נעקסט לעוועל
מרדכי מרדכי האט געשריבן:יא יא כמה נפתלי איכא בשוקא
נישט געוויסט אז מדארף עס מסביר זיין.
ס'איז געקומען פון א אימעיל מיט די נאמען Naftuli Moster

אנלעס דו קומסט מיט א קאנספיראציע אז ס'איז א צווייטער וואס שפילט אויף זיין נאמען ..[emoji849]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:51 pm
דורך שמעקעדיג
דער איד שרייבט יעדע וואך אז זיי זענען א אומאפהענגיגע אויסגאבע. וואס פעלט אויס נאך איינס?

(ר' בערל, קום אריין קלאר...)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
דער איד איז אומאפהענגיג דא און דארט, ס'פעלט אויס איינס וואס איז סתם אומאפהענגיג....

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:18 pm
דורך נעקסט לעוועל
קרן זוית האט געשריבן:דער איד איז אומאפהענגיג דא און דארט, ס'פעלט אויס איינס וואס איז סתם אומאפהענגיג....
כ'דארף נישט קיין הענגעדיגע און אומהענגעדיגע סחורה,
כווארט אויפן פלאטפארמע וואס זאל דעליווערן זאפטיגע היימישע נייעס אנע צענזור.
זהו.