בלאט 1 פון 1

מיין חבר, דער אלצווייסער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 10:52 pm
דורך תוהו ובוהו
איין זאך האט יעדער אין שטאב
ווי א הויקער און א ווייב
דער חבר אן קיין דזשאב
וואס האט א-ל-ע-ס ארויס אן קיין דאַבּט

געווענליך א שטיקל לץ
רייכערט נאר רעד'ס
דאוונט ביים נץ
און שעלט צאם געטץ

*****

ביידען איז אן אלטער קאקער
יוסי געשטעטנער, א קנאקער
שמעון זאל ווערן א פּאקער
הילערי? אריין אין לאקער

מ'קען נישט גלייבן די מידיע קאנאלן
קאנטראלירט ביי די לינקע וואנדאלן
כ'קען נישט קיין פינקטליכע דעטאלן
אבער, גלייב מיר, זיי האבן גע'גנב'עט די וואלן

אונזער טראמפ, פון אחינו לדעה
איז באמת פרעזידענט, גלוי כלפי שמיא
ס'אפשר נישט ממש קיין ראיה
אבער טורנהיים איז א תנא דמסייע

מ'טאר נישט וואטן דעמאקראטן!
ווילסט באקומען א צווייטן טאטן?
פאר'ן חינוך גייט עס שאטן
פראגראמען? וויפיל מ'קען רייטן

כ'ווייס נישט גארנישט וועגן פּעלושען
ס'ווערט נישט דערמאנט אין דער קאנסטיטושען
געב אבער א קוק ווער ס'טוט עס פּוש'ן
די גרועים שבכל אומה ולשון

פוטין איז אן אכזר טמא
צום שטן פארקויפט זיין נשמה
כ'שטעל מיך פאר מסתמא
אוקראינע געווינט די מלחמה

קריפטו האלט פאר א קראך
ריעל עסטעיט איז די זאך
נאר אזוי ווערט מען רייך
קוק נאר אן אברומי בראך

רבנים ווייסן נישט וואס טוט זיך
ר' שמואל ניימאן שטיץ איך
דעם עירוב געהעריג נוץ איך
אין פלארידע אפזיץ איך

נישט זיין ארויסגערעדט
די בתי דינים א געשפּעט
נאר דער וואס טיפּ'ט פעט
א רחמנות אויף דעם פּאנעט

כ'זאג דיר, קרישעווסקי איז קלין
וואלדער, וואס ער האט אלץ אפגעטון
בערלאנד איז סתם א מין
ער איז דאך זיין טאטנ'ס א זון

ר' זלמן לייב האט אן איידעלן שניט
אבער ער איז פול אוו שיט
ר' אהרן איז א באנדיט
למעשה רעדט ער אבער גוט

ר' שאול איז א גאון אדיר
נישטא אזאנס אויפ'ן גאנצן כדור
כ'קען מיך וועטן ביי דיר
גער איז ער פיין מסדר

זילבערבערג האדעוועט ווילדע חיות
ר' מיילעך מאכט נישט זיינע פיאות
דער מלאך איז פיינע נייעס
כ'הער אים צוזאמען מיט די בני-בית

פינטו, א גרויסער בעל מופת
אלע מחשבות איז ער תופס
די שמועה אינעם הויף איז
אז ער קען שיחת חיות ועופות

לב טהור, עקסטרעם! האסטו געזען אזאנס?
קארלין? סופפארט שוין באלד טראנס!
וואו! וואס איז דער שאנס?
מיין חסידות, דער פערפעקט באלאנס

די מאמענט, די ערשטע אין שורה
דער שטערן איז גאנץ כשורה
די מעלות איז א שמירה
דער וועקער איז סתם כפירה

די בארד חלילה געב נישט קיין ריר
ס'איז פון די דברים שאין להם שיעור
בכלל, טיפע סודות ליגן אין איר
רביה"ק האט עס איינגעוויקלט אין פאפיר

חלות, נאר פון זויערע טייג
ביים גיסן וויין געב עס א בייג
אייער, נאר ארויס פון שטייג
ס'איז געזונטער ווי גרינצייג

א חתונה, חלילה נישט אפשטופּ עס
לאנגע נעגל איז גרויסע קליפות
עין הרע קען אפי' ברענגען טיפּוס
א קנאבל, כאטש אין בארד קניפּ עס

העי, מ'טאר נישט עסן קיין אפר!
דאס איז דאך דער חטא פון צלפחד בן חפר
כ'זאג דען אייגנס? ס'שטייט אין א ספר!
געדרוקט לעצטנס דורך איינעם לייפער

טעכנאלאגיע קומט פונעם שד
ליסטען, כ'ווייס וואס איך רעד
כ'בין אן ערשטהאנטיגער עד
מיין שכן איז אפגעפארן פון אן אייפּעד

אונזער מצב איז גאר שמאל
מאסטער וויל פובליק סקול
מיימאנעדיס איז קיין שפיטאל
קאניע וועסט, א שונא ישראל

מ'קען נישט זיין קיין איד אן קיין שיעור
קיין חסיד - אן קיין ביר
קיין חרדי - אן קיין טוילעט פאפיר
און קיין פרוי - אן קיין געשיר

*****

אבידה מדעת אינה אבידה
ברוך החונן לאדם מידע
ווי זאגט נאר מיין זיידע?
"תכלית האי-ידיעה שנדע"

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 1:16 am
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: דיין פאעטרי איז אייזן. ס'איז ענדערש די צווייטע העלפט פונ'ם פסוק..."ורוח אלוקים מרחפת על פני המים"...!

פאר די פונקטליכקייט פון דיינע ווערטער
קען איך נישט גאראנטירן
נאר דאס הארץ ווי באלזאם ס'טוט שמירן

זייער שיינע גראמען
ס'האט אלע טעמ'ען

קיינער קען זיך נישט באקלאגן
אז דאס זענען ווערטער וואס מ'קען נישט פארטראגן
אפילו אויף א ליידיגן מאגן
******** ******* *****

איך האב אויך געמאכט א שטיקל גראם
מיט גאנץ א גוטן טעם

פאר די קינדער פון מיין באס
זיי כאפן עס אין איין שאס...

רבותיי ס'איז גרויסע היצן
דער עולם טוט שטארק שוויצן
ס'איז כל כל הקיצין
דעריבער בעט איך אז א יעדער זאל זיצן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 2:22 am
דורך [NAMELESS]
וואו בערל קיינמאל נישט געוויסט אז פאעזיע איז פון דיינע טאלאנטן, we want more#

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 2:26 am
דורך קהל'ס נער
עמקות המחשבה האט געשריבן:וואו בערל קיינמאל נישט געוויסט אז פאעזיע איז פון דיינע טאלאנטן, we want more#
די מחנים ביכל אויף די רעבא ר' בערל גייט הייסן "דער באס דרייווער דער דיכטער"

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 2:37 am
דורך [NAMELESS]
@תוהו ובוהו הערליך און געניט!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 5:45 am
דורך היסטאריע
רביה"ק האט עס איינגעוויקלט אין פאפיר
מיינסט דער מעשה מיט דער שאל?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2022 8:34 am
דורך בת קול
:like

דו טויגסט!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 3:16 am
דורך טאמבל סאס
[emoji1787][emoji1787][emoji1787]
דאס איז איינס אין די וועלט!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 3:19 am
דורך טאמבל סאס
קהל'ס נער האט געשריבן:
עמקות המחשבה האט געשריבן:וואו בערל קיינמאל נישט געוויסט אז פאעזיע איז פון דיינע טאלאנטן, we want more#
די מחנים ביכל אויף די רעבא ר' בערל גייט הייסן "דער באס דרייווער דער דיכטער"
ווייל ער מאכט גראמען פון דיכטל ארויס..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 9:58 am
דורך בת קול
ווען איז די לעצטע מאל א תגובה האט באקומען 33 לייקס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 10:09 pm
דורך מונטסורי
אזוינס צאמגעלאכט :lol: קיפ איט קאמינג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 10:58 pm
דורך עדיאל
נהנתי.