די אחריות פון עלטערן כלפי זייערע קינדער!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

די אחריות פון עלטערן כלפי זייערע קינדער!

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר ווייסן אז עלטערן דארפן באקומען אנערקענונג פון די קינדער, דאס איז דאך א דבר פשוט, דער קינד'ס גאַנצע עקזיסטענץ איז צו פארדאנקען זיינע עלטערן. כיבוד אב ואם איז נישט נאר א מצות עשה דאורייתא נאר דאס איז איינע פון די עשרת הדיברות, ס'איז אויך א מצווה שכליות וואס מ'פארשטייט מיט סברא, מען דארף עס טוהן פונקט אזוי ווי לא תרצח און לא תגנוב זענען זאכען וואס מ'טאר נישט טוהן.

מ'לערענט אויס די מצוה פאר די יונגלעך אין חדר און פאר די מיידלעך אין סקול, ווי אויך טוהן די עלטערן אסאך מאל דערמאנען זייערע קינדער אז כיבוד אב ואם איז א גרויסע מצוה. ס'איז אזאך וואס קומט שוין אטאמאטיש ביי מענטשן, נישט נאר איז דאס אן התחייבות בחיים נאר אויך איז דא די ענין פון מכבדו במותו, לאחר מאה ועשרים.

וואס עס איז אבער גאר וויכטיג ארויסצוברענגן, איז א זאך וואס מענטשן נעמען פאר גרענטעד, אזוי ווייט אז עס זענען פארהאנען געוויסע מענטשן וואס ווייסען ניטאמאל אז עס ליגט אויף זיי א לעבנסוויכטיגע אחריות. דאס איז חיובים וואס עלטערן האבן כלפי זייער קינדער!! עס איז א נקודה וואס מוז מער באטאנט ווערען צווישען אונז. עס איז א פליכט וואס ליגט אויף די עלטערן פון ווען דאס קינד ווערט געבוירן, סיי צו געבן א געזונטע ערנערונג און פיזיקאלישע געזונט, אבער מעגליך איז נאכמער וויכטיג זיי צו געבן עמאציאנאלע געזונט.

נעמליך, ס'איז מסתמא נישט דא נאך א זאך וואס קען משפיע זיין אויף א מענטש אין זיינע שפעטערדיגע יאר'ן ווי א שטארקע געבויטער עמאציאנאלע בן אדם. דער נפש וואס הייסט מענטש, ווי שטארק פיזיש ער זאל נאר נישט זיין, וועט נישט קענען דורכגיין זיין לעבן פריש און געזונט, אויב ער האט נישט באקומען ליבשאפט און אנערקענונג פון זיינע עלטערן. א מענטשנ'ס זעלבסט קאנפידענץ און זעלבסט זיכערקייט איז א דירעקטער תוצאה וואס ער/זי האט באקומען פון די עלטערן.

די עמאציאנאלע קשר און קאנעקשען וואס א טאטע האט מיט'ן קינד, דארף זיין אויף אזא אופן אז די קינד דארף דאס שפירן. די טאטע איז דא פאר איהם נישט נאר אים צו קויפען א גמרא אנהייב זמן אדער פארהערען ביי אבות ובנים, נאר אויך זיין מיט אים סתם צו פארברענגען, סיי זאכען וואס די קינד האט ליעב צו טוהן, און סיי אים געבן צייט דורכצושמועסן זאכען וואס ליגט אים אויפען הארץ.

עס איז וויכטיג צו ערווענען, אפילו מ'איז איבערגעגעבן בלב ונפש פאר'ן קינד, דאך איז ער בארעכטיגטע אויך צו האבן אייגענע ספעיס, כדי ער זאל שפירן אז מען רעספעקטירט אים און מען רעכענט זיך מיט זיין כבוד. סך הכל איז באמת שווער ארויסצוברענגן אין פרטי פרטים, אבער די נקודה איז א פשוטע, אויב עלטערן טוען זייער פליכט בשלימות לטובת הילדים, איז די תוצאה א פרייליכער געזונטע מענטש!!

ווידעראום איז דא וואס זענען מזלזל אין זייער קינדער, דאס איז א רעצעפט פאר דיזעסטער רחמנה ליצלן. נישט נאר זיי זענען נישט דא אויפצובויען זיייער קינדער, לייגען זיי נאך שטיינער אויפען וועג צו שטערן זייער אנטוויקלונג. עס איז דא אנדערע וואס מיינען אז זיי זענען אין די קלאס פון געטרייע עלטערן אבער זיי ניצען זייערע קינדער ווי זיי וואלטן ווען געווען זייערע פריוואטע נכסים, וואס זענען דא צו ברענגען נחת אדער אנדערע טובות הנאה וואס עלטערן קענען פארדינען אויפען חשבון פון די קינדער. דאס קען מען זעהן אין די קינדערישע יאר'ן און אזוי אויך די וועג ווי אזוי זיי גייען צו ביי שידוכים, וואס ביי אונז ליגט עס אונטערן עלטערנ'ס אויפזיכט.

יעקב אבינו, ווען ס'איז געקומען די צייט צו מאכן א ויברח פון זיין שווער, ליידענדיג זיך שוין אפ פון לבן'ן צוואנציג יאר .

ווי עס איז מבואר אין די פסוקים, האט יעקב אבינו דאס איבערגעשמועסט מיט זיינע ווייבער, דארט אין דעם פעלד ביי די שאף. וועלענדיג הערן וואס זיי זאגן איבער דעם, ווי אויך דערשמעקן זייערע געפילען וואס זיי האבען צו זייער פאטער. הגם ער פאר זיך האט שוין געוויסט וואס ער האט צוטוהן, נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז לבן מיט זיינע בנים זענען שוין נישט מיט אים כתמול שלשום. מען טוט איהם באשולדיגען אז ער האט די אלע נכסים שלא ביושר. ווי אויך האט ער באקומען א באפעל מן השמים אז עס איז שוין צייט אהיימגעקומען אל ארץ אבותיך ולמולדתך.

"די טאטע האט זיך נישט געפירט מיט אונז ווי מיר זענען זיינע קינדער, ובפרט ווען ס'איז געקומען צו שידוכים האט ער אונז פארקויפט אזויווי מיר וואלטן געווען פרעמדע" האט רחל און לאה געזאגט פאר יעקב. הלוא נכריות נחשבנו לו כי מכרנו, ויאכל גם אכול את־כספנו. נעמליך ער האט פארדינט אויף אונזער חשבון, אן דעם וואס מיר זאל'ן אויך בענעפיטן !! דו ברויכסט נישט שפירן שלעכט מיר זענען מיר דיר הונדערט פראצענט.

ויקם יעקב וישא את בניו ואת נשיו. מיר זענען מיט דיר אויף איין פעידזש, רחל האט טאקע מעביר געווען די תרפים פון איר פאטער, כדי ער זאל נישט קענען נאכקוקן ווי אהין זייי זענען אנטלאפן, ער זאל נישט האבן די מינדעסטע ידיעה ווי זיי זענען אנגעקומען.

עס זענען אריבער עטליכע טעג און לבן דערגרייכט יעקב מיט זיין פאמיליע, די מצב ווערט אנגעצויגן. אזא נארישקייט וואס דו האסט געטוהן, מיינע באליבטע קינדער האב איך זיך נישט געקענט געזעגענען, כ'וואלט געמאכט א שיינע צאתכם לשלום סעודה מיט מוזיק און שירה, האט לבן ארויסגעברענגט !!

מ'זעהט טאקע אז יעקב טוהט נישט ארויפברענגען די מעשים מגונים וואס ער האט געטועהן פאר זיינע טעכטער, ער האט איהם בלויז ארויסגעברענגט ווי אזוי ער איז זיך באגאנגען צו איהם.

אבער דאס איז געווען א זאך וואס אלע מיט יעקב האבן פארשטאנען, א טאטע דארף זיין דא צו געבן פאר די קינדער, לטובת די קינדער. ווייל דאס איז א לעבנסוויכטיגע פליכט, און חלילה אז מען נעמט נאר ארויס בענעפיטס אויפען חשבון פון דער קינד, איז מען נישט קיין אחריות'דיגע טאטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שיין געשריבן און זייער צום זאך.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלווי האט געשריבן:שיין געשריבן און זייער צום זאך.
א דאנק אייך @וואלווי

א קאמפלימענט פון אייך איז א שטארקע חיזוק.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

וויכטיגע נקודה און הערליך ארויסגעברענגט.
איין קליינע הוספה, צו מגדל זיין געזונטע קינדער דארף מען אליינס זיין געזונט. במילא אפילו אויב א מענטש איז שוין מיואש פון זיין אייגענע לעבן האט ער נאכאלס א חיוב זיך צו העלפן פשוט אלס חיוב פאר זיינע קינדער. (פאר זיין ווייב אפגערעדט)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
פארשפארט