בלאט 1 פון 3

חברותא געזוכט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 4:20 pm
דורך שלוימי
איך זוך א חברותא צו לערנען יעדע נאכט.

פאר מער אין אישי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:26 pm
דורך היסטאריע
איך זוך פארטאגס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וועלכע לימוד?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 5:41 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?
ווער זאגט ער זוכט א חברותא צו לערנען?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:03 pm
דורך שלוימי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?
גמרא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:06 pm
דורך Nanach
א גוטע איידיע.
איך זיך א חברותא אין מורה נבוכים, לכתחילה איינער וואס האט עס שוין געלערנט.
אויף זום, פאר מער אין אישי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:40 pm
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.
אויב דו גייסט אַיין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:46 pm
דורך טוב ויפה
קרן זוית האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.
אויב דו גייסט איין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.
אבער אין די ניין טעג און לע"נ ר' ישעי'לע
אדער ג' בשלח און לע"נ די בת עין

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 6:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שלוימי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?
גמרא
נעה, כ'האב שוין געמיינט עפעס אינטערעסאנט...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 7:02 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: נעה, כ'האב שוין געמיינט עפעס אינטערעסאנט...
אלע אינטערסאנטע זאכן זענען אין די גמרא.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 8:09 pm
דורך צקון לחש
Nanach האט געשריבן:א גוטע איידיע.
איך זיך א חברותא אין מורה נבוכים, לכתחילה איינער וואס האט עס שוין געלערנט.
אויף זום, פאר מער אין אישי
גרייט דיך צו א נייע ניק...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 8:18 pm
דורך היסטאריע
Nanach האט געשריבן:א גוטע איידיע.
איך זיך א חברותא אין מורה נבוכים, לכתחילה איינער וואס האט עס שוין געלערנט.
אויף זום, פאר מער אין אישי
איך קען באשטיין. איך האב שוין געלערנט איינמאל.

איך וויל עס לערנען מיט דער גבעת המורה, מסכים?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 8:54 pm
דורך מתבודד
ווער ס'זוכט דא א חברותא זאל ביטע מעלדן אויב ער'ט מצליח געווען.
אויב איז דא א הויכע סוקסעס ראטע איז אפשר צייט אנפאנגן דא מאכן שידוכים...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:32 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שלוימי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע לימוד?
גמרא
נעה, כ'האב שוין געמיינט עפעס אינטערעסאנט...
דו ווילסט א חברותא צו לערנען על הגאולה?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:47 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמן למאור האט געשריבן: דו ווילסט א חברותא צו לערנען על הגאולה?
ער האלט שוין נאך על התמורה!
[emoji1787]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 12:30 pm
דורך אלע צוזאמען
טוב ויפה האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך זוך פארטאגס.
אויב דו גייסט איין אז די סיום המסכתא גייט מען פראווענען אין מיין באנגעלאו קאלאני, איז דא וואס צו רעדן.
אבער אין די ניין טעג און לע"נ ר' ישעי'לע
אדער ג' בשלח און לע"נ די בת עין
ניין, ווייל דעמאלט איז שוין סייווי דא א סעודה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 12:05 am
דורך מתבודד
א גאר חשוב'ע ניק וואס זוכט א חבר[ותא] האט דאס געשריבן אין מאחורי, און געבעטן צו עס אריינברענגן דא פאר'ן ציבור.

ווער ס'פילט אז ס'קען אים זיין נוגע זאל מיר שיקן א אישי און כ'וועל אי''ה געבן די אימעיל אדרעס (און נישט זיין ניק, היות ער וויל זיין ניק נאמען זאל אויך בלייבן אנאנימעס) פון הרב הניק הנ''ל ווי מ'וועט זיך קענען דירעקט פארבינדן און גיין ווייטער.

הצלחה לכולם
אנאנים האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס איך זיך א חברותא און איך קען נישט טרעפן עפעס פאסיג. איך קלער אז ק"ש וואלט געווען די פאסיגסטע פלאץ צי טרעפן א גוטע פאר, אבער פאר פארשטענדליכע סיבות קען איך עס נאר טון אנונים.

וואס אין זיך:
איך וואוין אין (וואס האט אמאל געמיינט...) ניי וויליאמסבורג, לכתחילה וויל איך די שיעור זאל פארקומען אין די געגנט, חוץ אויב איך טרעף נישט עפעס צום הארצן קען מען עס מאכן אויף זום אויך. ס'גייט מיך נישט אהן פונקטלעך וואס מען לערנט, זאל זיין גמרא/משנה/הלכה וכדומה. אבער וואס איז יא א מעכב איז א שיעור אין אמונה/דיעות/השקפה, וויאזוי דו ווילסט עס אנריפן. אויך א שטיקל ריקעפ אויף די וועטליכע נייעס, אויסטוישן קליפס, שמועסן ביזנעס וכו'. און בעיקר א חברותא זיך אויסצישמועסן די מעמקי הלב און שעירן אינערליכע געפילן מיט א נאנטשאפט.

וועגן מיר:
איך בין אין די דרייסיגער יארן. א שטילער אבער געשמאקע שמועסער און גוטע אויסהערער. אין ישיבה בין איך געווען פון די סאמע בעסטע בחורים, רמי"ם האבן געהאלטן אז איך ווען ווערן א ר"י, אבער ליידער האט זיך אויסגעלאזט וויאזוי עס האט זיך אויסגעלאזט. איך בין ב"ה א פיינע פארדינער און וועל אי"ה נישט דארפן קיין געלט טובות :P

אידיעלי זאל די חברותא זיין בדומה לי, א צוגעלאזן גוט קעפל, אבסעסט מיט אמונות ודיעות, בקיצור א ק"ש מעמבער...

כ'ווייס נישט פונקטלעך וויאזוי צי אויסארבעטן די קאנעקשן. אויב איינער קען זיך מתנדב זיין צי זיין די פארמיטלער תע"ב. כ"וועל עם שיקען מיין אימעיל, און ווען איינער מעלדט זיך צי די פארמיטלער אין אישי וועט ער שיקען די אימעיל אדרעס פאר יענעם.

אויב וועט עס ארבעטן קען מען אפשר מאכן א שידוך פאר נאך יודן אויף דעם אופן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 8:39 am
דורך חדשים
א גוטע געדאנק, הלואי זאל זיך עס אויסארבייטן.
איך זוך בדומה לזה אין קרית יואל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 10:28 am
דורך מרדכי מרדכי
זום איז נישט גוט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 2:39 pm
דורך שלוימי
.
שלוימי האט געשריבן:איך זוך א חברותא צו לערנען יעדע נאכט.

פאר מער אין אישי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 11:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך זוך אן ערנסטע committed חברותא צו לערנען יעדן צופריה אויסער שבתות , ערנסט מיין איך איינער וואס האלט באמת ביים לערנען יעדן טאג אן קיין מעשיות, נישט קיין קאווע שטיבל סטייל שמועסערייען און פאצרייען און נישט מבריז זיין יעדן שני וחמישי (אזא איינעם האב איך שוין און איך זוך א ממלא מקום :P ), פרטים אין אישי. א דאנק.

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2023 12:05 am
דורך דער גאלדענער אדלער
וואס ווילסטו לערנען?

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2023 12:24 am
דורך רביה''ק זי''ע
גמרא/הלכה/וואטעווער