שווייגעניש קאסט אויך א פרייז

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

שווייגעניש קאסט אויך א פרייז

שליחה דורך [NAMELESS] »

צענזור איז א זאך וואס שיינט צו זיין אן אנגענומענער און א פארשטענדליכע פאקט ביי די וואוילע ציבור. דארף אבער די דאזיגע ציבור קלאר וויסן אז דאס קען בשום פנים ואופן אנגענומען ווערן אלס א שב ואל תעשה, נאר חלק כחלק יאכלו, מ'טראגט א שולד אויף עוולות וואס ווערן געטוהן דורך די ראשי ומנהיגי העם.

די גמרא זאגט אין מסכת שבת, כל מי שאפשר למחות באנשי עירו נתפס על אנשי עירו. מנהיגים און ראשי העם וואס טוהען מעשים שלא על פי יושר וצדק האט דער ציבור השותקים א בשותפות'דיגער חלק, ווייל דאס שווייגעניש גיבט זיי א אן הסכמה אנצוגיין מיט מעשה השחתה. מ'זעהט די לשון הגמרא כל מי "שאפשר" למחות, דארף מען טאקע האבן א גוטע שיקול הדעת ווען מ'איז "אפשר בידו"?! אבער אויב איז דאס א לכתחילה'דיגע מהלך, מען טאר נישט האבן קיין שום איבערזיכט אויף זיי און עס ווערט צענזורירט ביי אזעלכע וואס זענען אפשר בידו למחות, דאס איז שוין לכאורה א גרויסע פראבלעם. וד"ל.

די שבטים האבן געהערט אז נבלה נעשתה בישראל, איינער פון די ראשי העם פון שכם, מיט'ן נאמען שכם בן חמור, האט אוועקגעכאפט א מיידל - זייער'ס א שוועסטער, געצווינגענערהייט און אויך אן די רשות פון אירע עלטערן, א זאך וואס סתם אן איינוואוינער וואלט נישט געקענט טוהן!!

האבן די שבטים אנגענומען מיט א פשטות אויב די ראשי העם קענען טוהן אזא זאך איז א סימן אז די פאלק איז נישט מוחה אקעגן זיי און טוהט גארנישט דאס צו מונע זיין. (רד"ק) באמת איז דא נאך א נקודה, דאס אז די ראשי העם קענען טוהן אזא זאך מיינט דאס אז ביי די המון עם איז א עס א אנגענומענע זאך, מנהיגים מעגן טוהן מעשים אשר לא יעשו.(ספורנו)

דאס האט געגעבן די רעכט פאר די בני יעקב ארויסצוגיין מיט געווער אקעגן די גאנצע פאלק שכם. ווייל חלק כחלק יאכלו, מיט'ן זיצן אין א שווייגעניש בשעת ראשי העם גייען אן און טוען ככל העולה על רוחם, דעמאלט'ס האבן די שטילמאכער'ס א חלק אינעם השחתה.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

שכ'ח קרן. מיינע שעות לימוד התורה האבן זיך דראסטיש געהויבן זייט דו שרייבסט די אשכולות...
---

לעצם הענין, פאר 'דיר' צו מקיים זיין די מחאה פון וואס דו רעדסט דארפסטו לכאורה אריינפעיסטן דעם ארטיקל אין אייוועלט ;)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מתבודד האט געשריבן:שכ'ח קרן. מיינע שעות לימוד התורה האבן זיך דראסטיש געהויבן זייט דו שרייבסט די אשכולות...
---

לעצם הענין, פאר 'דיר' צו מקיים זיין די מחאה פון וואס דו רעדסט דארפסטו לכאורה אריינפעיסטן דעם ארטיקל אין אייוועלט ;)
די וועלט זאגט, אז מ'קען נישט חוש'ן מיט די חוש'ערס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אבער @קרן זוית טענה'עט אז ס'איז גאר א חיוב...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

חיוב אהין חיוב אהער. ווי אזוי האט זיך די מחאה פאר'ן אמת גענדיגט? כלי חמס מכרותיהם, ארור אפם כי עז, ווען ס'געקומען צו טיילן ירושה האט די הנהגה זיי געגעבן צו הערן, אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. נישט נאר דאס, ואני נתתי לך שכם אחד על אחיך, מ'האט זייער שכם צוגעטיילט צום בנו החביב...

עצה טובה: טייל נישט קיין פעטש פאר יענעם, מאך נישט שמוציג דיין הענט פאר יענעם. ערשט ווען מ'מיינט עס אמת זאל מען שטיין ווייט. די מענטשען אויבן אן וועלען אייביג פארזארגן די מענטשען אויבן אן. לאז די הנהגה טוהן וואס זיי ווילען. קוק נישט, הער נישט, און פרעג נישט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שטארק @קרן זוית. איך האב געזעהן א הייליג ווארט אין דברי יחזקאל די וואך, אז שמעון ולוי האבן נישט געפרעגט יעקב אבינו בעפארן גיין אויסהרג'ענען שכם, ווייל די כח הקדושה דארף מלחמה האלטן מיט די זעלבע שטארקייט ווי די כח הטומאה, ממילא ווען זיי האבן געזעהן די שטארקע עזות פון שכם, האבן זיי געמוזט צוריק מלחמה האלטן מיט די זעלבע מאס עזות, אבער ווען זיי וואלטן ווען געפרעגט יעקב אויב זיי מעגן עס טוהן, וואלט עס געפעלט פון די לעוועל אין עזות, וועגן דעם האבן זיי עס געטוהן מדעת עצמם. וד"ל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ענליך געדאנק צו קנאים פוגעין בו הלכה ואין מורין כן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלווי האט געשריבן:חיוב אהין חיוב אהער. ווי אזוי האט זיך די מחאה פאר'ן אמת גענדיגט? כלי חמס מכרותיהם, ארור אפם כי עז, ווען ס'געקומען צו טיילן ירושה האט די הנהגה זיי געגעבן צו הערן, אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. נישט נאר דאס, ואני נתתי לך שכם אחד על אחיך, מ'האט זייער שכם צוגעטיילט צום בנו החביב...

עצה טובה: טייל נישט קיין פעטש פאר יענעם, מאך נישט שמוציג דיין הענט פאר יענעם. ערשט ווען מ'מיינט עס אמת זאל מען שטיין ווייט. די מענטשען אויבן אן וועלען אייביג פארזארגן די מענטשען אויבן אן. לאז די הנהגה טוהן וואס זיי ווילען. קוק נישט, הער נישט, און פרעג נישט...

וואלווי, כאפ נישט קיין הייסע לאקשען, ווי אזוי זאגן די רבי'ס אין חדר, ווען מ'וועט האלטן ביי פרשת ויחי וועסטו דעמאלט'ס פרעגן..

נו שוין, פאר א חכם ווי דיר לאמיר שוין מגיב זיין. מיין נקודה איז געווען אז שכם בן חמור האט געקענט זיין א משחית נאר צוליב די שווייגעניש פונעם פאלק.
וואס דו ברענגסט ארויס איז א אנדערע שמועס, ווי אזוי מען האט געדארפט האנדלען מיט די בני שכם.

ווער נאך ווי דיר פארשטייט, אז טראמפ קען טראמפען נאר ווייל ס'איז דא טראמפיסטן!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

הונדערט פערצענט. לאו עכברא גנבא אלא חורא גנבא. ס'איז נאר געווען ע"ד צחקות.....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די מענטשן וואס שלאגן זיך כלומפרשט פאר'ן אמת זענען נאך די מערסטע פול אוו שיט, ווי שטייט אין פסוק, נישטא נאך אזא שקרן ווי דער וואס שלאגט זיך פאר'ן אמת.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי ימצא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

ווי איז דער פסוק?
איך האף אז איז בעסער ווי דו פסוקים פין טעוויע
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
פארשפארט