בלאט 1 פון 3

באשעפער באווייז זיך צו מיר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 12:17 am
דורך שמן למאור
אוי גאטעניו לאמיר זיך אויסשמועסן,
מיין הארץ מיט געפילן טוט איבערפליסן,

אוי באשעפער פארוואס פארווען פארוואו,
ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא,

מיין תנ"ך פול מיט נסים גלויים,
צען מכות געשטראפט די מצרים.

די אידן מיט די פינגער געוויזן ביים ים,
זה קלי מיט די אייגענע אויגן געזען צוזאם.

אז זיי האבן אליין ביים בארג געזען גאט,
אודאי קומט א נעשה ונשמע אויף יעדע געבאט.

אליהו הנביא א פייער פון הימל געבראכט,
די נביאי הבעל האט מען אויסגעלאכט.

צען ניסים אין די בית המקדש אלע טעג,
ווי קען מען בכלל פארקריכן פונעם ריכטיגן וועג.

שפעטער אין דער גלות דעם הייליגן בעל שם טוב,
מופתים גלוים להטות לבבינו אליו.

מיט אלעקסיי איבער פעלדער געפלויגן,
מען האט געזען די באשעפער מיט די אייגענע אויגן.

היינט אין די פינסטערע אמעריקע איך שטיי,
אפיקורסים פון אלע זייטן וואו איך גיב מיך א דריי.

יעדער כופר תנו לנו מופת ער שרייט,
אז ער עקזעסטירט זאל ער זיך באווייזן שיינערהייט.

דו גלייבסט אין די אלע מעשיות שפעטן זיי,
פארוואס קען ער זיך נישט היינט באווייזן פונדאסניי.

זאל איינער יעצט פון א שטעקן מאכן א שלאנג,
וועלן מיר אלע גלייך לויפן צו גאט מיט געזאנג.

אלע רעליגיעס מיט א זיכערן ניגון,
נאר ביי זיי די אמת טוט ליגן.

קום נאר אראפ ניטאמאל פאר אפאר טעג,
און קלאר אונז אויס וואס איז די ריכטיגע וועג.

די טענה אז עס וועט שאדן פאר די בחירה,
איז גארנישט מער ווי א חוכא ואיטלולא.

פארוואס איז אויף דעם נישט געווען קיין חשדות אמאל,
די ניסים גארנישט אפעקטירט די נסיונות אין צאל.

א פסל מיכה דארטן ביים שפאלט,
אן עגל פון גאלד נאכן מעמד הר סיני באלד.

צו שלמה המלך זיך באוויזן נישט איינמאל נאר צוויי,
און דאך צו ע"ז האט ער זיך געגעבן א דריי.

אין די סאמע ברען פון די בעל שם'סקע מופתים,
זיך געגרינדערט רעפארם, השכלה, מיט ציוניזם.

קענסט היינט אראפקומען און זיך באווייזן,
עס וועט נאכאלץ איבערבלייבן א מקום צו גרייזן.

דאך אסאך קלארקייט וועט עס צוגעבן,
אוי טאטע איך טו יעדן טאג אויף דעם שטרעבן.

אוי גאטעניו ביטע באווייז זיך שוין צו מיר,
איך וויל קענען ריכטיג גלויבן אין דיר.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 12:35 am
דורך מתבודד
כ'האף די פארשטייסט אז דיינע אייניקלעך גייען כולל זיין אין זייערע פאעזיעס די נסים פון די זיידע שמן למאור'ס צייטן... טאקע אויך געווען דעמאלט כופרים, אבער דאך...
די הסתר פנים קען נאך ווערן סאך מער מוסתר.
(טאקע עניני דיומא פון שמן למאור מיט נסים לאבותינו בימים ההם ובזמן הזה)

Re: באשעפער באווייז זיך צו מיר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 1:00 am
דורך טמיר
מתבודד האט געשריבן:כ'האף די פארשטייסט אז דיינע אייניקלעך גייען כולל זיין אין זייערע פאעזיעס די נסים פון די זיידע שמן למאור'ס צייטן... טאקע אויך געווען דעמאלט כופרים, אבער דאך...
די הסתר פנים קען נאך ווערן סאך מער מוסתר.
(טאקע עניני דיומא פון שמן למאור מיט נסים לאבותינו בימים ההם ובזמן הזה)
דאס גופא האט מסתם שמן מכוון געווען, בדרך ממה נפשך

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 1:19 am
דורך [NAMELESS]
wow wow wow א מעסטער פיעס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 1:38 am
דורך דער גאלדענער אדלער
Wow הערליך!! צוזאם געפלאכטן טויזענטער יארן מיט אזא גאונות!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 2:16 am
דורך שמעקעדיג
שפתים קישאק! די הארץ וויינט מיט דיר...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 2:29 am
דורך שמעקעדיג
דא האט מען אמאל גערעדט פון דעם (בדרך צחות)
viewtopic.php?f=4&t=12628

דא האב איך אביסל געשריבן דערוועגן, אזא 9 יאר צוריק...
viewtopic.php?f=13&t=5371

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 7:11 am
דורך מי אני
:like

דא האב איך צוגעברענגט וואס הרב דר. מיכאל אברהם שרייבט אין אט דעם געדאנק. ער ברענגט ארויס אז די געדאנק בטעאלאגיע פון נישט האבן קיינע נסים היינט-צוטאג איז מכח דעם ווייל די מענטשהייט דארף שוין צו זיין כהיום מער מעטשור ומבוגר, לעומת ימי התנ״ך, צו מאכן זיינע אייגענע החלטות עפ״י שכלו לגמרי. ווי ער שרייבט:
בימי קדם, ואצל רבים גם כיום, התחושה היתה שכדי להיות אדם מאמין עלינו לדחות את הטבעי, ובודאי את ההבנה השיטתית שלו. תיאוריה מדעית (כמו המפץ הגדול או האבולוציה, או הפסיכולוגיה, או חקר המקרא והתלמוד) נראית לרבים כמאיימת על האמונה ועל ההנחה שאלוקים הוא שמסובב את הגלגל. אבל זו חשיבה ילדותית. בחשיבה המודרנית אנחנו יכולים, ולכן גם מצפים מאיתנו, להבין שההיפך הוא הנכון: חוקי הטבע מגלים את יד ה’ ואת היותו של העולם מנוהל ותכליתי. חקר הטבע מגלה את האלוקות ולא מסתיר אותה. התבגרנו, ואנחנו נדרשים לחשיבה מבוגרת יותר. אלוקים לא ייתן לנו יד ויוליך אותנו בעולם הכאוטי שלו. הוא ברא חוקים, הוא קבע נורמות וערכים, ומי שיתנהל על פיהם ובמסגרתם, יגלה את האלוקים בצורה מבוגרת יותר. ככל שהוא נדרש יותר להופיע, משמעות הדבר היא שאנחנו עדיין תלותיים, עדיין לא התבגרנו. כדי שנתנהג יפה המורה צריך להיות בכיתה.

הציפייה להתגלות ניסית של הקב”ה היא ציפייה שנובעת מחשיבה שכבר אבד עליה הכלח, ואם לא – עלינו לאבד אותה במו ידינו, ומהר. כיום אנחנו נדרשים לחשיבה מבוגרת יותר, שמבינה שאם יש חוקים יש מחוקק, ושהחוקים הם הם הביטוי של המחוקק בעולמנו. אדם מבוגר לא צריך ניסים כדי להבין שהוא עומד מול האלוקים. כמו שאדם מבוגר יכול להבין שההפשטות המדעיות מתארות מציאות, על אף שאף אחד לא ראה אותן באופן ישיר.

הקב”ה צמצם את עצמו כדי להשאיר לנו מקום. כדי שלא נישען רק על אבינו שבשמים, כמאמר הסטיקר המעוות ומרפה הידיים הזה. הורה טוב אמור לתת לילד שלו, לפחות כאשר הוא מתבגר, לפתח עצמאות, ולהשתחרר בהדרגה מהתלות הילדותית בו. ישעיהו לייבוביץ כתב לא פעם שניסים לא החזירו אף אחד בתשובה. הדוגמה הבולטת ביותר שהוא מביא היא שמייד אחרי מעמד הר סיני נפלנו לחטא העגל. זוהי תוצאה של אמונה ילדותית. ילדים שמאמינים ועובדים רק בגלל המשמעת ומכוח הנוכחות של המורה, חוטאים מייד כשהוא לא נמצא.

זוהי משמעות התהליך ההיסטורי של ‘הסתר הפנים’. זה אינו הסתר אלא גילוי גדול. הקב”ה לא רוצה שנפתח תלות, אלא שנעמוד על רגלינו שלנו. הוא רואה בנו בוגרים יותר מאשר בדורות הקודמים, ומאנשים בוגרים הוא מצפה לא להיזקק לניסים וחריגות מהטבע.
ע״ש באריכות. (כמובן אז דאס גייט נישט אין איינקלאנג מיט ״ירידת הדורות״. וכמובן ג״כ אז דאס אלעס גייט מיט א מובן הפשוט אין ״נסים״ הכתובים. אין די אשכול הא׳מיר אין עטליכע פלעצער אָנגערירט אז להרמב״ם וכת הראציאנאלי דיליה איז ניטאמאל דאס אויך נישט אזוי פשוט.)

ועכ״כ גייט דאס אז הרב אברהם שרייבט דארט לגבי ימות המשיח:
יהודים רבים מצפים לחזרת הקשר לקדמותו, שיתגלה ויזריח עלינו את אורו, ושהוא ישוב להתקשר איתנו וכמובן גם יחזיר לנו את הנבואה. אבל כבר אמרו חז”ל “אין בין עוה”ז לימות המשיח אלא שעבוד מלכויות בלבד”, ו”עולם כמנהגו נוהג”. אם כן, למרבה הפלא נראה שגם בימות המשיח האוטופיים להם כולנו מצפים, לא צפוי שינוי במישור הקשר עם הקב”ה. הניתוק או ההסתר בו אנחנו מצויים, כנראה אינו רע כל כך ונראה שזה לא אמור להשתנות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 9:13 am
דורך חדשים
אין אזא הסתר פנים, און דיינע געפילן טוען נאך פליסן און ווילן זעהן גאט, דאס איז די גרעסטע נס וואס גאט מאכט. דאס פאקט איין אלע נסים פון אמאל. איין באשעפער ווייסט וויאזוי דאס איז מעגליך.

אפשר גאר, איז דאס דיין גאט...

ובקשתם משם את ה אלוהיך איז שוין מקוים געווארן. יעצט קומט די ומצאת.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 9:16 am
דורך צקון לחש
@שמן דו הערסט נישט גענוג ר' מיילך בידערמאן...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 9:32 am
דורך פרייוויליג
WOW הערליכן ארט!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 11:28 am
דורך [NAMELESS]
אזא פאזיע צו מאכען אין די וואך וואס רבבות אלפי ישראל גייען זיך פרייען אויף די נסים פון זייער רבי'ן ?!

זעהט אויס וויבאלד די הצלה איז געקומען דורך ציוניסטישע עסקנים איז דאס א נס בהסתר און דו שרייבסט וועגן נסים גלויים...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 3:25 pm
דורך כפתור
די זאגסט ס'איז נישטא ניסים גלויים, אלע צדקה כוללים שרייען אז זיי זעען ניסים גלויים יעדען טאג. וואס גייט דא פאר?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 3:49 pm
דורך שמן למאור
כפתור האט געשריבן:די זאגסט ס'איז נישטא ניסים גלויים, אלע צדקה כוללים שרייען אז זיי זעען ניסים גלויים יעדען טאג. וואס גייט דא פאר?
איך האף אז קריעת ים סוף איז נישט געווען אויף אזא שטייגער ווי זייער ניסים גלויים...

איך האף אייגנטליך אז די מופתים פון די תלמידי בעש"ט איז אויך געווען אויף א צווייטע לעוועל...

שיין וועלן מיר אויסקוקן אויב ביים מעמד הר סיני איז געווען אזא גילוי אלוקים ווי ביי די תהילים כולל מעשיות, אויב אזוי זענען דאך די כופרים נאך גערעכט אויך...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 7:02 pm
דורך מאטי
די וואס האבן געעפנט שראדינגער'ס קעסטל קענען מער נישט זיין אין א סופער פאזיציע.

אין א וועלט פון סייענס/טבע ווי cause and effect דאמינירט דאס געוויסן צו א פוינט אז ניסים איז א laughable איידיע, ליגט דער נס אין אן אפענעם קעסטל ווי אבזערוואציע האט שוין עפעקטירט אויף רעאליטעט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 8:19 pm
דורך שמן למאור
מאטי האט געשריבן:די וואס האבן געעפנט שראדינגער'ס קעסטל קענען מער נישט זיין אין א סופער פאזיציע.

אין א וועלט פון סייענס/טבע ווי cause and effect דאמינירט דאס געוויסן צו א פוינט אז ניסים איז א laughable איידיע, ליגט דער נס אין אן אפענעם קעסטל ווי אבזערווציע האט שוין עפעקטירט אויף רעאליטעט.
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וואס דו שרייבסט דא.
די וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן די קאץ טויט, האבן געמאכט א פאקטישע אבזערוואציע געבויט אויף זייער בליק. און דאס האט (לפי דעם טעאריע) אפעקטירט די תוצאות.

אבער ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציעס אז ניסים קענען נישט פאסירן. ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציע אז ס'נישטא קיין גאט. די קעסטל איז בכלל נישט אפן, סך הכל קוקט מען אויף די לעק פון עווידענס. מען האט א פארמאכטע קעסטל וואס לפי די שטארקע גלויבונג פון די אטעאיסטן איז די קעצל טויט.. נו גאט קען אין א רגע צושטעלן די ריכטיגע עווידענס אז די אבזערוואציע זאל זיך טוישן. אדרבה.. זאל ער אונז עפענען די קעסטל.

בערך אזוי ווי די אבזערווירער וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן א טויטע קאץ כאפן זיך אז זייערע גלעזער האט זיי פשוט פאר'נער'ט און אויב טוט מען אהן גוטע גלעזער זעט מען אז עס לעבט יא. פארוואס איז דאס אזוי רחוק מן המציאות אז א כל יכול זאל דאס נישט קענען טון?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 8:34 pm
דורך היסטאריע
דער פאעזיע איז גאר שטארק.
עס שפילט מיט דער געפילען וועגן נסים, צו עס איז יא אמאל געוועהן, צו נישט, מיט דער תירוץ אינדערמיט.
משוגע שטארק. א++++++

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:01 am
דורך מאטי
שמן למאור האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:די וואס האבן געעפנט שראדינגער'ס קעסטל קענען מער נישט זיין אין א סופער פאזיציע.

אין א וועלט פון סייענס/טבע ווי cause and effect דאמינירט דאס געוויסן צו א פוינט אז ניסים איז א laughable איידיע, ליגט דער נס אין אן אפענעם קעסטל ווי אבזערווציע האט שוין עפעקטירט אויף רעאליטעט.
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וואס דו שרייבסט דא.
די וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן די קאץ טויט, האבן געמאכט א פאקטישע אבזערוואציע געבויט אויף זייער בליק. און דאס האט (לפי דעם טעאריע) אפעקטירט די תוצאות.

אבער ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציעס אז ניסים קענען נישט פאסירן. ס'נישטא קיין פאקטישע אבזערוואציע אז ס'נישטא קיין גאט. די קעסטל איז בכלל נישט אפן, סך הכל קוקט מען אויף די לעק פון עווידענס. מען האט א פארמאכטע קעסטל וואס לפי די שטארקע גלויבונג פון די אטעאיסטן איז די קעצל טויט.. נו גאט קען אין א רגע צושטעלן די ריכטיגע עווידענס אז די אבזערוואציע זאל זיך טוישן. אדרבה.. זאל ער אונז עפענען די קעסטל.

בערך אזוי ווי די אבזערווירער וואס האבן געעפנט די קעסטל און געטראפן א טויטע קאץ כאפן זיך אז זייערע גלעזער האט זיי פשוט פאר'נער'ט און אויב טוט מען אהן גוטע גלעזער זעט מען אז עס לעבט יא. פארוואס איז דאס אזוי רחוק מן המציאות אז א כל יכול זאל דאס נישט קענען טון?
דאס וואס ליגט אין קעסטל איז לאו דוקא דער נס בעצמו, נאר די גייסט/געוויסן state of mind פון וויאזוי די יקום ארבעט. אויב איז ניסים פארן מענטש באמת עפעס וואס לייגט זיך אויפן שכל - כאטש נישט זייער שכיח - ווי למשל, געווינען א לאטעריע, דאן איז דער קעסטל א פארמאכטער. אויב איז דער מענטש אדער די קאנצענזוס פון די גאנצע מענטשהייט גענוג סאפיסטיקירט צו כאפןַ/לעבן מיטן געדאנק אז די מעכאניזם פון די אוניווערס האט א סייענטיפישער הסבר אויףַ יעדן cause and effect, דאן איז דער קעסטל אן אפענער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:29 am
דורך שמן למאור
נאר בעסער צו פארשטיין וואס דו זאגסט.
דו קוקסט אויף די מענטשהייט בכלליות אדער אויף אינדיווידואלן?

איך בין דאך יא א מאמין, סאו ביי מיר איז די געדאנק פון ניסים נישט laughable, נו. איך זיך נישט אז גאט זאל זיך באווייזן אין טיימס סקווער, פאר מיר איז פונקט גענוג אז ער באווייזט זיך ביי אונז אין ביהמ"ד פאר אונז אידן וואס האבן בלויז ספיקות, אבער די געדאנק פון נסים בכלליות איז נישט אפגעפרעגט.

ועוד, אויב קוקט מען יא אויף די קאצענזוס פון די גאנצע מענטשהייט, און היינט איז עס ביי רוב עולם יא אפגעפרעגט, דאן ווערט מיר שווער אזוי. אמאל איז דאך יא געווען א מצב אז ניסים האבן געקענט פאסירן, אויב אזוי פארוואס האט נישט גאט זיכער געמאכט זיך צו באווייזן גענוג אפט אז עס זאל נישט ווער קיין מצב אז רוב קאנצענזוס קוקן עס אהן אוממעגליך. פארוואס האט ער געלאזט די קעסטל זיך עפענען? כל זה אכניס בשאלתי...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:34 am
דורך שמן למאור
און בכלל איז מיר שווער אויף דיין גאנצע הסבר, אויב איז די באשעפער א כל יכול, דאן קען ער נישט פארמאכן אן אפענע קעסטל אויך? איז אים שווערער צו פארמאכן א קעסטל ווי שפאלטן א ים סוף? וואס גייט אים אהן וואס די וועלט טראכט... איך רעד אפילו נישט פון דעם אז ער קען דאך טאקע באמת טוישן די מצב פונעם קעצל. דהיינו אפילו איינער עפנט די קעסטל און טרעפט א טויטע קאץ, קען דאך גאט מחיה מתים זיין די קעצל. דאס הייסט אז ער קען באמת טוישן די מציאות שוין נאכדעם וואס די קעסטל איז אפן, ער קען טוישן די ריאליטעט. כל שכן אז ער קען פשוט אויסקלארן אונזער state of mind וואס איז פשוט געבויט אויף א טעות. זאל ער זיך נאר באווייזן און מיר וועלן אלע גראד איינזען אז די קעסטל איז טאקע אפן נאר גאר אויפן פארקערטע ריכטונג... אז ער קען גאר יא אלעס טון.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 2:11 pm
דורך היסטאריע
איך פארשטיי נישט וואס דו ביסט מציע.
דו שלאגסט פאר אז דער אויבערשטער זאל דיר מאכן א נס?
ער האלט נישט דערביי.
דו ווילסט אז ער זאל מאכן דו זאלסט גלייבן?
ער וויל נישט. ער זאגט גלייב נאר אויב דו ווילסט. און איך וויל דא זאלסט וועלען.

דער פאעזיע רעדט נאר כלפי דער אנגענומענער אויסרייד, אז היינט זענען נישט דא קיין נסים ווייל דעמאלטס וועט בטל ווערען די בחירה.
אבער דער תירוץ איז נישט דער אמת.
דער אמת איז, סיי דעמאלס, סיי היינט זענען דא נסים.

די אידן דעמאלס האבן געזעהן די נסים און געגלייבט. אבער נישט אלע. עס איז געוועהן דעמאלס אזעלכע וואס האבן נישט. און אזוי איז היינט.

עס איז דא א פיוט ערגעץ איה נסיך וואס גייט אויך דער מהלך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 10:25 pm
דורך פרייוויליג
אוי מיין קינד לאמיר זיך אויסשמועסן,
לאמיך דיין הארץ מיט געפילן איבערפליסן,

אוי מיין טייער קינד איך שפיר דיין קרעכטץ, איך הער דיין אוי,
אבער כי לא אראנו האדם וחי,

מיין תנ"ך איז טאקע פיל מיט נסים גלויים,
צען מכות האב איך געשטראפט די מצרים,

די אידן צו מיך געשריגן אצבע אלקים הוא,
מיט די אייגענע אויגן מיר געזען, זיי האבן נישט געפרעגט וואו,

שפעטער אין דעם גלות פון ישראל בעל שם טוב,
אפילו עס איז געווען א קליין ביסל אידן קעגן דעם רוב,

האבן זיי מיך געזען מיט די אייגענע אויגן,
זיי האבן נישט געדארפט צו קומען צו אלעקסיי-מעשיות איבער פעלדער
וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן,

אפילו אין די פינסטערע אמעריקע וואו דו ביסט,
ווען אפיקורסים שרייען אז גלייבן אין זיי דו מוזט,

לא אעשה אות ומופת בכל דור לעיני כל כופר ורשע,
איך דארף נישט דיבאנקן יעדן יוטוב דרשה,

יעדן טאג אין דיין לעבן באווייז איך מיך פונדאסניי,
איך ווייז דאס פאר דיך איך ווייז עס אויך פאר זיי,

ווער דארף מעשיות פון א שטעקן וואס איז געווארן א שלאנג,
ווען פון דיין פאון, א שטיק פלעסטיק, שפייט ארויס מוזיק אין געזאנג,

איך בין מיט דיך איבעראל נישט נאר אפאר טעג,
בעט מיך, וועל איך דיך ווייזן די ריכטיגן וועג.

מענטשן היינט פארשטיי איך זענען שוין מער ערוואקסן,
זיי זענען שוין נישט קינדער וואס מאכן פאקסן,

ווי @מי אני האט ציטירט דר. מיכאל אברהם,
ליין זיין תגובה, דאס ברענט אויס אלע חטאים,

נסים זענען נישט מעלה ומוריד,
איך האב עס געוויזן ווען די וועלט איז געווען יונג אינעם מוליד,

בזמן בית ראשון האבן אידן אויך געזינדיגט, אין זייער ג-ט, דער בעל הבירה,
אפילו ווען איך האב געוויזן נסים איז נאכאלס פארבליבן א בחירה,

דיין אייגענע קשיות, דיין אייגענע תגובה,
זאגט דאך אלעס, שאלת חכם חצי תשובה,

א פסל מיכה דארטן ביים שפאלט,
אן עגל פון גאלד נאכן מעמד הר סיני באלד,

צו שלמה המלך האביך זיך באוויזן נישט איינמאל נאר צוויי,
און דאך צו ע"ז האבן זיי זיך געגעבן א דריי,

אפילו איך טו מיך צו דיך אלץ באווייזן,
דאך זעסטו אז מיין אנוועזעהייט האט דיך געגעבן א מקום צו גרייזן,

פארוואס צו אברהם אבינו האב איך מיך די ערשטע אנטפלעקט,
ווייל ער האט מיך געזוכט, האט ער מיך די ערשטע אנדעקט,

אויב פארלאזטו מיך, וועל איך דיך שיקן צו שרייען אל האלהים אשר בחרתם,
אט די זעלבע ג-ט המה יושיעו לכם בעת צרתכם,

אז דו וועסט מיך זוכן,
וועסטו מיך טרעפן, איך בין דא, די זעלבע נאמען אין וועמען די כהנים טוען דוכן.



נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 2:54 am
דורך שמן למאור
אוי גאטעניו איך האף אז איך בין דיך נישט מטריח,
אזוי שנעל געשיקט אן אנטווארט דורך א פרייוויליגן שליח.

פארן זיך וויסנדיג מאכן פון מיר איך פריי מיך,
אבער זיך ווייטער אויסשמועסן איך וויל פארשטייט זיך.

מיינע געפילן זיי טוען ווייטער רוישיג פליסן,
איך פיל נישט ווי פון קיין רוה זיי טוען געניסן.

די מעלה פון יודע מחשבות איז דאך ביי דיר פארהאנען,
פארוואס מיין טענה האסטו נישט ריכטיג פארשטאנען.

אמאל מיט ניסים נישט געווען קיין פראבלעם,
פארוואס זיך אפשטעלן, וואס האבן אונז פון דעם.

לא אעשה אות ומופת שרייסטו מיט פאטאס,
דו ווילסט מער כופרים? דאס איז די פרייז.

די טענה אז דו באווייזט זיך היינט האב איך אסאך געהערט,
אבער ליידער פאר מיר איז עס נאכנישט באשערט.

איך דארף יעצט באשליסן איינס פון צוויי,
אדער ביסטו דא, אדער דמיונ'ען זיי.

פון אפאר קא-אינצידענטן באשלאסן א נס,
אזא גלויביגער איך בין נישט, איי געס.

מיט פאלשע מופתים פון א פלעסטיק פאון ער דרייט א קאפ,
אז עס האט א גלאטן הסבר דאן פארשטייען מיר יעדן טראפ.

באלד וועט ער נאך פון בעקסי ארויסדרינגען א גאט,
ווען באמת אין ווארהייט א גלאטע חילוק עס האט.

דר. מיכאל אן אפאלאגיסט טאקע א שיינע,
אבער זיינע תירוצים קלעבן נישט אויפן הערצעלע מיינע.

קינדעריש זענען אונז שוין טאקע היינט מער נישט,
מיר גייען שוין מיט שכל און לאגיק מיר ווערן נישט צעמישט.

טאקע וועגן דעם די אפיקורסים זיי וואקסן גאר געשווינד,
אויב איז ער נישט צום געפינען דאן פארוואס גלייבן ווי א קינד.

אודאי אמאל די ניסים נישט געטוישט די בחירה,
די ציל איז דאך טאקע נאר צו ווייזן אז יש מנהיג לבירה.

עס דארף טאקע נישט אויף די מעשים זיין מעלה ומוריד.
נאר געבן די קלארקייט אזוי ווי אין די וועלט ביים מוליד.

איך בעט דיך נישט זיך צו באווייזן, כדי מיינע תאוות צו אנולירן,
איך וויל בלויז באמת גלייבן אין דיר, איך וויל שטארק פראבירן.

פארוואס טאקע זיך נאר דאן צו אברהם אנטפלעקט,
איך זוך דיך אויך, כ'האב דיר נאכנישט אנטדעקט.

איך ווייס פון דעם כי לא יראני האדם וחי,
אבער דאך ביים בארג און ביים ים יא געווען בערך אזוי.

טאטע וואס בעט איך שוין פון דיר,
ביטע דיין ליכטיגקייט באווייז שוין צו מיר.