בלאט 1 פון 1

אידישקייט אויסגאבע

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 11:30 pm
דורך אייגענארטיג
איך ווייס נישט ווילאנג דעי אויסגאבע גייט שוין אן, אבער איך האב עס לעצטענס אנגעהויבן צו זען.

ער טרעפט עולות ביי כלל ישראל און לייגט עס ארויף אויף פאפיר און צישמירט עס גוט און מאכט א גאר פיינע זשאב דערמיט אויך.

איז אזוי, איך גלייך זיין פעדער זייער שטארק עס גוסט זיך זייער סמאאד אלע עבירות געמאלטעד און געפאקט פינקטליך וויזוי ער וויל דאס האבן.
די שאלה וואס איך האב צו הרב הכותב איז דאס, אויב ער האט יא א געלונגענע פענע קען ער מזכה זיין דעם ציבור דא אונעם שטיבל אדער ערגעץ אנדערש. וואס פעלט אויס צו גיסן פעך אויף כלל ישראל...

אדרבה ילמדינו חבירינו וואס ער וויל דא אקאמפליזשען ?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 11:37 pm
דורך קאצקע ציקער
זייער סימפל ער איז א גיטע שרייבער וואס באקימט באצאלט וואס צו שרייבן פרעג נישט אויפן שרייבער פרעג פון די צאלער וואס ער וויל!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2022 11:50 pm
דורך אייגענארטיג
קאצקע ציקער האט געשריבן:זייער סימפל ער איז א גיטע שרייבער וואס באקימט באצאלט וואס צו שרייבן פרעג נישט אויפן שרייבער פרעג פון די צאלער וואס ער וויל!
די שאלה איז פאר ביידע פון זיי...

צום צאלער: וואס ווילסטו ? די גייסט נישט טוישן די וועלט, גרעסער פון דיר האבן געטרייט. אלע תקנות וואס ממאכט האבן אן עקספיירעישאן דעיט- גיוואנדן לויט די לחץ וואס מלייגט דערויף.
סאטמער-ארונים - ווילאמסבורג האבן 'געהאט' די שטערקסטע בר מצוה תקנות. ממש יעדער ארעם צו רייך, שלעפער אדער נגיד, יא הנהלה פון עפעס אדער נישט הנהלה. יעדער יעדער האט בר מצוה געמאכט ווען זיי האבן געהייסן און אין די זאל ווי זיי האבן באשטעלט. נאך 5-6 יאר איז דעס אויך און די rear view mirror.
לאז אפ!

צום שרייבער: יא יא געלט איז פיין, אבער ווילסטו זיין דער שרייבער פון א פלענע פארשקעוויל ?!?!? וואס גייט ממילא אינערגעץ נישט ?

Re: אידישקייט אויסגאבע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 3:54 am
דורך צוזאמגעדרייט
קיינמאל געהערט פון דעם, איינער האט א לינק אדער פּ.ד.פ.?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 2:07 pm
דורך מרדכי מרדכי
ראשית כל איז עס נישט אן אויסגאבע נאר א פאשקעוויל, אדער אין בעסטן פאל א שיינע גליון.
איך האב געליינט אלע פון זיי.
אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 6:14 pm
דורך מתבודד
מרדכי מרדכי האט געשריבן: אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324
אינטרעסאנט די ערשטע מגיב דארט איז פון א ניק ''אייגנארטיג''.
@אייגענארטיג, האט עפעס מיט דיר? אפשר א קאזין? אדער א פלעינע קא-אינסידענס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז א גוטע שרייבער, און ער וויל שרייבן וואס ער וויל/באקומט באצאלט פאר, און לענ״ד האט ער אלע רעכטן דערצו, אויב דו האסט א פראבלעם מיט וואס ער שרייבט, וועגן דעם האבן אונז דא אזא שיינע שטיבל און די קענסט שרייבן דיין מיינונג בנוגע די נושא, איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס איז דיין פראבלעהם מיט איהם.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 12:12 pm
דורך מרדכי מרדכי
מתבודד האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן: אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324
אינטרעסאנט די ערשטע מגיב דארט איז פון א ניק ''אייגנארטיג''.
@אייגענארטיג, האט עפעס מיט דיר? אפשר א קאזין? אדער א פלעינע קא-אינסידענס?
פארוואס זאל ער עפעס האבן מיט מיר?
סיי איך און סיי ער באהאלטן זיך אינטער ניקס סאו ער קען אפילו זיין מיין ברודער אבער איך קען נישט וויסן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:11 am
דורך אייגענארטיג
מתבודד האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן: אויף אייוועלט איז דא א לאנגע אשכול איבער דעם.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=48324
אינטרעסאנט די ערשטע מגיב דארט איז פון א ניק ''אייגנארטיג''.
@אייגענארטיג, האט עפעס מיט דיר? אפשר א קאזין? אדער א פלעינע קא-אינסידענס?
נישט איך... איך האב נישט דארט קיין ניק :roll:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 1:14 am
דורך אייגענארטיג
עמקות המחשבה האט געשריבן:ער איז א גוטע שרייבער, און ער וויל שרייבן וואס ער וויל/באקומט באצאלט פאר, און לענ״ד האט ער אלע רעכטן דערצו, אויב דו האסט א פראבלעם מיט וואס ער שרייבט, וועגן דעם האבן אונז דא אזא שיינע שטיבל און די קענסט שרייבן דיין מיינונג בנוגע די נושא, איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס איז דיין פראבלעהם מיט איהם.
איך האב נישט קיין פראבלעם אז ער געט ארויס פאפירן/פאשקאווילן אא"וו. פארוואס אבער זיכן סתם אזוי אינטערצוהאקן כלל ישראל ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 12:02 am
דורך צוקיקער
האט עס עפעס מיט קעפעטש פין מאנסי?

Re: אידישקייט אויסגאבע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 7:00 am
דורך אלבערט איינשטיין
צוקיקער האט געשריבן:האט עס עפעס מיט קעפעטש פין מאנסי?
אויף אייוועלט שפעקעלירט מען אז עס איז קעפעטש.

אפילו עס איז נישט קעפעשט איז די שרייבער זיכער א פיגור וואס פארופט זיך אלץ געשמאקע מענטש מיט א ברייטע בארד פירט קופקעס אין די קאווע שטיבל פאר צוויי שעה און דאווענט מיט די צוועלף אזייגער מנין, און קומט אייביג אן צו יעדע חתונה ביי די מצוה טאנץ שפעט ביינאכט צו געבן מזל טוב פאר די מחותן
ווען ער גיבט א היטש פאר א בחור פארהערט ער איהם די תוספות פאר א זשאוק

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 4:08 pm
דורך משה זעקעל
זיי דארפן פלען טוישן זייער נאמען פון אידישקייט גיליון צו טאליבאן גיליון אין אלעס שטימט

נשלח: מוצ"ש מאי 06, 2023 11:21 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
נוח האט געשריבן:ס'איז מיר אונטערגעקומען דעם נייעם גליון פון 'אידישקייט' וואס דער גאנצער גליון איז געווידמעט צו וויינען און האקן אז מיר מישן אריין ענגליש אין אונזער אידיש.

איז מיר געווען קאמיש אז די סאמע ערשטע ווערטער פון דעם סאמע ערשטן ארטיקל אינעם גליון איז "די קרימיע פענינצעלע", אנשטאט דעם אידישן ווארט "האלב-אינזל", און הפנים דער אמעראצישער שרייבער ווייסט נישט אז "קרימיע" איז א היסטארישע אידישע שטאט און הייסט "קרים" אויף אידיש.
להוי ידוע אז די באבע פונעם שרייבער פון דעם גליון האט ניטאמאל געקענט אידיש זי האט קומיונעקירט אויף ריין אונגאריש, און צומאל אויף ענגליש מיטן אונגארישען אקצענט...

נשלח: מוצ"ש מאי 06, 2023 11:29 pm
דורך הקטן
נוח האט געשריבן:ס'איז מיר אונטערגעקומען דעם נייעם גליון פון 'אידישקייט' וואס דער גאנצער גליון איז געווידמעט צו וויינען און האקן אז מיר מישן אריין ענגליש אין אונזער אידיש.
איך געדענק נישט זעהן דאס דאס זאל זיין זיין מען אישא. דו יא?
בכלל לאכט ער מער וואו ער וויינט

נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 12:19 am
דורך הקטן
נוח האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
נוח האט געשריבן:ס'איז מיר אונטערגעקומען דעם נייעם גליון פון 'אידישקייט' וואס דער גאנצער גליון איז געווידמעט צו וויינען און האקן אז מיר מישן אריין ענגליש אין אונזער אידיש.
איך געדענק נישט זעהן דאס דאס זאל זיין זיין מען אישא. דו יא?
באשולדיגסט מיר אין זאגן ליגנט?
סארי, איך האב געמיסט די אויסגאבע-

איך האב געמיינט די שרייבסט דאס דאס איז זייער עגענדע און דזענערעל. און איך האב בכלל נישט געדענקט זיי זאלן מאכן פין דעם אן עסק