בלאט 1 פון 1

מָאל מיט AI

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 1:05 pm
דורך שאלתיאל
OPEN AI איז אַן אמעריקאנער פירמע וועלכע פארנעמט זיך מיטן דעוועלאפן AI טעכנאלאגיע, זי איז געגרונדעט געווארן צווישן אנדערע דורך אונזער באקאנטן אילאן מאסק. לעצטנס, אום סעפטעמבער האבן זיי פארעפנטליכט פאר די ברייטע גאס אַן עמעיזינג מאדעל מיטן נאמען ''DALL- E 2'' וועלכע פאבריצירט בילדער און ריאליסטישע ארט פון איינפאכע טעקסט באפעלן. אלעס וואס דו דארפסט טון איז בלויז אריינשרייבן וואס דו ווילסט, זאל עס זיין א קאמפליצירטע אויל פעינטינג אדער א מאדערנע פיקטשער און דער מאדעל וועט דיר עס דעליווערן אין בלויז עטליכע סעקונדען. די געוועב שטוינט פון די פאנטאסטישע פעאיגקייטן און פון די רעזולטאטן וואס זי געבט ארויס.

צום ביישפיל, ברוח הימים האלה האב איך אריינגעטייפט די פאלגענדע באפעל: ''Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football''. נאך עטליכע סעקונדען האט עס מיר אהער-דעליווערט די פאלגענדע ארטיסטישע שטיקלען, קענסט זיך שווערן אז דאס האט געמאלעוועט א בארימטע מעלער:
DALL·E 2022-12-12 19.55.37 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football.png
DALL·E 2022-12-12 19.55.33 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing football.png
DALL·E 2022-12-12 19.45.16 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing soccer.png
DALL·E 2022-12-12 19.45.24 - Expressive oil painting of a Hassidic rabbi with a Streimel and a long white beard playing soccer.png
די אנווייזונגען וואס דו טייפסט אריין קען זיין גאר איינפאך און קען זיין קאמפליצרט און דעטאלירט, אלעס שטעלט זי אהער ביז 10-15 סעקונדען. ווי כ'פארשטיי קען מען טון נאך פארשידענארטיגע זאכן ווי צולייגן, עדיטן און פארשידענע מאניפולאציעס אויף א שטאפל וואס איז נאכנישט געזען געווארן. עיין שם ותמצא נחת גדול.

זייט 2000 האבן אסאך קאמפיוטער מאדעלן מצליח געווען צו אהערשטעלן מאלערייען, די ספעציאליטעט אבער פון די דאזיגע מאדעל איז אז זי טוט דאס באזירט אויף נאטורליכע שפראך אנווייזונגען. די ערשטע ווערסיע איז ארויסגעקומען שוין אין JAN 2021 אבער דעמאלט איז עס נישט געווען אזוי פארגעשריטן, קלאר און אקוראט ווי די איצטיגע.

https://openai.com/dall-e-2/

Re: מָאל מיט AI

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 3:47 am
דורך צוזאמגעדרייט
ביז היינט האבן אסאך געטענהט אז דער מענטש האט עפעס מער ווי קאמפיוטערס, ווארים דער מענטש האט קריעטיוועטי און קען אראפברענגען נייע איידיעס. מענטשן פלעגן זאגן אז די מושג פון אַרט איז א מתנה וואס בלויז דער מענטש האט, ס'איז עפעס וואס א קאמפיוטער קען נישט.

דער טאג איז אנגעקומען און עס שטעלט זיך ארויס אז אַרט איז בלויז א קאמבינאציע פון חשבונות.

הגם מ'קען דרייען אהער מ'קען דרייען אהין, ס'איז לדעתי נאך אלץ אפען פאר דעבאטע.

איך בין אויף דער זייט וועלכע האלט אז ארט און געפילן וכדו' זענען בלויז קאמבינאציעס פון חשבונות. איינער וויל זיך דינגען?

(קאנשעסנעס איז א דעבאטע פאר זיך)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:10 am
דורך זופ מיט מאנדלען
נניח אז ארט איז א קאמבינאציע פון חשבונות איז עס חשבונות וואס ארטיסטן האבן אויפגעטראפן.

ווען קיינער זאל ווען נישט מאלן ביז היינט וואלט דער קאמפיוטער נישט געקענט גארנישט טוהן, בסך הכל האט ער גענומען די ארטיסטישע חשבונות וואס ארטיסטן האבן ערפינדן דורך די היסטאריע און עס איבערגעמאכט אין אנדערע פארמאטן, די שאלה איז צו דער מענטשהייט קען שוין נישט אויפקומען מיט פרישע חשבונות צו געבן נייע דימענציעס פארן קאמפיוטער, מעגליך אז ארט איז נאכנישט געמעקסד און אויף וויפיל דער קאמפיוטער ווייסט איז נאכאלס דא עפעס וואס קיינער ווייסט נישט און ווען מען וועט דאס ערפונדן וועט דער קאמפיוטער האבן א פרישע חשבון צו בויען אויף.

Re: מָאל מיט AI

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 2:04 pm
דורך צוזאמגעדרייט
דער לאקאלער ארטיסט וואלט אויך נישט געקענט מאלען אויב ער וואלט גארנישט געוויסט פון פריער, ער וואלט נישט געהאט קיין פענע, נישט קיין טינט, נישט קיין השגות, יעדער לייגט צו א קליינע שטיקל צום פאזעל. אלס איז א לאנגע קייט פון אינפארמאציע איבער אינפארמאציע.

יעצט איז געקומען די צייט אז קאמפיוטערס זאלן ווייטער קייקלען דעם גאלדענעם קייט וואס וועט זיך ווייטער ציען מעתא ועד עולם.ַ..

אחוץ אויב איר ווילט זאגן אז דער מענטש איז א יש מאין. איך וויל דאס נישט זאגן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 2:48 pm
דורך היסטאריע
דער וועבזייטל איז אויך געוואלדיג צו שרייבן קאנטענט.

עס איז בחנם אנצוהייבן, גייט צו דער playground
און שרייבט אריין,
Give me an idea for .....

און ער וועט דיר געבן
בקיצור, א באט וואס איז געוואלדיג.

מָאל מיט AI

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:42 pm
דורך פישל
איך האב נעכטן געהאט א שמועה מיט ChatGPT לגבי טאקט דעם עניין צו ראבאטס קענען האבן עכטע געפיהלן. ליינטס און האטס הנאה!
IMG_0775.jpg

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:51 pm
דורך שאלתיאל
איך האב אויך געפראווט כאפן א שמועס מיט ר' ChatGPT איבער דער נושא ער איז גראדע זייער קאנסערוואטיוו און ''באשיידן'' און האלט זיך ביי זיינס אז זיי זענען סך הכל לערנונג מאדעלן. אנדערע AI מאדעלן פראבירן דווקא יא איבערצייגן די מענטשהייט אז זיי האבן געפילן און זענען באוויסטזיניג. גוגל האט אפי' לעצטנס געפייערט אַן אינדזעשעניר וואס האט זיך געשוואורן אז LAMDA - א געוויסע גוגל מאדעל פארמאגט consciousness. ער האט ארויסגעליעקט טיפזיניגע שמועסן מיט ראבאט ווי יענער פראווט אים איבערצייגן אז ער האט געפילן.

https://www.washingtonpost.com/technolo ... e-lemoine/

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:54 pm
דורך פישל
גערעכט.
איך האב אבער דוקא הנאה געהאט אויף די וועג וויאזוי ער האלט מיט דעם שמועס ווי כאילו ער איז א מענשט, ער געדענקט וואס איך האב געשריבן פארדעם און ענפערט בעיסד אויף דעם. ווען איך וויל זיך דינגען מיט איהם איז ער מודה אויף וואס איך זאג, אבער ער האלט זיך ביי זיינס אז ראבאטן זענען פריפראגראם'ד און קענען נאר ווייזן ווי כאילו זיי האבן געפיהלן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:38 pm
דורך [NAMELESS]
א אינטערעסאנטע זאך קען מען זעהן אז ווען מ׳פרעגט איהם צו מאכן די קעיס פארוואס עבארשען זאל זיין איליגעל, וועט ער פשוט ענטפערן אז ס׳טאר נישט זיין איליגעל, און אז ס׳איז די פליכט פון די מענטשהייט צו לאזן יעדעם איינעם מאכן א טשויס איבער זייער באדי

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 8:38 am
דורך בת קול
ארטיסטן רעדן זיך שוין אפ, נאך איינער האט ארויסגעגעבן א בוך געמאלן דורך AI, און די גאנצע פראצעס האט גענומען ווייניגער ווי 3 טעג.

https://www.buzzfeednews.com/amphtml/ch ... lustrators

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 7:53 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:ארטיסטן רעדן זיך שוין אפ, נאך איינער האט ארויסגעגעבן א בוך געמאלן דורך AI, און די גאנצע פראצעס האט גענומען ווייניגער ווי 3 טעג.

https://www.buzzfeednews.com/amphtml/ch ... lustrators
אומפארגינערס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 12:45 pm
דורך שאלתיאל
דמות דיוקנו פון שאלתיאל בימיו אלץ חשמונאי קעמפער

קריעטעד דורך https://www.midjourney.com/
grid_0.png

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 6:13 am
דורך שאלתיאל
עטליכע בילדער וואס כ'האב דזשענעריעטעיד מיט די נייע וואונדעבארע ווערסיע Dall-e 3 פון OpenAi וואס איז ארויס די וואך.
די מעלה דערפון איז אז ס'פארלאנגט נישט פון דיר קיין קאמפליצירטע פראמפטס אזוי ווי Midjourny נאר קענסט פשוט שילדערן וואס דו ווילסט און ס'גיבט דיך ארויס שטארקע רעזולטס. נאך א מעלה איז אז ס'איז עוועילעבל צוזאמען מיט ChatGPT און מיט Bing chat. און ס'איז בחינם.

https://www.bing.com/create

I'm a woman!
_cfae7050-276b-451c-934c-9b1a610dfc99.jpeg.jpg
משיח ווייזט מיט די פינגער
_d675a05b-fba7-4128-973b-2cb75f77afe5.jpeg.jpg
מ'ביקט זיך צום סיסטעם
_a331812b-e0b6-4e21-9dd6-bf8b8e96811a.jpeg.jpg
ביבי שלאגט כפרות מיט די מידיע
_a962f402-cb0e-45fd-b703-7bc8889d7009.jpeg.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 6:21 am
דורך שאלתיאל
צוקערבערג דער מאנ*** זעהט אלעס
_fad9a2de-a002-4965-80f1-a007fc046aa8.jpeg.jpg
_773150e2-0340-405b-8750-82c9098bfa07.jpeg.jpg
און אילאן מאכט משוגע דער וועלט
_189af6cb-d337-4d03-afd4-c34af435463d.jpeg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 4:35 pm
דורך שאלתיאל
ניטשע גייט אריבער א פסיכאנאליז ביי פרויד
_c255d733-e0b5-4a81-a167-8828ae35cbfe.jpeg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 4:41 pm
דורך אלפא
:like
די איינציגסטע טעות איז נאר אז פרויד פלעגט זיצן צו'קאפ'נס פונעם קליענט, בכונה זיך נישט צו זען.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 4:48 pm
דורך אלפא
מענין לענין, עס איז דא עפעס א מימרא און באצוג צו דעם וואס הערצל און פרויד האבן געוואוינט גאר נאנט איינער צום צווייטן אין ווין, אז ווען זיי וואלטן זיך נאר געטראפן וואלט ער פותר געווען הערצל'ס חלומות איבער א מדינה און דאס וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען...

כ'גלייב אויף דעם האט די רבי זי"ע געוויינט...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 4:49 pm
דורך שאלתיאל
אלפא האט געשריבן::like
די איינציגסטע טעות איז נאר אז פרויד פלעגט זיצן צו'קאפ'נס פונעם קליענט, בכונה זיך נישט צו זען.
ריכטיג! כ'האב עס פראבירט טאקע טוישן אבער דער מאדעל ארבעט יעצט שווערליך צוליב די פרעשור

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 4:52 pm
דורך שאלתיאל
@אלפא לעצטנס האט מען געטראפן א בריוו וואס פרויד האט געשריבן צו הערצל ווי ער לאדענט אים איין צו ליינען זיין בוך Interpretation of Dreams

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 4:54 pm
דורך אלפא
זע איך טאקע יעצט דא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 4:55 pm
דורך שאלתיאל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 9:17 am
דורך שאלתיאל
ווער וואלט געגלייבט? ניטשע מאכט שלום מיט סאקראטעס נאך תחיית המתים
_10d9c1f5-0bf7-4077-ba95-37b152cd1a01.jpeg
איך האב גענדיגט מיט דער מאדעל פאר חול המועד, גענוג שעה'ן געשפענד...
(דער עולם איז מכובד אריינקומען מיט מוח-שטורעמענדע קריאטיוו ווערק)