בלאט 1 פון 1
מהר''א מסאטמאר וועט זיך באטייליגן ביי מהרי''י כ''א כסליו?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 10:21 am
דורך מיליאנער
אין א צייכן אז די לאנגיעריגע סאטמארע מחלוקת קומט צו א ענדע וועט זיך כ''ק אדמו''ר מהר''א שליטא באטייליגן ביי די כ''א כסליו מעמד פון מהרי''י שליט''א.
אט איז די העדליין פון דער איד:

- הגה''ק
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 1:37 pm
דורך [NAMELESS]
ברויכסט מסביר זיין ווייל דער עולם כאפט נישט,
מהר"א איז א גאון און א קדוש ממילא רופט מען אים הגה"ק, משא"כ מהרי"י וואס איז נישט קיין קדוש, ממילא איז זייער פאני פארוואס דער איד שרייבט הגה"ק אויף מהרי"י,
למשל ר' מענדעלע אחי"ם איז א קדוש און א טהור, פארדעם רופט מען אים הקוה"ט,
דער איד קוקט עפעס אויס ווי דער בלאט זאל פלוצלינג שרייבן אויף מהר"א הקוה"ט, מאכט עפעס נישט קיין סענס דעי פאלשע טיטלען אין א צייטונג.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 4:51 pm
דורך signout
דער איד פלעגט שרייבן אויף מהרז''ל מגן חינוך הטהור און ראש גולת אריאל, אין דער בלאט פלעגט שרייבן אויף מהר''א הגה''ק אזווי מ'פלעגט שרייבן אויפן ברך משה, זעהט אויס אז די מערכת בצל תומר האט אפגעמאכט אז די סוקסעס פין מהר''א איז ווייל מ'שרייבט אויף אים הגה''ק.... ווער ווייסט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:18 pm
דורך מר. קלונימוס
נישט זיכער מהאט געשריבן אויפן ב''מ הגה''ק אין די יארגאנג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 5:57 pm
דורך signout
מר. קלונימוס האט געשריבן:נישט זיכער מהאט געשריבן אויפן ב''מ הגה''ק אין די יארגאנג
ס'האט מיט די עיזש? ווען מ'האט אנגעהויבן צו שרייבן אויף מהר''א איז ער נישט געווען קיין סאך אינגער ווי מהרז''ל איז יעצט,
אגב, ביי וועלכע עיזש ווערט מען ראש גולת אריאל?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 6:19 pm
דורך דאס איז נישט מיך
פאסט נישט פאר די ארוינים זיך ארויף צי כאפן אויף אזא נארישקייט
אויב איז דאס די פראבלעם פון די זאליס שטייען זיי זייער שיין
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:15 pm
דורך מיליאנער
קיינער כאפט זיך נישט ארויף, פאר א סיבה איז עס אין 'א שמייכל' פארום. די ארוינים לאכן פשוט א גוטס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:23 pm
דורך חב''ד הויזן
זאגט מיר איינער אז די מצב ביי מהרי''י איז געווען גאר קריטיש, האט מען געדארפט צולייגן א נאמען כנהוג.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
ווער זאגט אז ס'איז נאר דא איין הגה"ק?! אפילו ווען מ'זאלל פאר אונזערע צדיקים געבן א נאמען חד בדרא, וואלט מען אויך געקענט זאגן אז ס'איז דא מער ווי איין חד בדרא...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז מסתבר צו זאגן, אויב רבנים און גאונים וקדושים מעדת סאטמאר קומען קלאטשען לכבודם פון מהר"א און מהרי"י איז דאך א דבר פשוט אז די רבי'ס דארפן אוודאי באקומען דער טיטול הגאון הקדוש.
באמת א טאג ווי היינט פארוואס דארף מען רעדן וועגן די אחים הקדושים לבית סאטמאר, עס איז דאך היינט זייער'ס א נאכט. שטייענדיג ביום שמחתם ווען רבבות אלפי ישראל תלמידי וחסידי מהר"י מסאטמאר זצ"ל וועלען דאס יאר נאכאמאל קומען זוך אויפשטעלן און קלאטשן מיט גרויס שמחה ביים ערשיינונג פון זיינע 2 יורשים, אייניקלעך פונעם רבין'ס ברודער - די בעל עצי חיים מסיגוט זצ"ל !!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
וועט מהר"א שוין קענען זאגן היינט נאכט, אז אינז זעמיר געווען די ערשטע וואס האבן זיך גערופן הגה"ק, ביי די יערליכע "אינז זעמיר געווען די ערשטע" דרשה