בלאט 1 פון 1
אנקעטע איבער חסידיש אידיש
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 7:42 am
דורך לאשיצער
א קאלעגע מיינע אין דייטשלאנד,
ד"ר לאה שעפער (א פארשער פון די אידישע דיאלעקטן), וויל פארשטיין די היינטיגע אידישע שפראך (בפרט איר גראמאטישע סטרוקטור) און האט דעריבער צאמגעשטעלט אן אנקעטע מיט פראגעס. אין דער אנקעטע דארף מען איבערזעצן זאצן פון ענגליש (/עברית) אויף אידיש. זי האט ביי מיר געבעטן איך זאל דאס מיטטיילן דא מיט די חשוב'ע חברי השטיבל:
https://www.soscisurvey.de/yiddish-haynt
אויב האט איר צייט און געדולד ביטע פילט אויס די אנקעטע.
אויב האט איר פראגעס דערוועגן שרייבט מיר באזונדער און איך וועל זיין דער פארמיטלער מיט ד"ר שעפער.
ש'כח און א פרייליכן חנוכה!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 5:59 pm
דורך חמלה גדולה
Done, but the English and Hebrew don't match in a lot of places
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 6:17 pm
דורך [NAMELESS]
די עברית איז א חורבן נורא, עס טוישט אפטמאל די משמעות פונעם פראגע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 6:45 pm
דורך berlbalaguleh
שוין...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 12:07 am
דורך שמעון וואלף
יהורם האט געשריבן:די עברית איז א חורבן נורא, עס טוישט אפטמאל די משמעות פונעם פראגע.
איך האב פראבירט און ביים ערשטע פראגע זיך אנגעשטויסן אין די פראבלעם.
he slept in a small bed
הוא ישן במיטה הקטנה
די ענגלישע וואלט איך איבערגעטייטשט: ער איז געשלאפן אין
א קליינע בעט.
די עיברית'ישע: ער איז געשלאפן אין
די קליינע בעט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 9:30 am
דורך לאשיצער
די פראגעס פון דער אנקעטע האט ד"ר שעפער גע'ירשנ'ט פון א פריערדיגן פראיעקט, וואס אנדערע לינגוויסטן האבן דורכגעפירט מיט א 60-50 יאר צוריק. כדי זי זאל קענען פארגלייכן די ענטפערס האט זי נישט געטוישט די פראגעס. (אזוי האט זי מיר געגעבן צו פארשטיין ווען איך האב איר געשיקט אייערע רעאקציעס.) ש'כח!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 1:18 pm
דורך גליקלעך
גייט ערגעץ ווערן געפאבלישט די ריזאלטס? און די חילוק פון זעכציג יאר צוריק?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 2:01 pm
דורך קורקלענד
זייער אסאך אידישע ווערטער ווערן היינט געזאגט אנדערש ווי ווען מען שרייבט. וואס קען גורם זיין אז די אנקעטע זאל זיין אפגעריקט פון די מציאות. איינער פון די פיר מאל אין די אנקעטע וואס איך האב דאס געזען איז געווען מיט די ווארט הינט, וואס רוב עולם זאגט היינט מערסטנס דאגי אבער וועט אייביג שרייבן הינט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:47 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: פונקט אויף דעם ווארט זענען דא מערערע וועגן פון ספעללינג.
1) הינט. היינטיג אידיש. אדער לשון רבים.
2)הונט. מער ליטוויש/אידיש
3). יעקיש. אידיש-דייטש. הונד
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 1:22 am
דורך שמעון וואלף
קורקלענד האט געשריבן:זייער אסאך אידישע ווערטער ווערן היינט געזאגט אנדערש ווי ווען מען שרייבט. וואס קען גורם זיין אז די אנקעטע זאל זיין אפגעריקט פון די מציאות. איינער פון די פיר מאל אין די אנקעטע וואס איך האב דאס געזען איז געווען מיט די ווארט הינט, וואס רוב עולם זאגט היינט מערסטנס דאגי אבער וועט אייביג שרייבן הינט.
וואס עפעס? קינדער זאגן דאגי אבער ערוואקסענע זאגט הינט אדער dog