בלאט 1 פון 3
חאנשי [TV SHOW]
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 11:31 am
דורך צוזאמגעדרייט
א מיידל פון אן ארטאדאקסישע פאמיליע אימעגרירט קיין ארץ ישראל. זי גייט אריבער אן אינטערעסאנטע טויש אין לעבן. איר טויש איז שטורעמיש און בארירנד.
חאנשי איז א tv show אין ענגליש אבער איז א גרויס חלק אין עברית.
https://t.me/zml6070
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:32 pm
דורך קהל'ס נער
מיין בעסטע טיווי שאw עווער.
די פראבלעים איז נאר אז עס האט זיך אנגעהויבען משיגע גיט און די עקספעקטעישענס זענען זייער הויעך, איך האב א שטיקל פילינג אז דער עולם גייט ווערן שווער פרוסטרירט אין די קימענדיגע פרקים לאמיר האפן אז איך בין wראנג.
Re: חאנשי [TV SHOW]
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:42 pm
דורך צוזאמגעדרייט
יא, ס'איז לדעתי א היט!
עס לויפט א קליין-ביסל אויף די ספעקטרום פון unorthodox, אבער פארשטייט זיך ס'איז אינגאנצן אנדערש. קודם כל עס איז נישט חסידים ( אויף דערווייל) ס'איז מער ליטווישע (מאדערענע?), און צווייטנס, עס שפילט זיך מער ווייניגער אפ אין ישראל.
אויך דעקט די שאו אסאך אסאך מער ווי unorthodox: עס ווייזט אויך די מזרחישע און אנדערע ישראל'שע קולטורן. ועוד, עס ברענגט שטארק ארויס די בליק וואס אמעריקאנע אידן האבן אויף ארץ ישראל.
-------
עס לויפט יעדן דאנערשטאג. היינט איז ארויס פרק 4.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 24, 2022 9:18 pm
דורך מרדכי מרדכי
די קריעיטאר פון די שאו, עליזה חנוביטש האט געהאט א אינטערוויו אויף די פאדקעסט "חוויית הדור כאהן"ווי זי רעדט פון איר סעריע, עס איז געבעיסט אויף איר לעבן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 10:45 am
דורך דערהויבענע איד
קען איינער עס ברענגען דא? איך קען נישט יעצט עפענען א טעלעגראם לינק
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 11:25 am
דורך nespresso
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:31 pm
דורך רימון
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:א מיידל פון אן ארטאדאקסישע פאמיליע אימעגרירט קיין ארץ ישראל. זי גייט אריבער אן אינטערעסאנטע טויש אין לעבן. איר טויש איז שטורעמיש און בארירנד.
חאנשי איז א tv show אין ענגליש אבער איז א גרויס חלק אין עברית.
https://t.me/zml6070
די לינק ארבעט נישט
וואו קען מען זען די נייע עפיזאדן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:37 pm
דורך שמן למאור
רימון האט געשריבן:צוזאמגעדרייט האט געשריבן:א מיידל פון אן ארטאדאקסישע פאמיליע אימעגרירט קיין ארץ ישראל. זי גייט אריבער אן אינטערעסאנטע טויש אין לעבן. איר טויש איז שטורעמיש און בארירנד.
חאנשי איז א tv show אין ענגליש אבער איז א גרויס חלק אין עברית.
https://t.me/zml6070
די לינק ארבעט נישט
וואו קען מען זען די נייע עפיזאדן?
יענע לינק איז שוין פארמאכט צוליב קאפירייט פארלעצונגען.
דא האסטו א נייע וואס ארבייט, (דערווייל)
https://t.me/mlz2035
אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די נארישסטע שאו וואס כ'האב געזעהן אין מיין לעבן, אויפגעהערט קוקן נאך די צווייטע עפיסאוד.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 5:42 pm
דורך רימון
איך בין מסכים, די שוי איז שוואכע מייסעס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 6:47 pm
דורך שמן למאור
אז מען זיכט שוין יא עפעס פון די סארט, איז לעצטנס ארויסגעקומען א ריאלעטי שוי "בנות ברק" וואס גייט דורך די לעבן פון פינעף חרדישע פרויען אין ארץ ישראל וואס גייען אנטקעגן די שטרוים.
איך האב נאר געזען די ערשטע עפיזאד, ס'נישט עפעס ווער ווייסט וואס, איך ווייס נישט צו עס ווערט ערגער אדער בעסער, אבער ס'איז כאטש א ריאלעטי שוי.
https://t.me/mlz3040
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 7:36 pm
דורך מתבודד
שמן למאור האט געשריבן:
אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.
יאפ. די שוי האט מיר אנגעפאנגען אריינברענגען פייגלעך אז אפשר איז מיין לעבן אויך גענוג אינטרעסאנט פאר א שוי, כ'מיין עפטער אלל האט מיין פאטער אויך געסטאפט מיין קארטל ווען כ'האב אנגעהויבן קויפן ציגארעטליך, שפעטער אין אר''י האב איך אויך געהאט מיינע צייטן... טאקע נישט אויסגעשריגן אין די גאסן מיינע תאוות אבער מצד שני בינעך געווען ביי פילע מתנחלים אין די שטחים, פארברענגט מיט זיי, גערייכערט מיט זיי און זיך געלערנט שיסן...
בקיצור, נעם ארויס די געשלעכטליכע חלקים און די שוי האט א קארגע פאר הונדערט views ....
נ.ב. דא טראג איך אן פאר @רביה''ק צו מאכן א שוי פון זיין לעבן מיין איך עס זייער ערנסט, ער האלט דאך שוין נאך צוואה און תחיית המתים... ס'איז זיכער אינטרעסאנט!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:22 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:אז מען זיכט שוין יא עפעס פון די סארט, איז לעצטנס ארויסגעקומען א ריאלעטי שוי "בנות ברק" וואס גייט דורך די לעבן פון פינעף חרדישע פרויען אין ארץ ישראל וואס גייען אנטקעגן די שטרוים.
איך האב נאר געזען די ערשטע עפיזאד, ס'נישט עפעס ווער ווייסט וואס, איך ווייס נישט צו עס ווערט ערגער אדער בעסער, אבער ס'איז כאטש א ריאלעטי שוי.
https://t.me/mlz3040
דעי שאוו איז נאר אינטערעסאנט ווייל ס'היימשע חברה, חוץ דעים איז עס דאמירן בעלמא געקייט וואסער און געמאלן לופט, אגב דעי סימי הערשקאפ איז א אינטערעסאנטע כאראקטער אויף סאציאלע מידיע פאר ווער ס'אינטערעסירט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:35 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:
אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.
יו מיסט די פוינט ברודער, מיט די מעשה קען מען זיך נאך פארמעסטן, די עיקר איז די עקט ס'ברעינגט זייער גיט ארויס די טינעידזשער לייף און ס'האט מיך ציריקגעברעינגט צי מיינע בחורישע יארן, וכמו שכתב ליברה:
אדם מוצא נחמה כשהוא רואה את עצמו בעייניו של אדם אחר.
סאיז די זעלבע ווייב פון די ניגון
לא יכול.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 9:24 pm
דורך דונג
די קריטיקס זאגן אז ס'סתם הייסע קאפיטלען אנע זאכליכע אויספיר.
מה דעתכם
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 3:18 am
דורך צפת
איינער האט די קומענדיגע פרקים אויף גוגל דרייוו?
(די ערשטע פיר עפיזאדן האט שוין איינער אראפגעברענגט.)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 11:44 am
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
אז מען רעדט שוין, איך האב געקוקט די ערשטע צוויי עפיזאדן און איך זע נישט די גרויסע גדולה דערין. סתם עפעס א אומסטאבילע מיידל וואס זיכט געשלעכט.
יו מיסט די פוינט ברודער, מיט די מעשה קען מען זיך נאך פארמעסטן, די עיקר איז די עקט ס'ברעינגט זייער גיט ארויס די טינעידזשער לייף און ס'האט מיך ציריקגעברעינגט צי מיינע בחורישע יארן, וכמו שכתב ליברה:
אדם מוצא נחמה כשהוא רואה את עצמו בעייניו של אדם אחר.
סאיז די זעלבע ווייב פון די ניגון
לא יכול.
איך ווייס נישט... איך טרעף מיך נישט דארטן...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 11:52 am
דורך קאצקע ציקער
ווען קימט די נעקסטע פרק?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 6:12 pm
דורך היסטאריע
איין נקודה וואס דער חאנטשי שפילט מורא'דיג, איז זיין א פול פלעדזש פסיכאפאט (דערווייל). יעדעס ריר יעדעס ווארט. פארוואס זי האט זיך דערשראקן פין דער מיכאל איז שווער צו פארשטיין.
ביי אונז זענען פסיכאפאט'ן אנגענומענע מענטשן, כלומר מען כאפט נישט וואס דאס מיינט, און אויף ווי ווייט דאס גייט. ממילא איז צו פארשטיין אז אונזערע מענטשן זענען נישט דער גדולה ווען איינער שפילט פסיכאפאט אזוי גוט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 6:23 pm
דורך קאצקע ציקער
זי איז צודראדעלט נישט סייקאפעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 8:17 am
דורך היסטאריע
קאצקע ציקער האט געשריבן:זי איז צודראדעלט נישט סייקאפעט
אזוי?
דערמאנסט מיר פין דער אמאליגער איד וואס לאכט אפ דער גאנצע היינטיגע דאקטעריי, זיי זאגן יענער מחלה, הארץ קרענק, נירען, בלוט דרוק, צוקער, קאלעסטראל, אײן זאך איז דא, הנה אביך חולה, קראנק און פערטיג. ער דארף א ישועה, לאמיר מתפלל זיין.
פריער האב איך געשריבן
ביי אונז זענען פסיכאפאט'ן אנגענומענע מענטשן, כלומר מען כאפט נישט וואס דאס מיינט, און אויף ווי ווייט דאס גייט. ממילא איז צו פארשטיין אז אונזערע מענטשן זעהן נישט דער גדולה ווען איינער שפילט פסיכאפאט אזוי גוט.
יאפ, מען זאגט זיי זענען צודראדעלט משוגע. אבער עס איז דא א חילוק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 10:02 am
דורך פערינא
נישט יעדע צודראדעלטער איז סייקאפעט און פארקערט איז די זעלבע.
סי איז א צודראדעלטער און א סייקאפעט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 10:30 am
דורך היסטאריע
פערינא האט געשריבן:נישט יעדע צודראדעלטער איז סייקאפעט און פארקערט איז די זעלבע.
סי איז א צודראדעלטער און א סייקאפעט.
אמת. אבער זי איז יא א סייקאפאט.