בלאט 1 פון 2
וואס מאכט איינעם א "loser"?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 12:45 pm
דורך מי אני
דער אבן עזרא איז מפרש (דברים כו, ג) "ארמי אובד אבי" אז דער "ארמי" באדייט יעקב אבינו ע"ה, "אבי":
שארמי הוא יעקב, כאילו אמר הכתוב: כאשר היה אבי בארם היה אובד. והטעם: עני בלא ממון.
ע"ש.
דאס באדייט לכאורה אז דער ווארט "אובד" דא מיינט בעצם א "loser", מיינענדיג א failure.
דאס האט מיר געברענגט צו טראכטן איבער דעם אז וואס איז די הגדרה דערפון פון איינער וואס איז א "loser/failure"? דאס אליין אז ער איז אַן עני? זענען די אלע חכמים וואס זענען באוואוסט און באקאנט לדורות לטוב, אבער בחייהן געווען אָרים ונרדפים בלי הצלחה (ווי דער אבן עזרא אליין), "losers"?
עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט, יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר. איז גייט דאס דען באדייטן עפ"י הנ"ל אז דער חכם, וואס achieved דאס human potential פון שכל, ועוד אז ער מעטערד פאר זיינע ארומיגע, אבער האט למעשה נישט קיין געלט אדער/און (גוטע) קינדער אדער/און געזונט, און איז מדוכה מיט פעולות ריק ורוע מזל ואי-הצלחה אין די תחומין, גייט זיין פאררעכענט אלס א "loser" לעומת דער מזל'דיגער עושר מוצלח וואס איז יא געלונגען אין די תחומים אבער א סָכָל בענינים ותחומי שכליים? וידוע מאמרו של סקראט אז אַן unexamined לעבן, אָן מחשבה איבער און אין די טיפע שאלות פון לעבן וחכמה, לוינט זיך נישט צו לעבן. וידוע הגמרא בנדרים (מא.) דאין
עני אלא בדעה ודא קני מה חסר ודלא דא קני מה קני.
ולכאורה איז די געדאנק ענליך צו איבער דאס וואס איך האב צוגעברענגט איבער
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם און וואו די שׁעירד גלויבונגען פונעם געזעלשאפט על הכלל שאפט בעצם די רעאליטעט ממש, און איר (פענאמענאלאגישע) פּערספּעקטיוו, פאר'ן יחיד פרטי בתוכה. וא״כ, וואו רוב הכלל קוקט ארויס אויף דעם לא-יוצלח עני בממון און וואו זיינע (בּעיסיק) שאיפות בתחום זה ווערן נישט ערפילט בהצלחה, אלס א "loser/failure", איז ער
טאקע פאררעכענט אלס א "loser/failure". וההיפך בהיפך פאר'ן עושר מוצלח. ולכאורה איז דאס בפרט ביי אזא סארט סאבּיעקטיוו לעיבּל.
און דאס איז לכאורה בפרט אין אונזער מאדערנער תקופה וואו עס איז דא א "געווינער און לוּזער קולטור".
ס'איז אויך יתכן אז די געדאנק פונעם אבן עזרא איז אז
בחייו איז דאך אזא סארט מענטש געווען פארעכענט אלס "loser", און דאס אז זיין אנערקענונג והצלחה וכו' איז צוגעקומען לאחר מותו, כשכבר (קהלת ט, ו) גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה, מאכט אים נישט אויס "loser" בפני עצמו.
א"י אז מ'רעדט דעמאלטס דוקא בשעת שנות חייו של יעקב. ואיה"נ אז ההיסטאריע לאחר פטירתו, לגבי זיין אימפּעקט טאטן סוקסעס, האט געטוישט דעם evaluation. מ'קען דאס צושטעלן צו וואס די פסוק זאגט דארט ממש פריער אין קהלת לגבי שבח החיים על המתים, "כי נשכח זכרם"; דאס איז א קוואליוויקעישאן דערצו. אבער דאס אליין איז אויך ניתן להגדרה: וואס איז די גדר פון געדענקט ווערן? מיינענדיג, איינער וואס האט מקיים געווען דעם (שם יב, יב) עשות ספרים הרבה, וואס די געדאנק דערין איז דאך צו עטשיִוון א דרגא פון immortality וזכרון לדורות, אבער למעשה איז דאס נישט פארשפרייט אדער גאר obscure (וכעין די פילע ספרים וועלכע געפינען זיך אויף hebrewbooks ואוצר החכמה), איז דאס נאך אלס בגדר "זכרון"?
(ואגב עיין באבן עזרא שם דהכתוב מזהיר מעשות ספרים ע"ש.)
ואולי איז
דאס אליין נכלל אין
מהלכו של הרמב"ם. והיינו, אז מ'האט נישט צו קערן איבער נישט זיין א "loser" און דאס אליין איז נכלל בסוג ג' של הרעות וואס מ'מאכט זיך אליינס אָן מיט רצוניות'ן וואס מ'וויל. עס מעטערד נישט בכלל צי מ'איז טאקע באמת א "loser" פאר'ן האבן א לעבן וואס מאכט למעשה אויס.
(און אפשר איז די גאנצע געדאנק פון חכמה, וואס איז להכיר שפלת עצמו און ווי ווייט ער האלט נאך פון שלימות, ועיין בנפוצות יהודה דרוש ט' ובחתימתי, צוצוקומען צום הכרה אז נישט קיין חילוק וויפיל הצלחה מ'האט אין אלע תחומים, איז מען אָלטימעטלי אין די grand scheme of things, אלס א "loser".)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 2:04 pm
דורך היסטאריע
עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.
האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 2:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
היסטאריע האט געשריבן:עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.
האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
זעהט אויס אז ס'איז גרינגער זיך צו ברעינוואשן מיט א פאזעטיווע נאראטיוו צו ארעמקיים ווי איידער זיך צו נעמען אין די הענט אריין, ואם בארזים נפלה שלהבת מה יגידו אזובי הקיר..
ענדיוועיס, צוויי נקודות לגבי די עצם דאס. 1) יעקב אבינו איז טאקע געוועהן א לוזער ביז ער איז אראפ קיין מצרים, ווי ער האט אליינס געזאגט פאר פרעה מעט ורעים היו ימי שני חיי, נאר שפעטער איז ער געווארן א געווינער ויהי לגוי גדול עצום ורב. 2) אין מיין מיינונג איז די דעפינישן פון א לוזער איז רעלאטיוו אזווי אין א געים, ער פרובירט אנקומען צו א געוויסע מטרה און ס'געלונגט איהם נישט, און ס'קען אמאל זיין צוויי מענטשן וואס קומען אן צום זעלבן פלאץ, איינער איז א געווינער ווייל דארט האט ער געוואלט צוקומען, דער צווייטער איז א לוזער ווייל ער האט געוואלט אנקומען ערגעץ אנדערש. צ.ב. האסט א מענטש וואס האט יארן לאנג געוואלט טרעפן די אמת אין זיין פאלק'ס רעליגיע און ס'איז איהם ליידער נישט געלונגען און ער איז געווארן אן אפיקורוס איז ער א לוזער, א צווייטער איז אויך אנגעקומען צו די זעלבע אפיקורסות אבער ער איז א געווינער ווייל ער האט דאס לכתחילה געזוכט. הגם אן אמת'ער מאמין וואלט גע'טענה'ט אז ביידע זענען געווינערס ווייל אפילו דער ערשטער האט אויך געוואלט אפיקורסות סאבקאנשעסלי, און די זעלבע קען מען אויך טענה'ן לגבי ארעמקייט אז אפילו דער וואס באהויפטעט אז ער איז וויל זיין ארעם באמת וויל טיעף אינעווייניג וואלט ער יא זייער שטארק געקענט ביישטיין צו זיין רייך נאר ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז פויל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:02 pm
דורך כרם זית
היסטאריע האט געשריבן:עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.
האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
אויף יצחק שרייבט ער אז ער איז געווען רייך.
עס קען זיין אז 'בלי ממון' איז די סיבה אויף די השתלשלות פון די שפעטערדיגע שוועריקייטן. ווען ער וואלט ווען געהאט געלט, וואלט ער נישט געדארפט ארבעטן פאר לבן וכו'.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:05 pm
דורך היסטאריע
דער שאלה אויב יעדער קען ווען זיין רייך, אדער עכ"פ נישט א לוזער, ווענד זיך היבש ווי ווייט מען קען געבן כח פאר בחירה.
אבער דאך איז אינטרעסאנט דער מוחלפת השיטה, דער וואס האלט אז א מענטש האט פולקאמע בחירה לגבי עבירות, וועט אויך האלטען אז לגבי פרנסה איז אלעס באשערט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:05 pm
דורך היסטאריע
כרם זית האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.
האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
אויף יצחק שרייבט ער אז ער איז געווען רייך.
ביסט זיכער? איך געדענק אז ער טענה'ט ער איז געוועהן ארים און דער רמב"ן רעגט זיך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:08 pm
דורך ודברת בם
צו רופען יעקב ארמי איז ממש לוזעריש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
צו רופן דעם אבן עזרא לוזעריש איז אויך לוזעריש, קיצר, מ'קען נישט אנטלויפן פון די לוזערישקייט...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:20 pm
דורך [NAMELESS]
כרם זית האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.
האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
אויף יצחק שרייבט ער אז ער איז געווען רייך.
געווען רייך אבער אנדערע תקופות נישט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
היסטאריע האט געשריבן:דער שאלה אויב יעדער קען ווען זיין רייך, אדער עכ"פ נישט א לוזער, ווענדט זיך היבש ווי ווייט מען קען געבן כח פאר בחירה.
אבער דאך איז אינטרעסאנט דער מוחלפת השיטה, דער וואס האלט אז א מענטש האט פולקאמע בחירה לגבי עבירות, וועט אויך האלטן אז לגבי פרנסה איז אלעס באשערט.
די זעלבע מענטשן וועלן דיר פארענטפערן אז בחירה גייט נאר אן ביי טוב ורע משא"כ ביי פרנסה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:29 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@מי אני דאס וואס דו שרייבסט "עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט, יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר."
די מפרשים דארט אויפן פלאץ, דאכצעך רש"י איינער פון זיי, און דאס איז לכאורה די פשוט'ע פשט, אז די סדר העולם איז יא אז עשירים זענען געווענליך חכמים און אלעס וואס ער רעכנט דארט אויס נאר פאר גאט מאכט נישט אויס ווען ער וויל איינעם מאכן פארקערט, דאס וואס דער חכם מיינט דארט ארויסצוברענגען.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:38 pm
דורך מי אני
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:עפעס איז דער אבן עזרא געוועהן אבסעסד מיט עניות, יצחק זאגט ער אויך איז געוועהן א ארימאן.
האט ער עפעס געזעהן א געוויסע מעלה פאר א ארימאן, זייענדיג אליין א ארימאן? עפעס א סטרעליסק'ע חסיד.
זעהט אויס אז ס'איז גרינגער זיך צו ברעינוואשן מיט א פאזעטיווע נאראטיוו צו ארעמקיים ווי איידער זיך צו נעמען אין די הענט אריין, ואם בארזים נפלה שלהבת מה יגידו אזובי הקיר..
ענדיוועיס, צוויי נקודות לגבי די עצם דאס. 1) יעקב אבינו איז טאקע געוועהן א לוזער ביז ער איז אראפ קיין מצרים, ווי ער האט אליינס געזאגט פאר פרעה מעט ורעים היו ימי שני חיי, נאר שפעטער איז ער געווארן א געווינער ויהי לגוי גדול עצום ורב. 2) אין מיין מיינונג איז די דעפינישן פון א לוזער איז רעלאטיוו אזווי אין א געים, ער פרובירט אנקומען צו א געוויסע מטרה און ס'געלונגט איהם נישט, און ס'קען אמאל זיין צוויי מענטשן וואס קומען אן צום זעלבן פלאץ, איינער איז א געווינער ווייל דארט האט ער געוואלט צוקומען, דער צווייטער איז א לוזער ווייל ער האט געוואלט אנקומען ערגעץ אנדערש. צ.ב. האסט א מענטש וואס האט יארן לאנג געוואלט טרעפן די אמת אין זיין פאלק'ס רעליגיע און ס'איז איהם ליידער נישט געלונגען און ער איז געווארן אן אפיקורוס איז ער א לוזער, א צווייטער איז אויך אנגעקומען צו די זעלבע אפיקורסות אבער ער איז א געווינער ווייל ער האט דאס לכתחילה געזוכט. הגם אן אמת'ער מאמין וואלט גע'טענה'ט אז ביידע זענען געווינערס ווייל אפילו דער ערשטער האט אויך געוואלט אפיקורסות סאבקאנשעסלי, און די זעלבע קען מען אויך טענה'ן לגבי ארעמקייט אז אפילו דער וואס באהויפטעט אז ער איז וויל זיין ארעם באמת וויל טיעף אינעווייניג וואלט ער יא זייער שטארק געקענט ביישטיין צו זיין רייך נאר ס'פאסט איהם נישט מודה צו זיין אז ער איז פויל.
על זה אנו דנין: וואס באדייט ״זיך נעמען אין די הענט אריין״? נאר לגבי מאטעריאלע געינס?
ואפילו לפי אפיקורוס וואס איז דוגל ב
העדאניזם אז תענוג היא העיקר, איז אבער די עיקר צוצוקומען צו פשוט׳ע
קאטאסטעמעטיק תענוג, וואס איז פשוט זיין פריי פון צער און זארג [
אַטאַראַקציע] און באקומען תענוג פון די פשוט׳ע פשוט׳ע זאכן אין לעבן אָנע מותרות, וכעין בּודהיסט פילאזאפיע. דאס באדייט אז מ׳זאל נישט וועלן מעיקרא דאס דייקא וואס די געזעלשאפט האלט אלס הצלחה, וממילא גייט מען זיך זארגן דאס צו באקומען, און עס עפענט די טיר צו זיין א לא-יוצלח און loser. נאר מען דארף האבן די חכמה צו פארשטיין צו אוועקשטיין פון זאכן וואס זענען ממש נישט וויכטיג, ואפילו די געזעלשאפט נעמט אָן מיט א פשטות אז זיי זענען יא וויכטיג, און פאקוסירן אויף ממש די בּעיסיק בּעיסיק צרכים און דערייווען תענוג פון זיי אליין.
וממילא דער חכם וואס איז טאקע א failure און loser בעיני הגעזעלשאפט, אויב האט ער דאס אינטערנעלייזד האט ער זיך ״גענומען אין די הענט אריין״.
אין אנדערע ווערטער, איז דער אבן עזרא׳ס געדאנק דארט פון ״loser״ לפי ההסכמת ההמון ועפ״י
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, וואס איז מער-ווייניגער אזוי אָנגענומען ביי רוב מענטשהייט בכל דור ודור. אבער נישט קיין משהו מער פון דעם.
ווייל ווי דו זאגסט איז ״failure״ תלוי בפעולות ריק; אם טרח למטרתו ותכליתו שרצה לריק שלא הגיע אליו (ועיין במו״נ ח״ג פכ״ה). וממילא צו געבן איינעם דעם שם הכולל ״loser״, שהיא ״failure״, באדייט דאס אז ביי עגרעגעיט איז ער א לא-יוצלח הטורח לריק לתכלית דברים שרוצה. יעצט, לגבי יעקב, ואפילו לפי האבן עזרא, איז שווער צו זאגן אז נאר נכסים וממון איז געווען זיין מטרה. צער גידול בנים האט ער אויך געהאט בשמעון ולוי ובמכירת יוסף, אבער עס איז יתכן לומר אז ער איז דאך געשטאנען אין דעם, ביי עגרעגעיט, בעסער ווי יצחק אביו (עכ״פ לפי מבט חז״ל; ואפשר אז דער אבן עזרא גייט טאקע ווייניגער מיט די מהלך און האלט אז עשו איז געווען א נייטראלע כאראקטער, ולמשל כ
זה). איז די שאלה פארוואס איז ער אים מגדיר אלס ״loser״ מכח עניות? ואולי אז די עניות איז א שם כולל אויף די גאנצע אי-הצלחה שבימי חייו, אזא סארט (משלי טו טו) כל ימי עני רעים, און ווי טאקע יעקב האט דאס באטראכט אויף זיך אליין באומרו (בראשית מז ט) מעט ורעים וגו׳. דער אבן עזרא איז טאקע מפרש דארט במשלי:
פירוש עני, דעת וממון, ימיו רעים
דער רלב״ג דארט איז אויך מפרש:
כל מי שהוא עני בדעות, כל ימיו הם רעים
ובגר״א שם:
כמו שאמרו חז"ל (אבות פרק ד משנה א): איזהו עשיר? השמח בחלקו. וא״כ, העני הוא מי שנפשו רחבה ואינו מסתפק בכל אשר לו וכל חללי דעלמא לא יספיקנו בדעתו, ולכן כל ימיו רעים כי אינו אפשרי שישיג כל חפצו וימלא דעתו. וכמו שאמרו (קה״ר א יג): אין אדם מת וחצי תאוותו בידו.
"וטוב לב משתה תמיד" - אבל מי שמסתפק במה שיש לו לבו שמח תמיד, כמו האיש אשר משתה בביתו שלבו שמח בעת שהוא שתוי יין עד שאז אפילו המלך אינו שווה לו, אך זהו אינו אלא בעת שיכרותו אך לאחר שפג יינו אינו בשמחה שהיה בתחילה. משא״כ ה"טוב לב" הוא תמיד שמח, כשמחת השתוי בעת המשתה.
וע״ש כעי״ז במצודות:
כל ימי עני רעים - עם כי מצוי לו די מחסורו, כי יתקנא בעשירי העם ורעה עינו בשלהם. אבל מי שיש לו לב טוב לבל ירע עינו בזולתו, ישמח בחלקו וימיו נדמים לו תמיד כימי משתה ושמחה.
***
די אבן עזרא לגבי יצחק איז אין בראשית כה לד. ושם חולק הרמב״ן עליו.
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@מי אני דאס וואס דו שרייבסט
"עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר." די מפרשים דארט אויפן פלאץ, דאכצעך רש"י איינער פון זיי, און דאס איז לכאורה די פשוטע פשט אז די סדר העולם איז יא אז עשירים זענען געווענליך חכמים און אלעס וואס ער רעכענט דארט אויס נאר פאר גאט מאכט נישט אויס ווען ער וויל איינעם מאכן פארקערט, דאס וואס דער חכם מיינט דארט ארויסצוברענגן.
דער אבן עזרא דארט למשל שרייבט:
וגם לא לחכמים לחם, שהיה ראוי להיותם מושלים בכסילים ויהיו רשים, והדבר הפוך ברוב.
כמובן, אז
הגדרת ״חכם״ דא איז לגבי אנאליטישע חכמה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 3:47 pm
דורך היסטאריע
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@מי אני דאס וואס דו שרייבסט "עס איז דאך באקאנט די פסוק בקהלת (ט, יא) לא לחכמים לחם ולא לנבונים עושר."
די מפרשים דארט אויפן פלאץ, דאכצעך רש"י איינער פון זיי, און דאס איז לכאורה די פשוט'ע פשט, אז די סדר העולם איז יא אז עשירים זענען געווענליך חכמים און אלעס וואס ער רעכנט דארט אויס נאר פאר גאט מאכט נישט אויס ווען ער וויל איינעם מאכן פארקערט, דאס וואס דער חכם מיינט דארט ארויסצוברענגען.
אמאהל געוועהן א גביר וואס איז געווארען א יורד, האט ער געזאגט, "מילא די געלט, אבער די חכמה וואס איך האב פארלוירן"!
א גביר הייסט א חכם כל זמן ער איז רייך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 4:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מי אני האט געשריבן:ואפילו לפי אפיקורוס וואס איז דוגל ב
העדאניזם אז תענוג היא העיקר, איז אבער די עיקר צוצוקומען צו פשוט׳ע
קאטאסטעמעטיק תענוג, וואס איז פשוט זיין פריי פון צער און זארג [
אַטאַראַקציע] און באקומען תענוג פון די פשוט׳ע פשוט׳ע זאכן אין לעבן אָנע מותרות, וכעין בּודהיסט פילאזאפיע. דאס באדייט אז מ׳זאל נישט וועלן מעיקרא דאס דייקא וואס די געזעלשאפט האלט אלס הצלחה, וממילא גייט מען זיך זארגן דאס צו באקומען, און עס עפענט די טיר צו זיין א לא-יוצלח און loser. נאר מען דארף האבן די חכמה צו פארשטיין צו אוועקשטיין פון זאכן וואס זענען ממש נישט וויכטיג, ואפילו די געזעלשאפט נעמט אָן מיט א פשטות אז זיי זענען יא וויכטיג, און פאקוסירן אויף ממש די בּעיסיק בּעיסיק צרכים און דערייווען תענוג פון זיי אליין.
וממילא דער חכם וואס איז טאקע א failure און loser בעיני הגעזעלשאפט, אויב האט ער דאס אינטערנעלייזד האט ער זיך ״גענומען אין די הענט אריין״.
אין אנדערע ווערטער, איז דער אבן עזרא׳ס געדאנק דארט פון ״loser״ לפי ההסכמת ההמון ועפ״י
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, וואס איז מער-ווייניגער אזוי אָנגענומען ביי רוב מענטשהייט בכל דור ודור. אבער נישט קיין משהו מער פון דעם.
פארוואס קען נישט זיין אז "חכמה" איז בעצם נאר ווערדפול וועגן די
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם?
ענדיוועיס, אמאל פלעג איך רחמנות האבן אויף ארעמע מענטשן, שפעטער האב איך איינגעזעהן אז ס'נישט דא וואס רחמנות צו האבן, זיי זענען ארעם ווייל זיי האלטן בשיטה אז ס'איז א גוטע זאך צו זיין ארעם, ווייסטו וואס? אז דו ווילסט אזוי שטארק זיין ארעם ענדשוי זיך דערמיט.
בכל אופן, זיך נעמען אין די הענט אריין מיינט מען יעדע זאך וואס קען העכערן דעם לעבנסקוואליטעט, זאל עס זיין קינעטיג פארגעניגן צו קאטאסטעמאטישע פארגעניגן, מאכט נישט אויס, ס'נאך קיינער נישט געשטארבן פון צופיל גשמיות'דיגע געינס און פארגעניגן'ס, פון צו ווייניג גשמיות יא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 4:46 pm
דורך מי אני
רביה״ק זי״ע האט געשריבן:פארוואס קען נישט זיין אז "חכמה" איז בעצם נאר ווערדפול וועגן די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם?
איה״נ. (און עס איז בכלל ענליך צום סעלף-רעפערענשאל קשיא אז מ׳טענה׳ט ב
חכמה אז חכמה איז דאס העכסטע אידעאל. און
דאס אליין איז
א פירכא עפ״י חכמה.)
אין אונזער קאנטעקסט, אים צו מאכן אויס ״loser״, איז עס א תרתי דסתרי: אויב איז עפ״י
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם קניית החכמה גאר ווערדפול (אויף די מדריגה וואס מען איז דאך דן אין) און ממילא עפעס וואס איר האבן דאס קונה געווען מאכט דעם קונה אויס ״loser״, דאן וויאזוי איז ער
יא א ״loser״ בעיני ההמון עפ״י
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם וועגן דאס׳ן נישט האבן די אנדערע זאכן וואס זענען וויכטיג לפיה? אחוץ טאמער ווילסטו מחלק זיין אז
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם איז דאס וואס מאכט טאקע אפ וואס איז ווערדפול וביניהן קניית חכמה, אבער עס זאגט אויך אז נאר טאמער פארמאגט מען
אלעס דאן איז מען נישט א ״loser״. אבער מ׳זעהט דאך נישט אזוי פונעם עושר הסָכָל וואס ווערט נישט פארעכענט ווי א ״loser״, ועפ״י
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, הגם ער פארמאגט נישט חכמה. ואולי אז לפי
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם איז עס טאקע גאר ווערדפול אבער ל״ד לפיה אז׳ן דאס האבן מאכט אויס ״loser” - ביידע זענען גאר ווערדפול, אבער נאר מאטעריאלע סאָקסעס מאכט אויס ״loser״ לפי
סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 5:06 pm
דורך היסטאריע
מעג מען מחולק זיין מיט דער א"ע? אדער עכ"פ מיט דער הבנה פון
@מי אני.
אפשר עקזיסטירט נישט א לוזער באמת?
אפילו ווען מען זאגט עס, איז עס א ביטוי.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 5:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
למעשה גערעדט, פארוואס קען נישט זיין אז יעקב'ן האט "אויך" אינטערעסירט געלט? ווען ער וואלט געוועהן אן עושר וואלט ער געקענט זיין א זקן ויושב בישיבה אן מקריב זיין די ווייב און קינדער, שיקן יהודה בויען ישיבות אין מצרים, אפשר דינגען 400 באדיגארדס אזויווי זיין ברודער עשו און אזוי קענען בלייבן מקיים זיין כיבוד אב ואם? כ'מיין ס'פעלט דען וואס מ'קען טוהן מיט געלט? און אז ער האט זיך אנשטאט דעם געדארפט ארומדרייען פון איין פלאץ צום צווייטן פאשען שאף ביים פעטער לבנ'ען אין די פרעסטן און היצן ווי אמממ... א לוזער... און קוים אנטלאפן מיט'ן לעבן איז ער דען נישט טאקע א לוזער? יישוב הדעת האט ער דאך זיכער געוואלט האבן ווי ס'שטייט ביקש יעקב לישב בשלווה, ווען ער איז ווען רייך וואלט ער געקענט אפקויפן רחל און לאה צוזאמען און צוריקגיין אין ישיבה פון שם ועבר און פטור אן עסק...
לגבי די סאושעל קאנסטראקשעניזם ווענדט זיך, איינער וואס איז טאקע אזוי ארים אדער נאריש אז ער קען זיך פשוט נישט באגיין אינעם טאג-טעגליכן לעבן ווערט טאקע אנגעקוקט ווי א לוזער, אבער איינער וואס גענוג געלט פאר אלעס וואס ער דארף און ער קען בעיסיק רעכענען, שפראך, פאליטיק, היסטאריע, פילאזאפיע, וכו' אז ער איז נישט אויסגעשפילט אין א שמועס מיט נארמאלע מענטשן קוקט מען נישט אן ווי א לוזער, סיידן אז ער האט פרובירט ערגעץ אנקומען און ס'איז איהם נישט געלונגען, למשל אז ער האט פרובירט אריינגיין אין ביזנעס און אנגעוואוירן זיין שווער'ס געלט, אדער ער איז געגאנגען אין קאלעדש און ארויסגעפאלן, אדער געשפילט אין די אלימפיקס און פארלוירן, דאס גייט שוין אריין אין וואס כ'האב אין אנפאנג גערעדט אז לוזער איז רעלאטיוו. אבער אין אמת'ן דער וואס פרובירט אינגאנצן נישט אויס מורא פון א דורכפאל איז נאך דער גרעסטער לוזער פון אלעמען...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
אזוי ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברעגט ווענדט זיך אלעס אוואו מ'איז קובע מקום, פיזיש און גייסטיש.
לדוגמה, טראמפ האלט מ'איז א winner נאר אויב מען איז א ביליאנער און א Loser אויב מ'צאלט טעקס'עס. אנדערע האלטען אז א סאלדאט וואס געבט אוועק זיין לעבן פאר'ן פאלק איז א געווינער א צווייטער וועט אים אנקוקען ווי א loser .
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 1:05 am
דורך מתבודד
ס'דא נאך א דירעקציע ווי יעקב האט זיך זייער געמוטשעט און קען זיכער גערופן ווערן א לוזער על שם זה, די נושא פון זיינע ווייבער. (הגם די אבן עזרא מיינט נישט דאס)
קודם ארבעט ער ביטער שווער צו באקומען אהובתו נאר אויסצוגעפינען נאכן חתונה אז ער האט באקומען א צווייטן, ענדליך האט ער איר יא וויינט זי צו אים אגאנצן טאג, נישט אזא געשמאקע זאך כידוע... ענדליך געבוירט זי אים נאך א קינד שטארבט זי אפ אזוי יונגערהייט אינמיטן וועג. וואט עי לוזער... אפי' במשנת הבבלי איז זיך מוטשען מיט די ווייב א לוזער.
---
אויף די נושא פון דעם פרייליכן עני איז דא א משל פון א מלך עצוב מאוד וואס דער יועץ האט אים געגעבן איין תרופה, צו אנטון דאס העמד פון א מענטש וואס איז נאר בשמחה און רואיג אייביג. זענען די משרתים געגאנגען זוכן ביז זיי האבן געטראפן א עני זיצן אליינס ביים עק שטאט בעירום ובחסר כל אבער אינגאנצן בשמחה און דאגה'לאז. בעטן זיי זיין העמד זאגט ער זיי, טיפשים, כ'האב כלל נישט קיין העמד. וואלט איך געהאט א העמד וואלט איך געווען אינגאנצן פאר'דאגה'עט מ'זאל עס נישט גנב'ענען וכו'. אזוי, האב איך נישט קיין שום דאגות!
(אקעי, ס'א ברסלב'ע משל...)
____
און יעצט, לאמיר איבער'חזר'ן די הייליגע דיבורים:
איז די גאנצע געדאנק פון חכמה, וואס איז להכיר שפלת עצמו און ווי ווייט ער האלט נאך פון שלימות, ... צוצוקומען צום הכרה אז נישט קיין חילוק וויפיל הצלחה מ'האט אין אלע תחומים, איז מען אָלטימעטלי אין די grand scheme of things, אלס א "loser"
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 11:02 am
דורך מי אני
אגב, לגבי עניים וביכורם האבן עניים פונקט אזוי געברענגט ביכורים (ביכורים פ״ג מ״ח); מיינענדיג אז דאס אז דער מענטש ברענגט ביכורים מיינט נישט אז ער האט נישט די פראבלעם פון עניות. ועכ״כ אז לגבי דעם זאגט די גמרא בב״ק צב., לגבי דעם מ׳נעמט צו פון אים זיין קארב אויך, ״בתר עניא אזלא עניותא״ ע״ש. (דער אבן עזרא איז טאקע נישט געווען קיין בעל תלמוד, וכדכתב המהרש״ל ביש״ש בהקדמתו לחולין…) עכ״פ זעה׳מיר פון דעם אז דאס אז דער מענטש ברענגט ביכורים באדייט נאך נישט אז ער איז נישט קיין ״עני בלא ממון״, כדי דאס צו דזשאָקסטעפּאָזן אין דעם רעספּעקט מיט יעקב אבינו ע״ה וואס אז יא געווען דעמאלטס. וממילא איז דאס א שטיקל סמך לזה וואס איך לערן אפ אז די געדאנק איז ״אובד״ על הכלל כולו דהיינו ״loser״. הגם, מ׳קען נאך אלס זאגן עפ״י פשוט פשט אז עס דזשאָקסטעפּאָזד דאס יא מיט יעקב בעניות דוקא, אין דעם אז דער מביא ביכורים האט כאטש קרקע משא״כ יעקב אָז (ועיין ביבמות סג. אמר רבי אלעזר כל אדם שאין לו קרקע אינו אדם ובסנהדרין נח: אמר רבי אלעזר לא נתנה קרקע אלא לבעלי זרועות ע״ש).
מתבודד האט געשריבן:ס'דא נאך א דירעקציע ווי יעקב האט זיך זייער געמוטשעט און קען זיכער גערופן ווערן א לוזער על שם זה, די נושא פון זיינע ווייבער. (הגם די אבן עזרא מיינט נישט דאס.)
קודם ארבעט ער ביטער שווער צו באקומען אהובתו נאר אויסצוגעפינען נאכן חתונה אז ער האט באקומען א צווייטן, ענדליך האט ער איר יא וויינט זי צו אים אגאנצן טאג, נישט אזא געשמאקע זאך כידוע... ענדליך געבוירט זי אים נאך א קינד שטארבט זי אפ אזוי יונגערהייט אינמיטן וועג. וואט עי לוזער... אפי' במשנת הבבלי איז זיך מוטשען מיט די ווייב א לוזער.
אגב, מענין לענין באותו ענין איבער יעקב מיט זיינע ווייבער,
שרייבט הרב דר. מלך שפירא איבער וואס מ׳האט צענזורירט פונעם פירוש הטור הארוך עה״ת:
ער ברענגט דארט צו בכלל איבער שלאגן די ווייב בהלכה:
(ועיין כאן.)
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 23, 2022 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
קרן זוית האט געשריבן:אזוי ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברעגט ווענדט זיך אלעס אוואו מ'איז קובע מקום, פיזיש און גייסטיש.
כמו שכתבתי למעלה שזה ג"כ תלוי בסוג אנשים.
די גמרא זאגט אמר רבי (יונתן) [יוחנן] אין הקב"ה משרה שכינתו אלא על חכם גבור ועשיר ועניו
האמיר דא צווישען אנדערע, חכם און עושר.
דער ר"ן אין נדרים נאכען ברענגען אנדערע שיטות וואס ווילען מסביר זיין דעם מימרא, זאגט די ר"ן אז ער האלט דאס מיינט יא כפשוטו. וויבאלד עס איז דא מענטשן וואס חכמה איז די זאך וואס זיי קוקען ארויף, ווידעראום איז דא מענטשן וואס ביי זיי איז עשירות דער 'זאך' דערפאר דארף א נביא האבן ביידע.
דא איז א חלק פונעם לשון הר"ן..
והתשובה בזה שאם יצטרך הנביא הנבואה להשלים לעצמו לבד לא לזולתו, היה ראוי שינבא מי שימצאו בו השלמויות אשר תושלם הנפש בם יהיה הגוף שלם או חסר.
אבל הנביא שינבא להמון ומודיע מה שצוהו השם יתברך, יצטרך שיהיה נבחר ונרצה "מכל הכתות", מאוהבי החכמה ואוהבי העושר ואוהבי הגבורה, ושישלימו לו מעלות המדות. ולשון נביא הוא המשמיע תמיד ומדבר להמון
איז לכאורה ביי איין טייל זענען די אנשי חכמה winner's און ביי אנערע טייל איז הצלחה בעשירות דער winner. און די צוויי גרופעס האלטען אז די פארקערטע זענען losers...
אבער באמת קען מען אבער זאגען אז ביידע גרופעס וועלן אנערקענען אז ווען מ'איז א ביטערער ארעמען און א שוטה בלי שום חכמה וועט אזא איינער זיין בבחינת loser לכ"ע
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 24, 2022 7:48 pm
דורך berlbalaguleh
קרן זוית: איך וויל דא מאכן א זייטיגע אבזערוואציע. שלא כמו בזמן הבית איז היינט זיך צו באניצן מיט דיספאוזעבל דישעס א סימן פון עשירות. אן ארעמאן קען זיך נישט ערלויבן די באקוועמליכקייט פון ניצן נאר דיספאוזעבל (פלעסטיק) דישעס און עסצייג. ספעציעל אין ארץ/מדינת ישראל. ווייל די פרייזן פון פלעסטיק דיספאוזעבלס איז ארויף צו אסטראנאמישע פרייזן. איז אבער בזמן הבית ואחריו געווען דיספאוזעבלס א סימן עניות. ווייל דער ארעמאן האט נישט געקענט ברענגען ביכורים אין א גאלדענעם קארב.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 12:13 pm
דורך חדשים
יש loser ויש loser. עס איז דא די basic needs וואס אן דעם קען מען נישט לעבן. דאס זענען די סורווייוועל needs, וואס נעמט אריין Food, water, clothing, sleep, and shelter. און עס איז דא די essential needs, דאס מיינט די העכערע לעוועלס פון די Maslow’s Hierarchy of Needs.
עפ”י פשטות הפסוקים האט פאר יעקב געפעלט די בעיסיק needs. ווען איינער האט נישט די בעיסיק needs איז ער א loser לכו”ע, ווייל עס איז א פשוטע מציאות. איינער וואס האט עס נישט ווערט אויטאמאטיש נאבד מן העולם. די גאנצע שיינע שמועס וויאזוי מ’מעסט א loser, איז לכאורה נאר אויף די העכערע לעוועלס.