בלאט 1 פון 1

כבה נר המערבי - הגה"צ הרב חיים דרוקמאן זצ"ל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
פון ירושלים קומט אריין די שווערע נייעס, אחד מזקני גדולי הדור רבי חיים דרוקמן זצ"ל ראש ישיבות "אור עציון" ורב בשכונת מרכז שפירא איז נפטר געוואָרן היינט זאת חנוכה, אין עלטער פון 90 יאהר.

רבי חיים זצ"ל איז געבוירן חשון תרצ"ג אין פּוילן. בשעת'ן מלחמה איז ער געווען אויסבאהאלטן ביי א פעטער זיינע, ביי די 12 יאהר האבן זיינע עלטערן איהם איבערגעבן פאר א קינדערלאזע פארפאלק באקומענדיג א סערטיפיקאט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל.

פון איבעראל, אלע חוגים אין כלל ישראל קומען איצט אריין מיט לויב ווערטער און דברי הספד אויף דעם אדם גדול. פון זיין אנגעפילטע לעבן וואס ער האט זיך איבערגעגעבן למען הכלל והפרט. ער האט א רעזומעי וואס ווייניג אינעם היינטיגן דור האבן. זייענדיג א תלמוד פונעם באקאנטע ישיבה מרכז הרב אין ירושלים, שפעטער איז ער געווארן אליינס א ראש ישיבה בישיבות "אור עציון" און אויפגעשטעלט אלפי תלמידים. דערנאך איז ער געווען א שליח ציבור זייענדיג א חבר הכנסת מטעם מפד"ל, מיט מסירות נפש זיך איבערגעגעבן למען ארץ ישראל ועם ישראל.

אין די לעצטערע יאהר'ן איז ער געווען גערעכענט אלס די גדול הדור, מיט מסירות נפש זיך איבערגעגעבן פאר'ן פאלק. על פיו יצאו ועל פיו יבאו אלע עניני הציבור. כל ימיו האט ער עוסק געווען למען תורת ישראל - עם ישראל - וארץ ישראל.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 11:12 pm
דורך איך אויך
ממש גדול הדור אדער עטוואס ווייניגער?

Re: כבה נר המערבי - הגה"צ הרב חיים דרוקמאן זצ"ל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 11:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
דא האב איך געטראפן מער א לענגערע הערכה אויף דעם צדיק וגדול

https://www.kikar.co.il/israel-news/434163


https://www.bhol.co.il/news/1476782?utm ... bffcea.jpg[/img]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:41 am
דורך פערינא
היינט איז אויך נפטר געווארן מיין ראש ישיבה שר התורה רב מענדיל אטיק זצקוט"ל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:54 am
דורך [NAMELESS]
פערינא האט געשריבן:היינט איז אויך נפטר געווארן מיין ראש ישיבה שר התורה רב מענדיל אטיק זצקוט"ל
ווי קומט דאס דא אריין???
אגב דא האסטו ווי מען באוויינט די נר המערבי אין אייוועלט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=59309

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 1:44 am
דורך berlbalaguleh
איך קען מיר נאר פארשטעללן וויאזוי "מ'באוויינט" דארט (אין עולם ביצה) דעם אנדער'ן גאון וצדיק הרב חיים דרוקמן זצ"ל. אזוי ווי זיי האבן באוויינט דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים הרב שטיינמאן זצ"ל. מיט גלעזער משקה און רקידה'לעך. אפילו אלטע נעראנים מיט ווייסע בערד...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 1:17 pm
דורך מיליאנער
berlbalaguleh האט געשריבן:איך קען מיר נאר פארשטעללן וויאזוי "מ'באוויינט" דארט (אין עולם ביצה) דעם אנדער'ן גאון וצדיק הרב חיים דרוקמן זצ"ל. אזוי ווי זיי האבן באוויינט דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים הרב שטיינמאן זצ"ל. מיט גלעזער משקה און רקידה'לעך. אפילו אלטע נעראנים מיט ווייסע בערד...!
אויף אייוועלט האט מען אזוי באוויינט הרב שטיינמאן?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:איך קען מיר נאר פארשטעללן וויאזוי "מ'באוויינט" דארט (אין עולם ביצה) דעם אנדער'ן גאון וצדיק הרב חיים דרוקמן זצ"ל. אזוי ווי זיי האבן באוויינט דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים הרב שטיינמאן זצ"ל. מיט גלעזער משקה און רקידה'לעך. אפילו אלטע נעראנים מיט ווייסע בערד...!

אפילו הרב דרוקמאן און הרב שטיינמאן זכר צדיקים לברכה זענען געווען גדולי ישראל און מנהיגים פאר צענדליגע יאר'ן, זעהט אבער אויס אע"פ כן פארדינען זיי נישט צו באקומען די ריכטיגע הערכה אויף אנדערע חרדישע זייטלעך און זייערע וועכענטליכע צייטונגען.

דאס קען זיין צוליב צוויי סיבות, איינס איז פשוט, ווייל השקפה'דיגע האבן זיי נישט מיטגעשטימט מיט זיי.... באמת דאס אליינס איז נישט גענוג סיבה, נאר וויבאלד זיי האבן נאך אן השקפה, זיי אנערקענען נישט אז ס'איז דא אנדערע קהילות וואס האבן אנדערע השקפות, צוליב דעם באקומען זיי נישט דעם כיבוד צו באשריבן ווערן.

ועוד י"ל, די צייטונגען/און א"וו שרייבער געהערן צו אזעלעכע כתות אין כלל ישראל וואס זייער מנהיגים ווערען קוואליפיצירט צו זיין מנהיגים בשעת'ן לידה, וואס דאס אליינס געבט זיי דער סמכות צו זיין א מנהיג און א גדול. משא"כ די צוויי גדולים וצדיקים זענען געווען מנהיגים ביי אזעלכע קהילות וואס מ'דארף אליינס זיין קוואליפיצירט, זיי זענען טאקע געווען לומדי ומרביצי תורה עם מידות ישרות, יחידי סגולה, וואו אויך האבן זיי צענדליגער יאר'ן זיך אוועקגעגעבן פאר כלל ישראל. איז מעגליך צו זאגן אז אזעלכע סארט מנהיגים איז פשוט נישט זייער נושא.

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 4:25 pm
דורך שאלתיאל
אינטערסאנט וואס איז געווען זיין פאוער? ער איז לכאורה געווען דער לעצטע פיגור וואס האט צוזאמענגעברענגט אונטער זיין שוץ סיי די ליבעראלע מזרוח'ניקעס און סיי די עקסטרעם פרומע חרד"לישע חברה. נאך זיין פטירה איז נישט פארבליבן באמת עפעס א געמיינזאמע זאך וואס זאל צוזאמענהאלטן די צושפליטערטע און צעטיילטע סעקטאר וואס רופט זיך 'ציונות- דתית'.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
שאלתיאל האט געשריבן:אינטערסאנט וואס איז געווען זיין פאוער? ער איז לכאורה געווען דער לעצטע פיגור וואס האט צוזאמענגברענגט אונטער זיין שוץ סיי די לינקע ליבעראלע מזרוח'ניקעס און סיי די פרומע חרד"לישע חברה. נאך זיין פטירה איז נישטא באמת עפעס א געמיינזאמע זאך וואס זאל צוזאמענהאלטן די צושפליטערטע און צצעטיילטע סעקטאר וואס רופט זיך 'ציונות- דתית'.
ברענגסט גוט ארויס די אבידה, צוליב דעם איז דער שם האשכול "כבה נר המערבי"!! ביי אנדערע כיתות אין כלל ישראל, איז נאך בעפאר עס פאסירט די כבה איז שוין דא דער דלק. נישט בלויז איינס נאר צומאל קומט גלייך אויף עטליכע נרות ....

וואו פארשטענדליך וועט עס נעמען צייט, אבער נישט געזארגט ס'דא גענוג גרויסע לייט, דער שאלה איז נאר ווער וועט האבן די כוח צו מאחד זיין די מחנות.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
שאלתיאל האט געשריבן:אינטערסאנט וואס איז געווען זיין פאוער? ער איז לכאורה געווען דער לעצטע פיגור וואס האט צוזאמענגברענגט אונטער זיין שוץ סיי די לינקע ליבעראלע מזרוח'ניקעס און סיי די פרומע חרד"לישע חברה. נאך זיין פטירה איז נישטא באמת עפעס א געמיינזאמע זאך וואס זאל צוזאמענהאלטן די צושפליטערטע און צצעטיילטע סעקטאר וואס רופט זיך 'ציונות- דתית'.
עס איז דא א רב מיטן נאמען הרב אריה שטערן וועלכער איז יא אזוי ווי הרב דרוקמאן ז״ל, און ער איז עטוואס ליבעראל אבער דאך גאר פרום און ציוניסטיש. צום ביישפיל, ער האט געזאגט אז ער וועט אריינלאזן געיז ביי זיך אין שול, אבער ער וועט זיך באציען צו זיי אזוי ווי צו מחללי שבתות. דאס הייסט, ער קוקט זיי נישט אראפ, ער האט בלויז א טעכנישער פראבלעם דערמיט וואס דאס איז די תורה. בכלל איז זיין באנעמונג גאר ליבעראל, אבער דאך שטרענג ארטאדאקסיש. אויב פרעגן זיי מיר וואלט איך געהייסן אז מען זאל אים אויפנעמען אלס קומענדיגער הויפט רב.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
קרן זוית האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך קען מיר נאר פארשטעללן וויאזוי "מ'באוויינט" דארט (אין עולם ביצה) דעם אנדער'ן גאון וצדיק הרב חיים דרוקמן זצ"ל. אזוי ווי זיי האבן באוויינט דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים הרב שטיינמאן זצ"ל. מיט גלעזער משקה און רקידה'לעך. אפילו אלטע נעראנים מיט ווייסע בערד...!

אפילו הרב דרוקמאן און הרב שטיינמאן זכר צדיקים לברכה זענען געווען גדולי ישראל און מנהיגים פאר צענדליגע יאר'ן, זעהט אבער אויס אע"פ כן פארדינען זיי נישט צו באקומען די ריכטיגע הערכה אויף אנדערע חרדישע זייטלעך און זייערע וועכענטליכע צייטונגען.

דאס קען זיין צוליב צוויי סיבות, איינס איז פשוט, ווייל השקפה'דיגע האבן זיי נישט מיטגעשטימט מיט זיי.... באמת דאס אליינס איז נישט גענוג סיבה, נאר וויבאלד זיי האבן נאך אן השקפה, זיי אנערקענען נישט אז ס'איז דא אנדערע קהילות וואס האבן אנדערע השקפות, צוליב דעם באקומען זיי נישט דעם כיבוד צו באשריבן ווערן.

ועוד י"ל, די צייטונגען/און א"וו שרייבער געהערן צו אזעלעכע כתות אין כלל ישראל וואס זייער מנהיגים ווערען קוואליפיצירט צו זיין מנהיגים בשעת'ן לידה, וואס דאס אליינס געבט זיי דער סמכות צו זיין א מנהיג און א גדול. משא"כ די צוויי גדולים וצדיקים זענען געווען מנהיגים ביי אזעלכע קהילות וואס מ'דארף אליינס זיין קוואליפיצירט, זיי זענען טאקע געווען לומדי ומרביצי תורה עם מידות ישרות, יחידי סגולה, וואו אויך האבן זיי צענדליגער יאר'ן זיך אוועקגעגעבן פאר כלל ישראל. איז מעגליך צו זאגן אז אזעלכע סארט מנהיגים איז פשוט נישט זייער נושא.

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת
איך וויל נאר פארשטיין: אויב מען איז מחשיב תורה און יראת שמים וואס נאך דארף א גדול בתורה ומרביץ תורה באזיצן. אויסער אויב מ'פשטל'ט אזוי ווי הרב ישראל מ. סופר האט געלערנט. (איך האלט אז ער אליין האלט נישט אזוי. אבער אזוי האט ער געשריבן)...בעיקבתא דמשיחא (היינטיגע צייטן) וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה.נאר דער פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט צו דער וועט קענען לערנען תורה...!

דער סטעיטמענט איז נישט נאר אקסי-מאראניק נאר מאראניק לפי פשוטו. נאר ער איז דאך א באוואוסטער דעמאגאג. כאטש א איד א ת"ח און א בקי במילי דעלמא. ער מוז דעמאנסטרירן זיין "קנאות" ביי א יעדע געלעגנהייט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 1:08 am
דורך שמעון וואלף
מיליאנער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך קען מיר נאר פארשטעללן וויאזוי "מ'באוויינט" דארט (אין עולם ביצה) דעם אנדער'ן גאון וצדיק הרב חיים דרוקמן זצ"ל. אזוי ווי זיי האבן באוויינט דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים הרב שטיינמאן זצ"ל. מיט גלעזער משקה און רקידה'לעך. אפילו אלטע נעראנים מיט ווייסע בערד...!
אויף אייוועלט האט מען אזוי באוויינט הרב שטיינמאן?
וועלקאם זיך צו באקענען מיט בערל'ס גוזמאות

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 11:24 am
דורך מרדכי מרדכי
berlbalaguleh האט געשריבן:איך קען מיר נאר פארשטעללן וויאזוי "מ'באוויינט" דארט (אין עולם ביצה) דעם אנדער'ן גאון וצדיק הרב חיים דרוקמן זצ"ל. אזוי ווי זיי האבן באוויינט דעם גאון וצדיק ומרביץ תורה לאלפים הרב שטיינמאן זצ"ל. מיט גלעזער משקה און רקידה'לעך. אפילו אלטע נעראנים מיט ווייסע בערד...!
לינק עס שנעל אהער.
פליז