איך האב א שיינע ביסל מעשיות פון מיין ג'אבס און אפשר איז אינטערעסאנט צימיטטיילן.
גלייך ווען כ'בין ארויס פון כולל (יא, ווער גלייבט אז די אנטי-כולל קהל'ס איז געזעצען א שיינע פאר יאר אין כולל) בין איך געגאנגען עפלייען פאר א דשזאב צי אהיים טראגן קינדער פון א פלעיגרופ, כ'קים אן צים אפיס ס'שמעקט פון ציגרעטלעך ס'ליגט דארט א קאוטש מיט ביר באטלעך אויסגעלייגט אויפן ערד אזא בחורישע מצב געוועין, דער בהע"ב קימט אריין און פרעיגט צי כ'האב א רעזומעי, ענטפער איך עים "וואס ווילסטו וויסן פינקטליך? איך האב געלערנט אין קראסנא 45 חדר, ספינקא-מעליץ ישיבה, און אין טשעחויב-מחנובקה כולל, נאך עפעס וואס די ווילסט וויסן?" ער איז געוועין געכאפט אין סערפרייז ר'האט זיך נישט געראכטן אויף אזא תשובה, ער פרעיגט מיך פארוואס איך האלט אז איך בין די פאסיגע קאנדידאט פאר די ג'אב, איך טראכט ביי מיך וואס דארף מען סה"כ אז איינער זאל דרייוון דעם דעמן ווען וואס וויל ער? איך זאל האבן א דעגרי אין פסיכאלאגיע? למעשה האב איך באקימען די ג'אב נאכן מיר פארדרייען א קאפ נאך אביסל, שוין מען נעמט זיך דרייון די ווען גייט אריבער א וואך וטשעק אין, אזוי האט ער גענימען שטיפען נאך דריי וואכן זאג איך עים אז אויב ווער איך נישט יעצט באצאלט קים איך נישט ציריק מארגן, בצר לו האט ער מיך געצאלט, און איינמאל די געלט איז געליגן פארזיכערט ביי מיר אין טאש האב איך עים געווינטשן "א גיט יאר און נישט צים ווידערזעהן, איך בין נישט אינטערעסירט צי ארבייטן פאר א אומארנטליכע מענטש" דער בחור שעלט נאך עד היום......
קשה פרנסה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואס האט מען זיך אויסגענומען, אז ער וועט צאלן יעדע וואך?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך ווייס נישט (וועיס נישט) אויב די מעשה באלאנגט אין מילתא דבדיחותא אדער אין מאחורי. אדער אינגאנצן נישט. והנה: אן אימיגראנט איז געקומען קיין אמעריקע. ער האט געזוכט א דזשאב. האט ער געטראפן א דזשאב ביי א פערטילייזער דיסטריביושן קאמפעני.
ס'איז געווען א שורה פון 12 מענטשן. דער ערשטער האט אויסגעגראבן די סחורה און איבערגעגעבן פאר א צווייטן. דער צווייטער פאר א דריטן. און אזוי ווייטער. ער. זייענדיג א נייער ארבעטער האט מען איהם געלייגט די לעצטע אין די שורה. ער האט דאס געדארפט ארויפלייגן אויפ'ן טראק.
מיט די צייט האט ער זיך ארויפגעארבעט. מ'האט איהם אייביג געריקט ארויף אין די שורה. ביז ער איז שוין אנגעקומען ביים גריב וואו מ'האט געגראבן די סחורה. יענעם טאג קומט ער אהיים און פארציילט פאר זיין ווייב...I don't have to take s*hit from anyone, anymore...!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל
איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט דא אבער איך בין זיכער אז די עולם וועט נישט זיין ברוגז
ווילט איר האבן פרנסה גרינג? דאן באזוכט דעם לינק
גלייבט מיר איך האב עס פרובירט
https://youtu.be/QkJNgal0RRE
ווילט איר האבן פרנסה גרינג? דאן באזוכט דעם לינק
גלייבט מיר איך האב עס פרובירט
https://youtu.be/QkJNgal0RRE