בלאט 1 פון 1

טראמפ'ס טעקס דאקומענט'ס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:45 pm
דורך אלע צוזאמען
ריבונו של עולם, פארדעם האט מען זיך געשלאגן פינף יאר?!

ענדליך נאך יארן פון לעגאלע קאמפן, מאכינאציעס, און דריידלעך, האט די 'האוז וועיס ענד מינס' קאמיטע ארויסגעלייגט געוועזענע 'פרעזידענט טראמפ'ס טעקס דאקומענט'ן, נאך יארן וואס די דעמאקראטן שרייען און פארפירן אז דער 'טראמפ' איז א באנדיט און גנב פארן נישט באצאלן קיינע שטייערן פאר די רעגירונג, שטעלט זיך ארויס אז ער האט טאקע נישט!, און אלעס איז 100% לעגאל, גארנישט וואס ער האט געטון איז אומלעגאל, און 'טראמפ' א ביזנעסמאן האט געטון פינקטליך וואס יעדע גרויסער ביזנעסמאן אין אמעריקע טוט, זיך ארויס געדרייט פון מעשר'ן זיין שווער פארדינטע געלט פאר 'פעטער שמואל'.

עכשיו, איז עס נארמאל אז ס'איז דא אזא מציאות אז די רייכסטע מענטשן אין 'אמעריקע' צאלן ווייניגער טעקס, ווי דער דורכשניטליכער מידל אינקאם ארבייטער, ניין, ס'נישט, וועגן דעם ווערט אבער נישט דער ביליאנער קיין באטריגער און שארטאלאן, סך הכל ניצט ער אויס די סיסטעם וואס לאזט אים דאס טון, די ארבייט ליגט אויף די רעגירונג צו איבערמאכן די טעקס קאוד, און פארמאכן די לעכער.

נו, אויב איז גארנישט באגראבן אין די דאקומענט'ן, איז פארוואס טאקע האט 'טראמפ' זיך געשטעלט אין די לענג אין די ברייט עס נישט צו לאזן ווערן פובליק? פארוואס נישט!, דאס איז די עכטע תירוץ, 'טראמפ' האט געזען אז די 'דעמאקראטן' ווילן עס, וויל ער עס נישט געבן, 'דער דאנעלד' איז דא פאר פובליסיטי, ס'דא עטענשען, פארהאן א קעמערע, איז ער דארט און ער עט זיך משוגע מאכן אלעס אבי צו באקומען די ספאטלייט, און זיינע שונאים פאלן פאר עס יעדע מאל.

זיין לעצטע שטיקל איז געווען בלויז געציילטע וואכן צירוק, ווען ער האט איין טאג גע'טראהט' א מעסעדזש, אז ס'קומט א 'מעידזשער ענאנסמענט', און די מידיע האט זיך איבערגעדרייט פאר א טאג, קאווערעדזש בחינם, דאן איז געקומען די באמבע, סך הכל אפאר NFT קארטלעך, און די מידיע האט אויסגעפלאצט אין א געלעכטער, 'דער שוטה, ווייסט ער נישט אז NFT איז שוין א פארגאנגעהייט,' 24 שעה שפעטער איז אבער 'טראמפ' ווידער געשטאנען מיט די געווינס אין האנט, און פיר מיליאן דאלער רייכער אין טאש, נאכן פארקויפן אלע קארטלעך, און די לינקע, זענען ווידער געשטאנען אפגעפאטשט און זיך געווינדערט, וויאזוי זיי האבן געלאזט.