בלאט 1 פון 1

עצות פאר אנגסט פראבלעמען

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 8:29 pm
דורך קאויטש פאטעיטאוי
שוין פון אלס קינד לייד איך אויף ענקזייעטי. מיין עלטערן זענען נישט געווען אזוי אפן צו די געדאנק, זיי האבן נאכנישט געוויסט וויאזוי זיך צו האנדלען דעמיט, האבן זיי נישט.
מיט די יארן איז עס געווארן ממש געפערליך. נאכן חתונה האט מיך גענימען צייט זיך אויפציוועקן און טון צים זאך און גיין פאר הילף. אובער עס רודף'ד מיר נאך די ענקזייעטי מחשבות און געפילן. אויף אזוי ווייט אז איך קען נישט טון טאג טעגליכן טאסקס און עס קען צומאל (פיל מאל) שטערן פאר מיין סביבה.
איך דארף עצות וויאזוי זיך צו ספראווען.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 8:37 pm
דורך היסטאריע
אויב די ווילסט נישט מעדיקאציע, קענסטו פראבירען פארשידענע ערליי טעראפיסטען, אדער א געוועהנליכע טעראפיסט, אדער cbt, אדער ביהעיוויורעל. א טעראפיסט איז ווי א שידוך, מוז זיין איינער וואס זאל קליקען מיט דיר, און זיך באמת אפגעבען, און פראבירען צו העלפען.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 9:38 pm
דורך קאצקע ציקער
פראביר קאהירענס טערעפי! סאיז א געוואלדיגע טערעפי וואס גייט צום שורש און היילט עס!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 10:41 pm
דורך קאויטש פאטעיטאוי
קאצקע ציקער האט געשריבן:פראביר קאהירענס טערעפי! סאיז א געוואלדיגע טערעפי וואס גייט צום שורש און היילט עס!
ווי טרעף איך די סארט טערעפי?

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 12:04 am
דורך שמעקעדיג
CBT איז אויך נישט אוועקצומאכן.

דאס בעסטע איז צו רופן RELIEF אדער א ענליכע רעפערל קאמפעני וואס דיעלן שוין יארן מיט עקספיריענס אין די ענינים, זיי קענען רעקאמענדירן סיי וועלכע סארט הילף צו נעמען און נאך וויכטיגער, ווער דער ריכטיגער שליח זאל זיין.

און פאר א זייטיגע וויץ - שרייבנדיג מוצ"ש - טרינק ווארעמס! מחבש לעצבותם, "חמין ב'מוצאי ש'בת מ'לוגמא "לעצבות". (אויב טייטש מען עצבות דעפרעשאן און ענקזייעטי).
איך האף אז דו נעמסט א ווערטל, איך וויל נישט ח"ו מאכן וויצן פון איינעמ'ס ליידן.

איך וואונטש דיר א גרינגע רעקאווערי בקרוב ממש.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 12:41 am
דורך רביה''ק זי''ע
איין פשוט'ע עצה איז צו טוישן דיין ניק/אוואטאר צו עפעס מער פאזעטיוו, פריש, און outgoing, נישט נאר אין קאוועשטיבל נאר אויף אלע דיינע סאציאלע מידיא קאנטעס, עפעס וואס מאכט דיך פילן גוט מיט זיך און גיבט דיך א גוטע self image, אנשטאט קאוטש פאטעיטא רוף זיך למשל פרייע פויגל, אקטיוויסט, בעל מרץ, א.ד.ג.

נאך אן עצה אויף דעם גאנג איז צו טוהן affirmations, די ערשטע זאך אינדערפריה גיי צום שפיגל און זאג "איך בין געלונגען! איך בין שיין! איך בין קלוג! יעדער האט מיך ליעב! איך קען טוהן אלעס וואס איך וויל! איך בין פריש און פרייליך!" א.א.וו., אזא בחינה ווי דאס. דאס בעסטע איז צו זאגן זאכן וואס זענען שווער, ווי שווערער אלץ בעסער... אויב ווייסטו נישט פון וואו אנצוהייבן קענסטו זוכן אין יוטיוב פאר "daily affirmations"

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:05 am
דורך צקון לחש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין פשוט'ע עצה איז צו טוישן דיין ניק/אוואטאר צו עפעס מער פאזעטיוו, און outgoing
עפעס אזוי ווי רביה"ק :lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 1:15 am
דורך נפה
אנגסט קען קומען פון פארשידענע סיבות, סא דו קענסט גיין צו א סאשעל ווארקער אדער א טעראפיסט וואס זאל דיר אויסהערן און זען וועלכע סארט טעראפי עס איז גוט פאר דיר און נאכדעם זיך א גוטע טעראפיסט פאר די סארט טעראפי.
דאס וואס היסטאריע זאגט א א טעראפיסט דארף קליקן ווי ביי א שידוך, איז נאר דער טעראפיסט וואס געבט די באהאנדלונג. (און אזוי ווי ביי א שידוך ווארט נישט אז פון די ערשטע פאר מאל זאלסטו שוין וויסן צו ער איז גוט פאר דיר)
ווי אויך זאלסטו חס ושלום זיך נישט אפהאלטען פון נעמען מעדיצין אדער עני זאך נאר פאר סטיגמע וכדומה.