בלאט 1 פון 1
מחיצות ביי קלענערע שמחות
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 11:04 am
דורך עדיאל
שבת בין איך ארויפגעגאנגען אפגעבן מזל טוב ביי א ישיבישע שמחה. דאס געזיצעריי דארטן וואלט געהייסן סקאנדאליש אין חסידי'שע היימישע קרייזן. איך בין זיכער אז אלעס דארט ווערט געפירט על פי הוראות הרבנים שליט"א, ווי עס פאסט פאר אזא חשוב'ע תורה'דיגע משפחה. נאר ביינונז פירט מען זיך אנדערש.
איז מיר ארויפגעקומען אויפ'ן געדאנק, וויאזוי פירן מיר זיך טאקע?
ס'נישט קיין שאלה להלכה, נאר א שאלה אין הלכה למעשה. איר פארשטייט, ס'האט נישט מיט קיין תשובה ספרים צוטון. נאר מיטן פוק חזי מאי עמא דבר.
געווענטליך ווען מ'דינגט ארויס א זאל פאר א שמחה זענען דא מחיצות. א שבע ברכות, בר מצוה, צו וואס. מענטשן קומען ארויף, ס'דא דרשנים, און מ'דארף דאך קענען שטיל מאכן אין עזרת נשים.
ווידעראום אז מ'רופט צו זיך א גאסט אויף שבת זיצן אלע ביים זעלבן טיש. אפילו ס'קומען פינף בחורים אנטלויפט נישט קיינער. בסך הכל אראנזשירט מען די זיצן אזוי אז די עקרת הבית און די מיידלעך פון שטוב זאלן נישט זיצן קעגן איבער די מענער געסט, נאר ביים אנדערן עק טיש. דאס איז שייך אפילו ביי פארהייראטע קינדער. מ'נוצט טאקטיק אין אויסשטעלן די זיצן משום הרחק מן הכיעור.
ס'דא משפחות וואו די פרויען פעקלען זיך איבער אין קיך ווען אימער ס'קומט א גאסט. אין ירושלים האב איך געזען משפחות אזוי. אבער ביים אלגעמיינעם היימישן ציבור אין אמעריקע מיין איך איז נישט אזוי. ווילאנג ס'דא פלאץ, זיצן אלע ביים דייניגרום טיש.
ווען מ'מאכט א שבת שמחה אינדערהיים, געווענליך איז נישטא קיין פלאץ ביי איין טיש. דאן בלייבן מענער אין דיינינגרום און פרויען אין קיך, צו אין אן אנדער צימער. מ'הענגט אפשר נישט קיין פארהענגען, אבער באזונדערע צימערן איז דא, ואין לך מחיצה גדולה מזו.
וואס איז ווען מ'האט ב"ה גרויס רחבות און ס'דא א ריזן דיינינגרום, קען מען זעצן צוויי מחותנים מיט זייערע משפחות ביים זעלבן טיש? אדער ווען ס'גאר א קליינע עולם? אדער א זאל אבער ס'נאר פעטערס מיט שוועגערינס, און אלע גייען ווינטשן גוט שבת פאר די זעלבע באבע?
די איבעיא איז, שמחה קובעת למחיצה או אולם קובע?
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 11:38 am
דורך היסטאריע
וואס איז ווען מ'האט ב"ה גרויס רחבות און ס'דא א ריזן דיינינגרום, קען מען זעצן צוויי מחותנים מיט זייערע משפחות ביים זעלבן טיש? אדער ווען ס'גאר א קליינע עולם
יעדער דארף קענען זיין עולם און זייערע הארמאנען.
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 12:13 pm
דורך [NAMELESS]
אן אריינגיין אינעם הלכה'דיגע חלק, פארוואס זאל מען נישט אפטיילן מיט מחיצות. די צוויי מינים האבן ממילא נישט בשותפות'דיגער שמועסערייען, ספעציעל ביי חסידים. אזוי וועט אויסקומען אז ביי ביידע זייטן פון די מחיצה וועט מען קענען רואיג פארברענגען יעדער מיט זייערע נושאים...
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 12:18 pm
דורך קהל'ס נער
נישטא קיין הגדרות אויף דעים, אזויווי די זאגסט ווייל ס'נישט קיין הלכה שאלה.
ביי מיין משפחה למשל, ווען מען מאכט א שמחה/פארטי אינדערהיים איז עס מחיצה'לאז אבער איינמאל ס'קומט אן לכלל אולם דעמאלטס איז יא דא א מחיצה. כ'האב אריינגעטראכט אביסל ביז כ'האב געכאפט זייער פשוט די סיבה, אינדערהיים ווייסט קיינער נישט וואס גייט פאר טיט מען וויאזוי מען פארשטייט אז ס'איז ריכטיג, אבער איינמאל ס'איז אין א האלל קענען אנדערע מענטשן זעהן, מילא קימט אריין די פיער פרעשיר אז מען וויל דאך נישט זיין די "אויפגעקלערטע" "מאדערנע" "משכיל" מילא לייגט מען ארויף א Wall of Shame צווישן די ג'ענדערס.
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:09 pm
דורך פישל
די שאלה איז מער וויאזוי, ווען, און פארוואס דאס איז געווארן איינגעפירט.
אויב על פי הלכה איז דאס נישט קיין פראבלעם, פארוואס סעגרעגעיטן די צוויי דשענדערס אויף אזוי ווייט?
ווען פונקטליך האט זיך די אזוינע גערופענע פעיר פרעשור זיך אנגעהויבן? און פארוואס?
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:42 pm
דורך קהל'ס נער
מען דארף פרעגן די היסטאריקער צווישן אונז אבער ס'קלאר אז פאר נישט צו לאנג צוריק פלעגן ביידע עלטערן קומען צו PTA, דינערס פאר די מוסדות פלעגט זיין פאר ביידע מינים אן קיין מחיצה, היימישע פלעיס זענען געוועהן פאר ביידע מינים אן קיין מחיצה, יונגערע כיתות אין די מוסד זענען געוועהן געמישט אפילו די גאר היימישע מוסדות ענד סאו אן ענד סאו פארטה.
און די טשערי אן טאפ איז אז אונזערע זיידעס און באבעס זענען צוזאמען געגאנגען אין סקול און אונגארן, יא יא אפילו אין די חסידיש גענויגטע אונטערלאנד, פרעג נאר דיין זיידע און באבע. אגב, גיי קוק איבער די משפחה בילדער פון יענע תקופה אסאך "מסורה" וואס אונז האסן וועט צוגיין ווי א זייפן בלאז.
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:49 pm
דורך פרנס החודש
עדיאל האט געשריבן:ס'דא משפחות וואו די פרויען פעקלען זיך איבער אין קיך ווען אימער ס'קומט א גאסט. אין ירושלים האב איך געזען משפחות אזוי. אבער ביים אלגעמיינעם היימישן ציבור אין אמעריקע מיין איך איז נישט אזוי. ווילאנג ס'דא פלאץ, זיצן אלע ביים דיינינגרום טיש.
געווענליך ארבייט עס אז ווי מיאוס'ער די פרויען זענען אנגעטון, אלץ מער שעמען זיי זיך פון די מענער. ובכן ביי די טשאלמעס ודומיהן מוזן זיי אנטלויפן אין קיך.
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 3:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז ס'איז גאנץ פשוט, נאנטע פאמיליע האבן געווענליך געמיינזאמע טאפיקס פון וואס מ'קען שמועסן, די שידוך פון פעטער מענדל די גט פון מומע מענדל, א.א.וו., ברייטערע משפחה מיט וועם מ'האט שוין נישט אזא געמיינזאמע שפראך ווייל די מענער זענען פארנומען מיט ראש לימבאו און די פרויען מיט קים קארדאשיען איז דא א חלל וואו די OCD וואס רופט זיך קריבה לעריות/הירהורי מצווה/וואטעווער האט וואו זיך באקוועם צו מאכן.
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 4:24 pm
דורך פישל
כ'מיין אז מיין שאלה איז יעצט מער "וויאזוי" ווי איידער "פארוואס".
"וויאזוי" האט זיך די OCD אזוי עוואלווד דורכאויס די יארן? וואס איז די גורם דערצו? די דור נאך די מלחמה האט דאך געוואוסט וואס ס'איז געוועהן פאר די מלחמה, וויאזוי איז עס געשעהן אז מ'האלט יעצט אפאר דורות שפעטער און ווי א יאהר ס'גייט אריבער אלס ערגער ווערט די סעגרעגעשאן? אז מ'קען שוין ממש נישט זיצן ביי איין טיש ביי א משפחה שמחה?
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 5:59 pm
דורך שמן למאור
פישל, ס'איז זייער פשוט. נאכן מלחמה איז געווען גאר שווער צו בלייבן א ערליכע איד, רוב אידן זענען אנגעקומען דא עלנד אליין אן קיין משפחה, און אסאך, פול מיט טענות אויפן באשעפער. איך האב געקענט אפאר עלטערע אידן וואס די דזשוינט (אן ארגעניזאציע וואס האט ארויסגעהאלפן אידן זיך איינגלידערן אין אמעריקע, און האט זיי געשטיצט מיט געלט און עדיוקאציע, אבער זיי האבן געהאט תנאים, און זיי האבן געוואלט פארשפרייטן אידן איבער גאנץ אמעריקע) האט זיי פארשיקט צו די ווייטע סטעיטס. זיי האבן יעדע וואך אוועקגעלייגט געלט און ווען די יאר פון שטיצע האט זיך געענדיגט האבן זיי זיך באלד אויפגעהויבן און זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג צו קענען זיין נעבן די רבי'ס און רבנים.
עס האט זיך אזוי איוואלווד אזא סורייוול אוו די עקסטרעם ערליכע, ווען די שוואכערע פאלן ארויס און בלייבן אין קליוולאנד אדער סינסענארי. די היימישע אידן האבן געקענט באשטיין אנצוטון שטריימלעך און בעקיטשעס אשר לא ראו אבותיהם מעולם.. אקעי טייל פרויען האט געשטערט די פרומקייטן אבער אז די רוח איז געווען פרום, איז עס שוין געפארן אויף דעם ריכטונג. און איינמאל עס פארט אויף דעם שביל פון עקסטרעמיזם מוז דאך יעדער ווערן ערליכער און עקסטרעמער, און אזוי ווערט עס ערגער פון טאג צו טאג, ביז עס וועט איין טאג פלאצן בעזהשי"ת.
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 8:57 pm
דורך מרדכי מרדכי
אלץ בחור האב איך טיילמאל געגעסן ביי משפחות וואס איך בין געיצן אקעגנאיבער די פרויען, אויכעט איינמאל ביי א צווייטע משפחה ווי די בני בית איז געגאנגן זיין ביים קארנער, אלס קינד פלעגן אונז האבן א פרומע ערליכע גאסט און מיין מאמע איז געזיצן אקעגנאיבער עם, אויב איז אבער געווען א שמחה אין א זאל איז אייביג געווען א מחיצה אפילו עס איז נאר געווען נאנטע משפחה, איך קען אויך משפחות וואס לייגן א מחיצה ביים מצווה טאנץ.
נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 12:25 am
דורך שמעון וואלף
אין א זאל איז דא מחיצות אוועילעבל ניצט מען עס, אבער אין שטוב איז נישטא און אפילו ווען יא ליגט עס אין גאראזש אדער סטארעזש, ובמקום טירחא יתירה לא גזרו.
נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 8:09 pm
דורך מרדכי מרדכי
עס פעלט אבער נישט אויס צי ניצן, אויב עס איז דא נאר נאנטע משפחה, וואס די איינציגסטע "פרעמדע" זענען שוועגערינס וואס מען עסט מילא ציזאמען אין דיינינגרום א יעדע שבת.
אויכעט אויב פארפירן די עלטערן ווען א מאן גייט אריין ביי די פרויען אדער פארקערט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 8:20 pm
דורך פישל
שמן למאור האט געשריבן:פישל, ס'איז זייער פשוט. נאכן מלחמה איז געווען גאר שווער צו בלייבן א ערליכע איד, רוב אידן זענען אנגעקומען דא עלנד אליין אן קיין משפחה, און אסאך, פול מיט טענות אויפן באשעפער. איך האב געקענט אפאר עלטערע אידן וואס די דזשוינט (אן ארגעניזאציע וואס האט ארויסגעהאלפן אידן זיך איינגלידערן אין אמעריקע, און האט זיי געשטיצט מיט געלט און עדיוקאציע, אבער זיי האבן געהאט תנאים, און זיי האבן געוואלט פארשפרייטן אידן איבער גאנץ אמעריקע) האט זיי פארשיקט צו די ווייטע סטעיטס. זיי האבן יעדע וואך אוועקגעלייגט געלט און ווען די יאר פון שטיצע האט זיך געענדיגט האבן זיי זיך באלד אויפגעהויבן און זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג צו קענען זיין נעבן די רבי'ס און רבנים.
עס האט זיך אזוי איוואלווד אזא סורייוול אוו די עקסטרעם ערליכע, ווען די שוואכערע פאלן ארויס און בלייבן אין קליוולאנד אדער סינסענארי. די היימישע אידן האבן געקענט באשטיין אנצוטון שטריימלעך און בעקיטשעס אשר לא ראו אבותיהם מעולם.. אקעי טייל פרויען האט געשטערט די פרומקייטן אבער אז די רוח איז געווען פרום, איז עס שוין געפארן אויף דעם ריכטונג. און איינמאל עס פארט אויף דעם שביל פון עקסטרעמיזם מוז דאך יעדער ווערן ערליכער און עקסטרעמער, און אזוי ווערט עס ערגער פון טאג צו טאג, ביז עס וועט איין טאג פלאצן בעזהשי"ת.
ר' שמן, דאס איז לכאורה אן אמת'ע טעאריע.