בלאט 1 פון 1

שלאגן קינדער אין חדר... א גוטע זאך? קען זיין! אבער וויאזוי?

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 2:46 pm
דורך כוואליעס
בס"ד

וויבאלד איך בין עוסק במשך די טאג מיט קינדער וואס דארפן ספעציעלע הילף, קומט מיר אויס אסאך מאל צו זיצן אין מלמדים שטוב און מיטהאלטן געוויסע שמועסן צווישן די מלמדים. עס איז דא אסאך וואס צו דערציילן איבער וואס עס טוט זיך אפ דארט, אבער דאס וועלן מיר לאזן פאר א צווייטע מאל, יעצט וויל איך דערציילן א שמועס וואס איך האב מיר אונטערגעהערט, אבער פארדעם דארפט איר באקומען א בליק ווער זענען די שמועסערס.

מען רעדט דא פון צוויי אינגעלייט, וואס ווען זיי קומען דיר אנטקעגן פילסטו שוין זייער אנגעצויגענע ערנסטקייט וואס ליגט אויסגעשפרייט אויף זייער פנים. פון דערווייטענס קענסטו שוין זען די שאטן פון די שרעקעדיגע שווארץ און ווייסע ברילן, זייער שטרענגע בליקן לאזן איבער טראומה פאר לאנגע דורות, בקיצור, "מלמדים".

יעצט טייערע חברים, אויב זענט איר אלס קינד געווען נייגעריג צו וויסן וואס טוט זיך אפ אין דעם פחדימ'דיגע "מלמדים צימער", לאמיר אייך געבן א ערשטהאנטיגע באריכט פון א טיפישע געשפרעך צווישן צוויי מלמדים, איינער פון כיתה ו' און דער צווייטער פון כיתה ז' (מאכט זיכער אז איר זיצט).

לאמיר אנרופן די כיתה ו' רבי ראובן און די כיתה ז' רבי שמעון.

ראובן: נא שמעון, וויאזוי געסטו דיר אן עצה מיט ישראל וויינשטאק א ווילדע בחור! וואס?
שמעון: פרעג בעסער נישט, איך האב געהאט צוטאן נישט נאר מיט אים נאר אויך מיט זיין טאטע.
ראובן: וואס הייסט?
שמעון:אזויווי דו הערסט, איין טאג רופט מיר די מנהל אריין אין אפיס און ווער מיינסטו זיצט דארט? משה וויינשטאק, שראלי'ס טאטע!
ראובן: טאקע? וואס האט ער געוואלט?
שמעון: געבן א טיפ לכבוד ראש חודש...!!! קענסטיך שוין פארשטעלן וואס ער האט געוואלט, ער האט מיר אנגעשריגן אין פראנט פון די מנהל, וואס מיינסטו איז שוין געווען זיין טענה? אז איך האב געשלאגן זיין זון, האב איך אים געזאגט "זיי מחנך דיין זון וועל איך אים נישט דארפן שלאגן". זאגט ער מיר, מילא שלאגן איז איין זאך, אבער וואס באדערט מיר איז, אז דו האסט געלאכט בשעת'ן שלאגן... וואס מאכט ער זיך נאריש, וואס וויל ער פון מיר?
אזוי איז די שמועס ווייטער געגאנגען ווי נאריש די טאטע איז וכו'.

איינער קען דאס מסביר זיין???
דו ביסט א נארמאלע מענטש??? דו ווייסט וואס מיינט שלאגן א קינד בשעת דו לאכסט???
דו האסט ליב צו שלאגן, גיי ארבעט אין א תפיסה, שלאג קרימינאלן, וואס ווילסטו פון א אומשולדיג קינד???

צו שלאגן איז א גוטע זאך אדער נישט, איז א אנדערע נושא, לאמיר זאגן אז יא, איז זיכער דא א וועג ווי אזוי צו שלאגן, נישט מיט א גרויסע שמייכל!

ווען א מלמד פלעגט אמאל שלאגן א קינד (איך רעד נאך פון פאר די מלחמה) האט עס באמת וויי געטון פאר די מלמד, ווען א טאטע שלאגט זיין קינד טוט עס אים באמת וויי (געווענטליך).
וואס איז פשט פון די קאלטבלוטיגע שלעגערס??? נאכדעם גייט ער מיר קומען שרייען אז סמארטפון'ס איז די נסיון פון די דור!!! ס'טו געהערט א מעשה???

צום לעצט: אין ש"ע ווערט גע'פסק'נט זייער קלאר: מען מעג שלאגן א קינד "נאר" אויב מען ווייסט קלאר אז די קינד גייט נישט ווערן אויפגערעגט און חוצפה'דיג וועגן די פעטש,
איבריג צו זאגן אז ווען מען שלאגט מיט א ברייטן שמייכל...

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 2:58 pm
דורך סבא דבהתא
יישכ”ח פאר די באשרייבונג.
איך וויל נאר וויסן, נאך דא פלעצער ווי מ’שלאגט היינט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 3:05 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
אוודאי איז סמארט \פאנס דער פראבלעם, ווייל ווען נישט סמארטפאונס וואלטן די שלעגער געקענט ווייטער טון וואס זיי ווילן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 4:00 pm
דורך מיליאנער
היינטיגע צייטן איז עס שוין לאנג נישט אזוי.

אויב האסטו יא מיטגעהאלטן אזא מעשה דאן האסטו אן אחריות צו זען אז די צוויי אידן זאלן מער נישט זיין קיין מלמדים.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
גראדע אין קרית יואל און וומסב"ג שלאגט מען נאך אביסל (נישט מיט רציחה ווי אמאל).
איך האב שוין אמאל געשריבן ערגעץ אין שטיבל אז איך האלט נישט עס איז א שלעכטע זאך, הגם @וואלווי און אנדערע חשוב'ע חברים האבן מיר געצויגן דעם אויער פאר'ן טראכטן אזוי...

אלענפאלס איך גלייב שווער אז היינט זענען נאך פאראן אזעלכע שלעגער בלויז פאר'ן תאוה צו שלאגן און זיי שמייכלען בשעת מעשה.
און אויב יא זאלן זיי זיך ביטע זוכן אנדערע דזשאבס, (און נישט ארבעטן אין קיין תפיסות, זיי דארף מען אויך נישט שלאגן מיט א שמייכל סתם אלס רציחה).

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 11:00 pm
דורך שמעקעדיג
כוואליעס האט געשריבן:ווען א מלמד פלעגט אמאל שלאגן א קינד (איך רעד נאך פון פאר די מלחמה) האט עס באמת וויי געטון פאר די מלמד
אזוי גאר??? :roll:

נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:39 am
דורך איך אויך
שמעקי, וואס איז דער פראבלעם מיט שלעפן דיין אויער? (נישט מיט רציחה ווי אמאל).