בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
מיר האלטן שוין פרשת ויחי, די פרשה מיט וואס עס שליסט זיך די פילע קאפיטלען וואס זענען זיך פארלאפן אין ספר בראשית, די תורה הקדושה דערציילט אונז וואס האט פאסירט מיט יעקב אבינו און זיינע קינדער זייענדיג אין מצרים, די ברכות וואס יעקב אבינו בענטשט זיינע קינדער, און דערנאך די פטירה פון יעקב און יוסף.
די פרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער וַיְחִי יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם שְׁבַע עֶשְׂרֵה שָׁנָה, און רש"י זאגט אויפן פלאץ "ויחי יעקב - למה פרשה זו סתומה, לפי שכיון שנפטר יעקב אבינו נסתמו עיניהם ולבם של ישראל מצרת השעבוד שהתחילו לשעבדם", אז דערפאר איז די פרשה 'פארמאכט' אנדערש ווי אלע אנדערע פרשיות אין די תורה וואס ענדיגן זיך מיט א געוויסע ריוח און א הפסק צווישן איין פרשה אין די קומענדיגע [אמאל איז דא א 'פפפ' אינעם חומש ביים סוף פון א סדרה וואס באדייט 'פתוחה' אז די שורה אינעם ספר תורה מוז בלייבן אפן ביז צום סוף, און די נעקסטע פרשה הייבט זיך אָן אויף די נעקסטע שורה, און צומאל איז דא א 'ססס' וואס מיינט אז עס איז 'סתומה' און מ'לאזט נאר א ליידיגע ריוח די פלאץ פון ניין אותיות, און דערנאך איז מען ממשיך די קומענדיגע פרשה אויף די זעלבע שורה. על כל פנים ס'איז אלעמאל דא א הפסק אינעם ספר תורה צווישן איין סדרה און די קומענדיגע, אויסער דא וואס פרשת ויגש איז ממש אינגאנצן 'סתומה' און מ'מאכט נישט קיין שום ליידיגע ריוח, נאר די ווערטער "ויחי יעקב" הייבן זיך אָן גלייך נאך פרשת ויגש] און דאס איז מרמז אויף די שווערע מצב פון כלל ישראל, וואס דא ווען יעקב אבינו איז נפטר געווארן, "נסתמו עיניהם ולבם של ישראל" זייערע אויגן און הערצער זענען געווארן פארשטאפט פון די שווערע ארבעט אין מצרים וואס האט זיך תיכף דעמאלטס אנגעהויבן.
און אז די תורה הקדושה הייבט אָן אונזער פרשה מיט א רמז אויף די שווערע מצב פון נסתמו עיניהם ולבם של ישראל, דארפן מיר דאָך זוכן וואס דער רמז קומט אונז לערנען, און וואס פאר א חיזוק קענען מיר זיך אפלערנען אין אונזער לעבן, ווען א איד באגעגנט ח"ו אמאל א מצב ווען עס ווערט "נסתמו עיניו ולבו" ער גייט חלילה אדורך א שעת נסיון, די מצב איז שווער און ביטער; וואס איז די עבודה דעמאלטס און וויאזוי איז מען זיך מחזק צוצוקומען צום ריכטיגן "חזק חזק ונתחזק" וואס מיר שרייען אויס ביים סוף פון אונזער פרשה, וואס הייבט זיך טאקע אָן מיט א נסתמו אבער עס ענדיגט זיך מיט ברכות און התחזקות.
נאך א גאר אינטערסאנטע זאך שפילט זיך אפ אין אונזער פרשה, ווען יעקב אבינו האט געשיקט רופן יוסף מיט זיינע קינדער צו איהם ווייל ער וויל זיי בענטשן, אבער פלוצלינג שטייט "וַיַרְא יִשְׂרָאֵל אֶת בְּנֵי יוֹסֵף וַיֹאמֶר מִי אֵלֶה", ווען יעקב אבינו האט געזעהן זיינע אייניקלעך מנשה און אפרים, געבט ער א פרעג "מִי אֵלֶה - ווער זענען די קינדער?" און יוסף ענטפערט איהם "בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹקִים בָּזֶה" דאס זענען מיינע קינדער וואס השי"ת האט מיר געגעבן דא, וַיֹּאמַר קָחֶם נָא אֵלַי וַאֲבָרֲכֵם, און יעקב האט איהם געזאגט ברענג זיי צו מיר און כ'וועל זיי בענטשן. פארשטייט זיך אז מ'קען נישט אפלערנען דעם פסוק פשוט פשט, ווייל יעקב האט דאָך גוט געוואוסט ווער מנשה און אפרים זענען, זיי האבן זיך שטענדיג געדרייט ביים זיידן, און ער האט זיי פיין געקענט, נאר ווי רש"י ערקלערט "בקש לברכם ונסתלקה שכינה ממנו, לפי שעתיד יְרָבְעָם ואַחְאָב לצאת מאפרים, ויֵהוּא ובניו ממנשה" יעקב אבינו בשעת ער האט געוואלט גיין בענטשן די אייניקלעך, איז פלוצלינג די שכינה אוועקגעגאנגען פון איהם, אין די סיבה איז געווען וויבאלד עס וועלן ארויסקומען רשעים פון מנשה און אפרים אין די צוקונפט, יְרָבְעָם, אַחְאָב, און יֵהוּא מיט זיינע קינדער, און דעריבער האט די שכינה נישט גערוהט דארט. ווען יעקב אבינו האט מרגיש געווען וואס דא האט פאסירט, רופט ער זיך אָן "מִי אֵלֶה - מהיכן יצאו אלו שאינן ראוין לברכה, פון וואו שטאַמען די קינדער וואס זענען ליידער נישט ראוי צו ווערן געבענטשט". און אויף דעם איז געווען די תשובה פון יוסף הצדיק "בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹקִים בָּזֶה" און ווי רש"י ערקלערט "הראה לו שטר אירוסין ושטר כתובה" אז יוסף הצדיק האט געוויזן פאר זיין טאטע זיין שטר אירוסין די שטר מיט וואס ער האט מקדש געווען זיין ווייב כדת משה וישראל און אויך די כתובה וואס ער האט געשריבן ווי די חכמים פארלאנגען, ווי עס איז מרומז אינעם ווארט בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹקִים "בָּזֶה" בזה איז טייטשט 'מיט דעם' דורך אט די שטרות האב איך חתונה געהאט ווי די תורה פארלאנגט און זיי זענען כשר'ע קינדער, און דערנאך לייגט רש"י צו, "ובקש יוסף רחמים על הדבר, ונחה עליו רוח הקדש" יוסף האט מתפלל געווען, און די רוח הקודש איז צוריק געקומען צו יעקב, די שכינה האט ווייטער גערוהט אויף איהם, און יעקב האט זיי טאקע געבענטשט.
וואס באמת די גאנצע ענין איז איין שטיק וואונדער, קודם כל דאס וואס יוסף נעמט דאס אָן אזוי געמיטליך און רואיג... יוסף הצדיק וואלט געקענט ווערן שטארק געטשעפעט און וויי-געטוהן דורך די עצם שאלה וואס זיין פאָטער פרעגט איהם "מִי אֵלֶה - ווער זענען די קינדער?", דאס איז דאָך די גרעסטע באליידיגונג ווען א מענטש וואס מ'קען איהם גוט שוין א לאנגע צייט, און איין טאג פרעגט מען איהם פלוצלינג, זאג נאר ווער ביסטו? וויאזוי הייסטו?.
אבער נאך אסאך מער פון דעם, יוסף איז דאָך דער הייליגער 'יוסף הצדיק' וואס האט געוויס באלד מרגיש געווען און מיטגעהאלטן וואס דא האט פאסירט, ער פארשטייט אז די שכינה הקדושה איז אוועקגעלאפן ווען זיינע קינדער זענען געקומען צו גיין (און ווי מיר זעען אז שפעטער איז ער מתפלל דעראויף) און ער וואלט זיך געדארפט נעמען צום הארצן, און ווערן צובראכן און דערשראקן פון דעם מצב, ווער ווייסט וואס פאר א גרויסע פגם עס געפונט זיך אין איהם אדער אין זיינע קינדער ח"ו, אבער אנשטאט דעם זעען מיר ווי יוסף הצדיק ענטפערט באלד פאר זיין טאטע בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹקִים בָּזֶה, דאס זענען מיינע קינדער, און דא איז מיין שטר אירוסין און כתובה, אלעס איז פיין און וואויל...
לאמיר זיך פאָרשטעלן בדרך משל, ווען א מענטש געפונט זיך ביים דאקטער, און דער דאקטער האלט זיך אינמיטן אומקוקן אויף די רעזולטאטן פון א 'עֶקסרֶעי' אדער א טעסט וואס ער האט נארוואס גענומען פונעם פאציענט, און פלוצלינג ווערט זיין פנים ערנסט און פארקנייטשט, און ער רופט צו א צווייטע דאקטער און פרעגט איהם זיין מיינונג אויף עפעס א געוויסע פינטל וואס ער זעהט דארט... פארשטייט זיך אז די הארץ פונעם פאציענט וועט קלאפן מיט א שרעקליכע זארג, ער וועט זיצן און ווארטן מיט די נשמה אין די הענט צו הערן פונעם דאקטער וואס באדייט טאקע דעם פלעק וואס ער באמערקט דארט, ער קען קוים ווארטן צו הערן אז ס'איז גארנישט און ס'נישט דא פון וואס זיך צו זארגן. על אחת כמה וכמה, ווען מ'רעדט פון יוסף הצדיק וואס איז אדורכגעגאנגען אלע נסיונות אין מצרים, יוסף הצדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען צו בלייבן ערליך און הייליג, יוסף הצדיק וואס האט מגדל געווען זיינע קינדער בדרך התורה אפילו דארטן אינעם ערות הארץ, און פלוצלינג אזא זאך? די שכינה הקדושה דערווייטערט זיך פון איהם? געוואלד, פארוואס?! אבער יוסף הצדיק ווערט נישט פארלוירן, ער שרייט נישט און וויינט נישט, ער פאָרשט נישט על מה זה ועל מה זה, נאר ער איז מסביר פאר זיין טאקע אז די כתובה איז כשר און אלעס איז אין ארדענונג און אז ער זעהט נישט קיין שום סיבה פאר די סילוק שכינה.
און נאך מער, לאמיר טאקע אריינקלערן די אומאַנגענעמליכקייט דערפון, די בזיונות, ווי יוסף הצדיק דארף שטיין און ארויסנעמען זיין שטר אירוסין און כתובה און זיך פארענטפערן אז אלעס איז כשר וישר, זיינע קינדער זענען נישט ח"ו פסול צו זיין א חלק פון כלל ישראל. פארוואס טוט ער דאס טאקע? וואס טויג איהם די בושות? און פארוואס האלט ער אז דאס וועט העלפן צוריק ברענגן די שכינה וואס איז פארהוילן געווארן פון זיין טאטע יעקב?.
נאר כדי צו פארשטיין אביסל דעם ענין לאמיר מקדים זיין א דערהער וואס איז נוגע און קען אונז צונוץ קומען אין אונזער טאג טעגליכע לעבן:
מיר זענען אלע צוגעוואוינט אז ווען מיר דארפן סיי וועלכע ישועה, ווען א מענטש איז אין א קלעם, ער גייט אדורך א שוועריגקייט פון קליין ביז גרויס, אדער א עת צרה ח"ו, דאן זוכט מען זיך 'אונטערצונעמען' גרויסע און הייליגע קבלות וואס וועלן שפאלטן די הימלען, מען זוכט מעורר רחמים צו זיין דורך פארשידענע גרויסע און הייליגע פעולות וואס וועלן ערוועקן און ברענגן די ערווארטעטע ישועה. צומאל זעהט מען מענטשן וואס זענען גרייט צו פארן פון איין עק וועלט צו די אנדערע, ער וויל פּוֹקֵד זיין די קברים פון גרויסע צדיקים, ער וויל אויפטוהן גרויסע פראיעקטן, ער וויל מקיים זיין זעלטן שטארקע ענינים פון צדקה וחסד, און אזוי ווייטער. אבער אין די זעלבע צייט קענען זיי שטארק נאכלאזן ח"ו אין זייער טאג טעגליכע עבודה, דער מענטש איז צוקלאפט און צובראכן, דאס דאווענען ווערט אפגעשוואכט, זיין קביעות עתים לתורה ווערט צעוואסערט, ער פארלירט זיין יישוב הדעת און באזעסנקייט אין שטוב צו זיין א טאטע אדער א מאמע צו די קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי, וואס דאס אלעס הייסט געמאכט א טפל פונעם עיקר, און אויפגעזוכט עפעס א טפל און געמאכט דערפון א עיקר.
עס האט דערציילט א בחור וואס איז אמאל אדורכגעגאנגען א שווערע תקופה ווען זיין טאטע איז ל"ע געווען זייער נישט געזונט, און ער איז זיך געגאנגען אדורכשמועסן מיט זיין ראש ישיבה, און איהם פרעגן וואס ער זאל טוהן, וואס זאל זיין זיין קבלה אין אזא עת צרה. דער ראש ישיבה האט איהם אויסגעהערט בכובד ראש, און דערנאך געזאגט, מיין עצה צו דיר איז אז דו זאלסט זיך שטארקן און פראבירן אנצוגיין מיט דיין סדר היום אזויווי ביז יעצט, די בעסטע וואס נאר מעגליך. ווען דער בחור האט אויסגעדרוקט זיין וואונדער, וויבאלד ער האט פארשטאנען מיט א פשטות אז זיין קבלה דארף זיין עפעס פיל גרעסער און שווערער פון דעם, האט איהם זיין רבי געגעבן צו פארשטיין, וויסן זאלסטו, אז 'די היינטיגע טאג' קומט קיינמאל נישט צוריק, מען קען עס נישט איבערמאכן, און מ'קען נישט שפעטער אנפילן דעם חלל וואס ווערט געשאפן אויב מ'נוצט נישט אויס א טאג ווי עס דארף צו זיין, און דיין גרעסטע נסיון אין די יעצטיגע תקופה וועט אודאי זיין אז דער יצר הרע וועט דיך פראבירן מבלבל זיין מיט אלע סארטן מחשבות פון עצבות, דאגה, און ייאוש, וואס וועט גורם זיין אין דיר א רפיון און א שוואכקייט, נישט צו לערנען, נישט צו דאווענען, ארויסצופאלן פון די סדרי הישיבה, דעריבער דארף אויף דעם זיין דיין עיקר מלחמה און ציל צו שטיין שטארק, נישט צו פארפּאַטשקענען די טעג און זיין לאזן גיין לאיבוד דורך זיי פארשלאפן, און דאס וועט נאך האבן אסאך גרעסערע חשיבות אויבן אין הימל, ווייל טאקע אזעלכע 'קליינע מעשים' פון מסירות נפש, ווען מ'שטרענגט זיך אָן צו טוהן דעם רצון ה' ווען ס'איז שווער, די הארעוואניע וואס מ'לייגט אריין צו בלייבן וואויל און ערליך ווען עס קומט נישט אָן גרינג, דאס נעמט דער אייבישטער אָן כעולה וכקרבן, און דאס וועט זיין פאר דיר די גרעסטע זכות...
און באמת איז דאס גאר א גרויסע און הייליגע כלל! ווייל א איד דארף מאכן זיכער אז ער לעבט אפ יעדן טאג פון זיין לעבן ווי עס דארף צו זיין, ער טאר נישט אפלאזן די יסודות, די עיקרים פון א איד, מען טאר נישט אפשוואכן די טאג טעגליכע עבודה וואס דאס איז דאָך ממש די א' ב' פון זיין א איד. און ווען א מענטש איז צובראכן און צוקלאפט, מען האט נישט קיין מוט און קיין שטארקייט, ערשט דעמאלטס דארף מען שטיין על המשמר און אכטונג געבן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן אפגעשוואכט און נאכלאזן פון די וויכטיגע זאכן.
ווער רעדט נאך פון א טאטע און מאמע, עלטערן וואס האבן אן אחריות צו פירן א שטוב, זיי מוזן זיין דארט פאר זייערע קינדער, ווי מיר האבן מאריך געווען אין פרשת ויגש איבער די כוח וואס עלטערן האבן אריינצוגעבן ווארימקייט און חיות אין די קינדער, איז דאָך קלאר אז זיי טארן נישט לאזן די טעג פארפאלן גיין, זיי טארן נישט נאכלאזן פון די טאג טעגליכע הנהגות אין שטוב, זיי טארן נישט לאזן די חינוך און די ווארימקייט פארפאלן גיין! ווייל ווי געזאגט די טעג קומען קיינמאל נישט צוריק (זעה אין אור החיים הקדוש אין אונזער פרשה, אויפן פסוק מ"ז כ"ט ויקרבו ימי ישראל למות, אז יעדן טאג האט א באזונדערע ניצוץ און א באזונדערע כוח וואס א איד דארף מתקן זיין, און דערנאך גייט עס אוועק פון איהם) און אויף דעם האט מען נישט שפעטער נאך א געלעגנהייט עס צו קענען פאררעכטן, און דערפאר איז וויכטיג ביז גאר זיך צו שטארקן און מוטיגן מיט אלע כוחות, פראבירן זיך מחזק זיין ווי ווייט מעגליך, און אנגיין מיט א גוטע און אויסגעהאלטענע סדר היום, טוהן וואס עס איז די רצון ה' פון מיר 'היינט' און 'יעצט', און טאקע אט די פשוט'ע טאג טעגליכע זאכן וואס מ'שטרענגט זיך אָן צו טוהן מיט מסירות נפש אזויווי אלעמאל, דאס וועט זיין די גרעסטע זכות.
מענין לענין באותו ענין, עס איז מיר אויסגעקומען צו כאפן א הארציגע שמועס מיט א איד וואס מאכט מיט א געוויסע קרענק ל"ע און ער גייט אדורך א שווערע תקופה, אבער דער איד איז געווען איין שטיק שמחה און התחזקות, עס האט זיך נישט דערקענט אין זיינע ווערטער אפילו א ברעקל דאגה אדער צער, ווען איך האב נישט געקענט באהאלטן מיין וואונדער איבער זיין געוואלדיגע רואיגקייט און שלוות הנפש, האט ער מיר געזאגט ווי פאלגענד: איך האב באשלאסן ביי מיר אז כ'וויל מיין יארצייט זאל זיין דווקא אינעם טאג וואס ס'וועט קומען די צייט לאחר מאה ועשרים און דער אייבישטער וועט דעמאלטס צוריק נעמען מיין נשמה, נישט אינעם טאג וואס איך בין דיאגנאזירט געווארן מיט מיין מחלה! אויב וועל איך יעצט ווערן צוזאמגעבראכן און נידערשלאגן ביי זיך, מיינט דאס אז איך בין שוין געשטארבן פאר די צייט, און איך בין בשום אופן נישט מסכים דערצו!
ליידער לעבן מיר אין א וועלט וואו יעדע זאך ווערט געמאסטן לויט די 'חיצוניות' און ס'ווערט אפגעשאצט לויט די דרויסנדיגע מאָס, ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל מאריך געווען אין דעם ענין. אין אונזער וועלט איז מען נאר מחשיב גרויסע און ריזיגע פעולות, מיר זענען געוואוינט צו זעהן און הערן זאכן פון וואס מ'מאכט א עֵסֶק בקול רעש גדול, און נאר דאס טראגט ביי אונז א חשיבות; אבער די 'קליינע' מצוות וואס ווערן געטוהן שטילערהייט רופן נישט אויס קיין שעצונג און התלהבות ביי מענטשן, און דערפאר איז שווער צו דערהערן אז דאס עצם זיך אנצושטרענגן צו דאווענען, צו לערנען, צו געבן א שמייכל, טוהן גמילות חסדים מיט די קינדער און די ארומיגע, האט גאר א גרויסע געוויכט אויבן אין הימל. אבער באמת אדרבה, "לפום צערא אגרא" לויט ווי שווער עס קומט אָן, אלס חשוב'ער און גרעסער איז עס ביים טאטן אין הימל, דער אייבישטער איז א צופה נסתרות און א בוחן לבבות, ער זעהט און האלט מיט פונקטליך ווי שווער עס קומט אָן פאר איד זיך מחזק צו זיין אין זיינע שווערע אומשטענדן, דער רבוש"ע זעהט דאס מסירות נפש פון א איד וואס פראבירט צו דאווענען א תפלה בכוונה אנגעשטרענגטערהייט, השי"ת קען אויך מעסטן די עבודה וואס א איד לייגט אריין אין הארץ זיך צו שטארקן מיט אמונה און בטחון ווען ס'איז נישט גרינג, ער זעהט די כוחות עצומות וואס עס נעמט פון א אידישע מאמע צו קענען אויפשטיין און אנטוהן די קינדער און זיין ארויפלייגן אויפן באס מיט א שמייכל, און שטיין און פירן א ווירטשאפט אין שטוב, בשעת ווען זי גייט אדורך א שוועריגקייט, אין די טעג וואס איר הארץ איז פארקלעמט צוליב א פראבלעם אין געזונט, פרנסה, שלום-בית, אדער סיי וואס עס פּלאָגט איר... און אין הימל ווערן די אלע זאכן געמאסטן און געוואויגן לויט זייער אמת'ע ווערד און לויט ווי שווער עס איז אנגעקומען, כאטש עס איז נישט גרויס און אויפגעבלאזן, און כאטש עס הענגן נישט קיין פלאקאטן מיט לעמפלעך אין די גאסן דערוועגן...
און מ'דארף קלאר מאכן, אודאי איז די כוונה נישט חלילה מזלזל זיין אין די גוטע און גרויסע פעולות וואס מענטשן נעמען זיך אונטער 'אין צוגאב' צו די געווענליכע תפקידים וואס מ'איז מחוייב צו טוהן אלס ערליכער איד. מה טוב ומה נעים ווען א איד קען זיך אנשטרענגן און צולייגן נאך זכותים, אבער מיר דארפן געדענקן אז דאס איז נישט דער עיקר, און זיכער נישט אויב ס'גייט אויפן חשבון פון די זאכן וואס זענען באמת גרויס און וויכטיג אין הימל.
אצינד לאמיר איבער לערנען פון דאסניי דאס וואס האט זיך אנטוויקלט דא צווישן יעקב אבינו און יוסף הצדיק בשעת יוסף ברענגט זיינע קינדער צו נעמען א ברכה פונעם זיידן יעקב.
ווי מיר האבן געלערנט פון רש"י, האט יעקב דא געפרעגט מִי אֵלֶה - מהיכן יצאו אלו שאינן ראוין לברכה, וויבאלד די שכינה איז נסתלק געווארן פון איהם. אגב, אין אור החיים הקדוש שטייט אן אנדערע פשט אין די שאלה, און דער אוהחה"ק דרוקט זיך אויס מיט זיינע הייליגע לעכטיגע ווערטער "שנתכוון יעקב לעורר אהבת האב על הבן קודם שיברכם, כדי שתהיה הברכה בתגבורת אהבה והחיבה, ולזה שאל מי אלה כדי שישמע מפי בנו החביב אצלו לומר "בני הם" ויהמו מעיו להם", ווען יעקב אבינו איז געקומען בענטשן די אייניקלעך האט ער ספעציעל געפרעגט מִי אֵלֶה, כדי יוסף זאל איהם ענטפערן "בָּנַי הֵם" ער האט געוואלט הערן מיט זיינע אויערן ווי זיין באליבטער זוהן יוסף זאגט "טאטע, דאס זענען מיינע קינדער" ער האט געוואלט מעורר זיין א חביבות און א ליבשאפט דורכ'ן הערן אז דאס זענען זיינע באליבטע אייניקלעך, און אזוי וועט די ברכה ארויסקומען און חָל זיין אסאך שטערקער, ס'איז געווען דא א ענין פון אהבה און חיבה.
און מיר ווייסן דאָך וואס חז"ל זאגן אז "אלו ואלו דברי אלקים חיים", אז אין תורה איז אלעס אמת, און ביידע פשטים זענען ריכטיג, עס איז זיכער געווען דא א ענין פון זיך פארענטפערן און פראבירן צו ערקלערן א תשובה אויף דעם וואס די שכינה איז אוועקגעגאנגען, ווי אויך האט יוסף פראבירט דא מיט די זעלבע ווערטער מעורר צו זיין די אהבה פון זיין פאטער, און זאגן אזעלכע רייד וואס וועלן ארויסברענגן די חביבות און חשיבות פון זיינע אייניקלעך.
טייערע אידן, וואס האט יוסף געפונען פאר ריכטיג צו זאגן אין אזעלכע שווערע מינוטן? "בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹקִים בָּזֶה" און ווי רש"י לייגט צו, הראה לו שטר אירוסין ושטר כתובה, און יוסף הצדיק זאגט דערמיט פאר זיין גרויסע טאטע, וויסן זאלסטו טאטע אז איך האב געלעבט דא אין מצרים, אין די גרעסטע מקום זוהמא און טומאה, א מקום וואו עס איז שווער צו בלייבן א איד, אבער איך בין אנגעגאנגען! איך האב זיך געהאלטן שטארק און געבליבן אַן ערליכע איד אין אלע אומשטענדן, בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹקִים "בָּזֶה" דא אין מצרים! בזה! דא האב איך חתונה געהאט ווי א איד... יעדער איינער פארשטייט אז צו האבן א שטר אירוסין אדער א כתובה אין ארץ ישראל ביי יעקב אבינו אין שטוב, דאס איז נישט קיין קונץ, עס איז א 'דבר פשוט' און יעדע פון יעקב אבינו'ס קינדער האט דאס געהאט, אבער יוסף הצדיק שעמט זיך נישט, ער זעהט און ער פארשטייט די חשיבות פון בָּנַי הֵם אֲשֶׁר נָתַן לִי אֱלֹקִים "בָּזֶה", דא אין מצרים האבן די זאכן אַן אנדערע סארט ווערד און אנדערע סארט חשיבות, דא איז עס נישט זעלבסט-פארשטענדליך! דא האט עס געקאסט מסירות נפש! אין מיין מצב האט געפעלט א האָר אז איך זאל ח"ו פארפאלן גיין, אבער איך האב זיך געשטארקט, איך בין אנגעגאנגען ווייטער מיט די חינוך וואס איך האב באקומען, און איך האב נישט פארגעסן צו מאכן א שטר אירוסין און שטר כתובה...
אט די ווערטער נוצט יוסף אין זיין שווערסטע מצב, ווען ער זעהט אז די שכינה איז נסתלק געווארן ווען זיינע קינדער זענען געקומען, און זיין טאטע יעקב האלט איהם פאָר "מהיכן יצאו אלו שאינן ראוין לברכה?", יוסף הצדיק באגרייפט אז דאס איז א ערנסטע זאך, אז דא קומט עפעס פאר, אבער ער דערשרעקט זיך נישט, נאר ער איז זיך גלייך מחזק, "איך בין אלעמאל געבליבן א איד, איך האב אלעמאל געטוהן וואס דער רבוש"ע האט געוואלט פון מיר אין יענע מצב, איך האב קיינמאל נישט נאכגעלאזט פון מיין עבודת ה' וואס איך האב געדארפט טוהן, און דערפאר האב איך נישט וואס זיך צו זארגן", וואס דארף א איד מער פון דעם, ווען ער ווייסט אז ער האט שטענדיג געטוהן וואס איז ריכטיג, ער האט אויסגענוצט יעדן טאג ווי עס דארף צו זיין און געטוהן דאס בעסטע וואס ער האט געקענט... און אין די זעלבע צייט איז ער מעורר די אהבה פון יעקב אבינו, ער ברענגט ארויס די שטערקסטע הרגשים פון זיין טאטע יעקב ווי דער אוהחה"ק לערנט אונז, דורכדעם וואס ער איז מבשר אט די געוואלדיגע בשורה טובה, ווען ער ברענגט ארויס די שיינקייט פון זיינע 'פשוטע' און גוטע מעשים וואס זענען טאקע נישט קיין חידוש ערגעץ אנדערש, אבער "בָּזֶה - דא אין מצרים איז עס יא א חידוש!".
וואס מיר לערנען ארויס פון דעם, אז ווען א איד גייט אדורך א שוועריגקייט, עס ליגט א שטיין אויף זיין הארץ, זיין קאפ איז נישט דא, וואס איז די שענסטע און בעסטע זאך דעמאלטס? וואס וועט מעורר זיין די גרעסטע אהבה ביי אבינו שבשמים און זיין א זכות פאר איהם? ווען ער וועט זיך שטארקן און אנגיין מיט די טאג טעגליכע עבודה, די קליינע מצוות און מעשים טובים וואס א איד דארף טוהן, נאר יעצט זענען זיי שווער! אוי ווי חשוב און ווי שיין זענען די מעשים יעצט אין הימל.
אין ספרים הקדושים שטייט טאקע, אז דער ענין איז מרומז אין די ווערטער וואס מיר געפונען ביי די ברכה פון יעקב אבינו צו מנשה און אפרים, וַיְבָרֲכֵם "בַּיוֹם הַהוּא" לֵאמוֹר, יעקב אבינו האט זיי געבענטשט אז זיי זאלן יעדן טאג אנערקענען און געדענקן די חשיבות פון 'יענעם טאג' און עס אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין! און קיינמאל נישט לאזן די טאג טעגליכע עבודה פארפאלן גיין ח"ו.
און דאס איז די רמז פון "פרשה זו סתומה - נסתמו עיניהם ולבם של ישראל", ס'איז דא אמאל ווען ס'איז א מצב פון נסתמו, אלעס איז פארשטאפט און פארהאקט, עס הערשט א הסתר און צער, דארפן מיר זיך אפלערנען פון יוסף הצדיק וואס איז אויך אריבערגעגאנגען אזא סארט מצב, ווען ס'איז געווען נסתלקה שכינה, ווען ס'איז געווארן נסתם ביי זיין טאטע יעקב, אבער יוסף הצדיק שטארקט זיך און ברענגט ארויס זיינע קליינע גוטע מעשים, און דאס דארף אונז מחייב זיין אויך צו טוהן די זעלבע, אנצוגיין מיט אונזער עבודת ה', אנצוגיין מיט אונזערע מצוות און מעשים טובים אזויווי ביז אהין, ווייל "בָּזֶה!" אין מיין מצב איז עס זייער חשוב און גרויס!
בדרך רמז קען זיין, אז טאקע דערפאר ציעט זיך אריין פרשת ויגש גלייך אריין אין פרשת ויחי ווי מיר האבן פריער דערמאנט אז עס איז בכלל נישט דא קיין הפסק צווישן די צוויי פרשיות, ווייל ווען ס'איז א מצב פון 'נסתמו' איז די עבודה גלייך אנצוגיין ווייטער, מ'טאר זיך נישט אפשטעלן און מ'טאר נישט מפסיק זיין, נאר מ'דארף ממשיך זיין און מקיים זיין "וַיְחִי יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם", פשוט לעבן ווי א איד! זיך שטארקן און אנהאלטן די עבודה ווי ווייט מעגליך און נישט ווערן אפגעשוואכט, און אזוי ארום קומט מען אָן בעזרת ה' צום "חזק חזק ונתחזק" צו ווערן געשטארקט מיט א שלימות'דיגע התחזקות און א גאנצע ישועה פון הימל.
לסיכום געדענק:
• אויסנוצן איעדע מינוט ווייל 'די היינטיגע טאג' קומט קיינמאל נישט צוריק, און מ'קען עס נישט איבערמאכן שפעטער.
• צומאל פארלייגט זיך דער יצר דווקא אויף די טעגליכע עבודה, און דערפאר דארף מען אכטונג אנצוגיין מיט'ן סדר היום אפילו אין שווערע זמנים.
• די קליינע און פשוט'ע עבודה וואס קומט אָן שווער, איז גאר גרויס און חשוב אויבן אין הימל.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com