בלאט 1 פון 2

קרבן פסח תשפ"ג?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 2:38 pm
דורך כוואליעס
יא יא! ווער האט זיך געגלייבט אז מהאלט שוין דא, א אידישע רעגורונג, שרים גייען שוין ארויף אויפן הר הבית, נאך אביסאל פארטרייבט מען די אראבערס פון דארט, א בית המקדש איז שוין נישט קיין ווייטע ריאליטעט! גרייטס אייך אויפן סומטאכע דאס יאר איבער מאכן א קרבן פסח, עס וועלן זיכער זיין דאס יאר א היבשע פאר חבורות, איך גלייב אפילו אז די שריפטשטעלער "קהל,ס נער" האט שוין געקויפט אפאר שעפעלעך און אפשר אפילו צוגעבינדען צו זיין בעט,
לאמיר פרובירן שפעקלירן וויאזוי כלל ישראל גייט זיך צוטיילן, קודם כל וועלן זיין א גרופע אידן וואס וועלן זיצן ביים סאטמערן פארטש מיט גרויסע ספיקער,ס ווי מען וועט אנצינדען הויעך שלשידעס תורה פון נשה תשכ"ו און זיך ווישן די טרערן אן אויפהער
נאכדעם וועלן זיין א גרויסע געמיינדע אידן וואס מיט ציונות וואלטן זיי שוין שלום געמאכט אבער דאס וואס עס איז דא גרויסע סקרינס אין די בית המקדש, ווי מען קען מיטהאלטן לייף די גאנצע עבודה, דאס קענען זיי שוין נישט אראפשלינגען
האט איר נאך געדאנקען? קארגט נישט קיין טינט!

Re: קרבן פסח תשפ"ג?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 3:05 pm
דורך צוזאמגעדרייט
כוואליעס האט געשריבן: איך גלייב אפילו אז קהל,ס נער האט שוין געקויפט אפאר שעפעלעך און אפשר אפילו צוגעבינדען צו זיין בעט,
@קהל'ס נער ?

Re: קרבן פסח תשפ"ג?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 3:09 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איר האט פארגעסן פון די קטורת.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 3:33 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איר האט פארגעסן פון די קטורת.
קטורת? איז דא אין חוץ לארץ אויך
[emoji1787]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 4:50 pm
דורך מי ימצא
צו סוועט זיין דעי יאר צו נעקסטע יאר, ווער ווייסט?
דאס איז זיכער, אז מיר ריקן זיך אויפן גוטן דירעקציע.
נאכן מיטהאלטן אזעלכע געהויבענע מעמדים, האבן די הרגשים, אפילו נישט די פאסיגע כלים אין וואס צו אריינגיין.
די געפיהלן רוישן, סטוט ברימען א דערשטיקטע בענקעדיגע געוויין, אוי גאטעניו, ווי איך וויל דיר זעהן מיט דיין פרעכטיגע הויז.

מיין עפיניען, איך וואלט הנאה געהאט ווען מען נעמט אראפ די סקרינס, אזוי קען מען שוין יעצט ארויפגיין. ווער קומט?
קענסט עס גלייבן, מיר גייען קיין ירושלים, אויפן הר הבית, דאס איז נייעס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 5:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז דאך געווען א גרויסע אסיפה אין וויליאמסבורג, כ'האב געהערט אז מ'האט ארומגערעדט פון מזוזות און מטבעות לפדיון הבן, ווי אויך אנדערע השקפה'דיגע ענינים. בין איך טאַקע נייגעריג אויב מ'האט דורכגערעדט שאלות בעניני דיני קרבן פסח.

דער אסיפה איז טאקע באשטאנען פון רבני חו"ל אבער אזא זאך וואו קרבן פסח, וואס עס איז דאך אחכה לו בכל שנה להקריב, איז דאך אוודאי פארשטענדליך אז דאס זאל עולה זיין על שלחן הרבנים!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 6:07 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
וואס גייען זיין די אקטיוויטעטן דארט? דער טיפיקעל אמעריקאנער גוי עקל'ט זיך פון צוקוקן ווי מ'שחט בהמות און מ'פארברענט פעטענס אויף הויכע גרויסע מזבח.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 6:09 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קרן זוית האט געשריבן:עס איז דאך געווען א גרויסע אסיפה אין וויליאמסבורג, כ'האב געהערט אז מ'האט ארומגערעדט פון מזוזות און מטבעות לפדיון הבן, ווי אויך אנדערע השקפה'דיגע ענינים. בין איך טאקע נייגעריג אויב מ'האט דורכגערעדט שאלות בעניני דיני קרבן פסח.

דער אסיפה איז טאקע באשטאנען פון רבני חו"ל אבער אזא זאך ווי קרבן פסח, וואס עס איז דאך אחכה לו בכל שנה להקריב, איז דאך אוודאי פארשטענדליך אז דאס זאל עולה זיין על שלחן הרבנים!!
איש לפי אכלו תכוסו על השה זאגט די תורה. אויב אבער קענען זיי נישט טיילן קיין שריים דערפון דאן איז עס נישט אינטערעסאנט פאר זיי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 6:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
וואס גייען זיין די אקטיוויטעטן דארט? דער טיפיקעל אמעריקאנער גוי עקל'ט זיך פון צוקוקן ווי מ'שחט בהמות און מ'פארברענט פעטענס אויף הויכע גרויסע מזבח.
בית חוניו און בית אל זענען אויך נישט געוועהן פאר טיפיקל אמעריקאנע גוים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 7:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בית חוניו און בית אל זענען אויך נישט געוועהן פאר טיפיקל אמעריקאנע גוים.
כאטשיג פאר די מיטל מזרח קולטור פון יענע צייט ווי מ'האט מקריב געווען קרבנות.
אנדערש ווי די היינטיגע מאדערנע אמעריקאנער קאלטור ווי געשניטענע שטיקלעך פריים מיעט ווערט פארקויפט אין סופערמארקעטס אהן דעם וואס דער טיפיקעל גוי זאל ברויכן זעהן ווי עפעס א בארבארדעלטע פארשוין מיט א חלף אנגעטוהן אין ווייס און בלוי מיט בלויזע פיס שנייד קעפ פון בהמות.

פיטע מיט זייער בהמות רעכטן ארגענעזאציע וועט שנעלער פטור ווערן פון דיר מיט דיין סעקאנדערי בייסאמיקדאש ווי פון די כפרות שלאגן אום ערב יו"כ.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 7:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ערשטנס, מיין בית המקדש גייט נישט זיין סעקאנדערי, אפשר טירדלי, ווייל טעכניש איז שוין דא א אידישע בית המקדש אויף הר גריזים וואס ציהט פילע גוי'אישע טוריסטן יעדעס יאר ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח.

צווייטנס, זאגסט זייער גוט, די גאנצע קרבנות ענין איז טאקע פונקט גוט פאר די פאר מענטשן וואס זענען נאך שטעקן געבליבן אינעם מיטל-מזרח קולטור, שווער צו גלייבן אז די בית המקדש אין ירושלים וועט ציען גענוג בהמות צו קענען פינאנצירן אזא פראיעקט. בהמות רעכטן ארגאניזאצעיס זענען דא אין ישראל פונקט אזוי, נאר דארט וועלן זיי זיך אויך דארפן שלאגן מיט די פאלעסטינער רעכטן ארגאניזאציעס און די רבנות און אגודת ישראל. אבער נאכאמאל, אויב זעה איך אז ס'ארבעט זיך אויס פאר זיי שפרינג איך גלייך אריין אין ביזנעס, אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס אין די פאראייניגטע שטאטן אפשר וועל איך עס אריבערפירן די גרעניץ קיין מאנסי :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 7:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפשר וועל איך עס אריבערפירן די גרעניץ קיין מאנסי [emoji38]
מיינסט צו זאגן צו די טאון אוו פאלם טרי! ווייל לויט די דארטיגע איינוואוינערס וועט די נייע בית המקדש זיין א שאלה פון מרידה באומות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
שעכטן קרבנות אין "פאלם טרי" אויף א מזבח?!

לא תטע לך אשרה 'כל עץ' אצל מזבח ה' אלהיך אשר תעשה לך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 8:42 pm
דורך Tachlis
אייגענטליך עס מוז בכלל נישט זיין קיין ליצנות, פארוואס זאל מען נישט בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות? די באשעפער ווארט אויף די קרבנות!

נישטא קיין סיבה פארוואס נישט צו בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות!!!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 9:18 pm
דורך צוזאמגעדרייט
Tachlis האט געשריבן:אייגענטליך עס מוז בכלל נישט זיין קיין ליצנות, פארוואס זאל מען נישט בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות? די באשעפער ווארט אויף די קרבנות!

נישטא קיין סיבה פארוואס נישט צו בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות!!!!
איינער האלט דיך אפ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 9:33 pm
דורך שמן למאור
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כאטשיג פאר די מיטל מזרח קולטור פון יענע צייט ווי מ'האט מקריב געווען קרבנות.
אנדערש ווי די היינטיגע מאדערנע אמעריקאנער קולטור ווי געשניטענע שטיקלעך פריים מיעט ווערט פארקויפט אין סופערמארקעטס אהן דעם וואס דער טיפיקעל גוי זאל ברויכן זעהן ווי עפעס א בארבארדעלטע פארשוין מיט א חלף אנגעטוהן אין ווייס און בלוי מיט בלויזע פיס שניידט קעפ פון בהמות.

פיטע מיט זייער בהמות רעכטן ארגענעזאציע וועט שנעלער פטור ווערן פון דיר מיט דיין סעקאנדערי בייסאמיקדאש ווי פון די כפרות שלאגן אום ערב יו"כ.
נו.. לפי שיטת הרמב"ם גייט מען דאך נישט מקריב זיין קיין קרבנות אין די ביהמ"ק השלישי. און טאקע אלס די טעם וואס דו ברענגסט.. די גאנצע סיבה פארוואס אמאל האט עס גאט יא געהייסן טון איז געווען צוליב די קולטור פון די אמאליגע מענטשן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2023 10:10 pm
דורך Tachlis
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
Tachlis האט געשריבן:אייגענטליך עס מוז בכלל נישט זיין קיין ליצנות, פארוואס זאל מען נישט בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות? די באשעפער ווארט אויף די קרבנות!

נישטא קיין סיבה פארוואס נישט צו בויען קיין בית המקדש און מקריב זיין קרבנות!!!!
איינער האלט דיך אפ?
איך (און קיינער) קען עס נישט טון אליין.

מ'דארף נאר זען אז א עולם זאל זיך צאמנעמען עס צו טון.

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:53 am
דורך קהל'ס נער
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
כוואליעס האט געשריבן: איך גלייב אפילו אז קהל,ס נער האט שוין געקויפט אפאר שעפעלעך און אפשר אפילו צוגעבינדען צו זיין בעט,
@קהל'ס נער ?
העי! כבין געהעריג אין די סענטער אוו עטטענטשען! ש'נערמאל!

כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעיגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעים איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזעין ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:54 am
דורך yesiknow
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב די בית המקדש אין ירושלים ווערט פאפולער עפן איך א קאנקורענץ אין אטלאנטיק סיטי, א שטייגער ווי בית חוניו אין מצרים אדער יעקב אבינו'ס מקדש אין בית אל.
דער בחור איז דא.... איך האב געמיינט ביסט אין קאלעדזש?

די ביסט אין די קאנקורענץ ביזנעס אויב גלייכסטו צו דינען טהו עס שוין יעצט פארוואס ווארטען.
עפעס קוקט מיר אויס אז די יצרא דע"ז איז ערגעץ אין דיין עריע קוד נישט אומזיסט האט רבה"ק געהאקט אויף קאלעדזשעס והוא רחום יכפר שבת שלום

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:59 am
דורך yesiknow
קהל'ס נער האט געשריבן:העי! כבין געהעריג אין די סענטער אוו עטטענטשען! ש'נערמאל!

כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעם, איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזען ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!
ווער האט געקוקט אויף די בילדער?
דרך אגב פארוואס ביסטו טאקע קהל'ס נער? שוין צייט זיך נעמען אין די הענט אריין, האסט כאטשיק שיינע קינדער?
ווי איז די גמרא בד"וו?

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 1:49 am
דורך צוזאמגעדרייט
קהל'ס נער האט געשריבן:כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעם איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזען ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!
איך גיגל פאר געלעכטער!

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:15 am
דורך שמן למאור
yesiknow האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:העי! כבין געהעריג אין די סענטער אוו עטטענטשען! ש'נערמאל!

כ'האב שוין כמעט געקויפט די שעפעלעך, אבער כ'האב מיך דערמאנט פון די גמ' אין גיטין אז מען פלעגט לייגן בילדער פון שיינע מענטשן ביי די בעט כדי מען זאל האבן שיינע קינדער, בין איך אראפ פון דעם, איך דארף נישט מיינע קינדער זאלן אויסזען ווי שאף.
אויך משום גילוי, אויב מיינע קינדער זעהן אויס ווי שאף וועט מען גלייך וויסן ווער קהל'ס איז!
ווער האט געקוקט אויף די בילדער?
דרך אגב פארוואס ביסטו טאקע קהל'ס נער? שוין צייט זיך נעמען אין די הענט אריין, האסט כאטשיק שיינע קינדער?
ווי איז די גמרא בד"וו?
די גמרא איז אין מסכת גיטין דף נח.
מעיקרא חשיבי דרומאי הוו נקטי בליונא דגושפנקא ומשמשי ערסייהו, מכאן ואילך מייתו בני ישראל ואסרי בכרעי דפורייהו ומשמשי.
טייטש: אמאל פלעגן די חשובע לייט פון רוים הענגען שיינע בילדער נעבן זייער בעטן און אזוי נעטפליקס און טשילן. שפעטער ווען זיי האבן איינגענומען ארץ ישראל האבן זיי אנשטאט בילדער גענומען לעבעדיגע אידישע cute אינגעלעך, זיי צוגעבינדן צו זייערע בעטן, און אזוי געהאט מלנ"ז.