בלאט 1 פון 1

שארפע ארטיקל נגד הרב דרוקמאן נאך זיין פטירה

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 3:45 pm
דורך בונה של טוב
געווענטליך פירט מען זיך ביי כלל ישראל אז ווען א איד לעבט שוין נישט, בפרט ווען ס׳איז א מנהיג און באליבטע פיגור - רעדט מען נאר גוטס איבער אים און מ׳דערמאנט זיין נאמען לטובה.

אין די טיימס אויף איזרעאל אדרעסירן זיי עס, און אפילו ראיות ברענגען זיי אויך פון די תורה אז אזוי דארף מען זיך לכאורה פירן. פונדעסטוועגן מוז מען דא מאכן אן אויסנאם - טענה׳ן זיי ווייל רב דרוקמאן האט באשיצט קרימינעלע אינגעלייט וואס זענען באגאנגען אומפארגעבליכע אקטן קעגן יונגע קינדער.

https://blogs.timesofisrael.com/our-han ... aA0x7RlL2E

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
א כאפטע משוגעים, און מאנכע פאלן נאך פאר די אינערליכע ציונות הדתית פאליטיק.

Re: שארפע ארטיקל נגד הרב דרוקמאן נאך זיין פטירה

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 10:26 pm
דורך פרנס החודש
יהורם האט געשריבן:
א כאפטע משוגעים, און מאנכע פאלן נאך פאר די אינערליכע ציונות הדתית פאליטיק.
זייער שטארק דאקומענטירטע באשולדיגונגען איך זעה נישט ווי פאליטיק קומט אריין.

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 11:28 pm
דורך טראכטכמוני
בונה של טוב האט געשריבן:געווענטליך פירט מען זיך ביי כלל ישראל אז ווען א איד לעבט שוין נישט, בפרט ווען ס׳איז א מנהיג און באליבטע פיגור - רעדט מען נאר גוטס איבער אים און מ׳דערמאנט זיין נאמען לטובה.
זייט ווען איז די Times of Israel - א פרייע צייטונג - אן אויסגאבע וואס האלט זיך צו מנהגי הקדמונים?