טעכנאלאגישע דעוועלאפמענטס - נייעס און אפהאנדלונגען
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 4:11 pm
א פלייץ פון פאנטאסטישע טעכנאלאגישע דעוועלאפמענטס האט מיטאמאל פארפלייצט די מארקעט. רוב פון זיי זענען באזירט אויף Artificial intelligence און באווייזן אותות ומופתים. זיי זאגן אָן איבער א גרויסע טויש וואס גייט פארקומען אין דער וועלט. איך וויל אביסל צוזאמענעמען כל מיני אינטערסאנטע דעוועלאפמענטס וואס איז ארויס, א טייל שוין באריכטעט דא. דער עולם איז מכובד צוצולייגן.
שפראך מאדעלן
GPTchat איז טשעטבאט וואס איז באזירט אויף שפראך מאדעל GPT-3.5 און איז דעוועלאפט געווארן דורך דער אמעריקאנער פירמע open AI. עס איז ארויס אום נאוועמבער און געצויגן אסאך אויפמערקזאמקייט צוליב זיינע קלארע און דעטאלירטע ענטפערס. עס געבט ארויס לאנגע ענטפערס אויף יעדער נושא אין דער וועלט. עס וועט דיר שרייבן קאלעדזש עסעיס, ארטיקלען, פאעזיע און ליטעראטור און פירן פילאזאפישע טיפזיניגע און אינטעליגענטע שמועסן. עס איז יעצט אפן פאר די ברייטע מאסן פאר פרי אויף א פראבע תקופה.
דער טשעטבאט ברענגט ארויף א זארג ביי פארשידענארטיגע פלעצער, צום ביישפיל: גוגל, וועלכע פילט זיך געסטראשעט פון די זוך פעאיגקייטן פונעם טשעטבאט אזש זי האט פארופן עמערדזשענסי זיצונגען מיטן ציל צו טרעפן לעזונגען. זייער פראבלעם איז אז GPTchat איז אסאך מער דעטאלירט און פראדאקטיוו פון גוגל סורטש וועלכע שיקט דיך עסן שטרוי ביי א רייע פון וועבזייטלעך און לינקס. GPT איז טאקע נישט אזוי קראנט לעת עתה אבער וועט זיך אוודאי שטארק פארבעסערן אין די נאנטע צוקונפט און מעגליך פאראיבעריגן דער אלטעמאטיווע לעגענדארע גוגל סירטש.
נאך באזארגטע מענטשן קען מען טרעפן אין וועלט פון אקאדעמיע. דער פאקט אז דער טשעטבאט קען אין עטליכע סעקונדען ארויסגעבן דעטאלירטע עסעיס אדער סתם העלפן מיט אקאדעמישע אויפגאבעס וועט לכאורה צוברענגען צו א טויש אין די פעלד. די אקאדעמיע וועט מוזן טרעפן א וועג וויאזוי זיך צו אימפראוון און זיך צופאסן צום נייע ריאליטעט.
ניו-יארק סיטי עדיוקעישאן דעפארטמענט, צום ביישפיל, האט לעצטע וואך גע'אסר'ט די טשעטבאט פון די דעווייסעס אין פובליק שולעס איבער ניו יארק צוליב זארג פון ''נעגאטיווע איינפלוס איבער די שטודירונג פון די תלמידים און די אקוראטקייט און סעיפטי פון איר אינהאלט''.
Doctorllama איז א דעוועלאפמענט פון אַן איזראעלי פארשער וואס געבט דעטאלירטע ענטפערס אין אלערליי אקאדעמישע דיציפלינען. מען קען אויסשטעלן די ענטפערס לויט די קלאס לעוועל.
טעקסט-צו-בילדער מאדעלן
נאך א רייע דעוועלאפמענטס זענען ארויסגעקומען לעצטנס באזירט אויף AI וואס ספעציאליזירן זיך מיטן פראדוצירן פיקטשערס אויפ'ן באפעל פון אן איינפאכן טעקסט ווי באריכטעט דא.
אין דעם פעלד האבן מיר DALL E 2 טאקע פון דעם זעלבן קאמפאני פון GPTchat. דער דאזיגע לערנונג מאדעל גיבט ארויס בילדער לויט די איינפאכע טעקסט וואס דו לייגסט אריין. עס איז פרי ביז 25 בילדער.
אַן ענליכע באט איז Stable diffusion. די ביידע באטס זענען איינפאך אויף צו נוצן אבער באגרעניצט אין די קאמפליצירטקייט פון אירע רעזולטס.
מער סאפיסטיקירט פון די ביידע איז דער באט MIDJOURNY- א זעלבסטשטענדיגע דעוועלאפמענט וואס איז ארויס אין july היי יאר אויף א פראבע תקופה. זי גיבט ארויס שטוינענדע פירות. די חסרון איז אז מאמענטאל איז עס עוועילעבל בלויז אויף די Discard פלאטפארמע וואס איז היבש קאמפליצירט. זיי ערלויבן קריעטן ביז 25 שטיקלען פריי אָן אפצאל אבער נאר אויף די פובליק טשעט צוזאמען מיט נאך טויזענטע מענטשן.
די סארט מאדעלן ברענגען ארויס גרויס זארג ביי ארטיסטן. איך האב פונקט געזען א קליפ ווי מען ווייזט פאר א בארימטע מעלער וויאזוי Midjourny גיבט ארויס אקוראטע פעינטינג באזירט אויף זיין ספעציפישע סטייל אין בלויז עטליכע סעקונדען. יענער איז געשטאנען שאקירט און בלאס און נישט געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעען. די שאלה וואס איז דער ווערד פון ארגינעלע ארט און פון ארטיסטן אין די עפאכע פון די אטאמאטישע בילדער דזשענערעיטארס ווען יעדער ראציג קינד קען פאבריצירן ארט אין א מינוט וועט אונז באגלייטן אין די קומענדיגע יארן. די פראגע איז נישט נאר אויף ארטיסטן נאר אויך אויף גראפיקערס און דעזיינערס און ווי מער די Artificial intelligence וועט זיך רוקן פאראויס וועט די פראגע חל זיין אויך אויף שרייבערס, פילם-מאכערס, און אזוי ווייטער.
טעקסט-צו-פרעזענטאציע מאדעלן
CHATBCG איז א פרישע מאדעל וועלכע פראדוצירט א פולע סלייד-פרעזענטאציע באזירט אויף אן איינפאכע זאץ. עס וועלט אליין אויס די פאנטס, זאצן, לייגט אליין צו די בילדער און פארשטייט זיך פאבריצירט די אינהאלט. עס ווערט מאמענטאל אטאקירט דורך מיליאנען מענטשן און איז היבש בלאקירט.
בילד-צו-ווידעא מאדעלן
D-ID איז אן איזראעלישע דעוועלאפמענט וועלכע נעמט א בילד און פארוואנדעלט עס אין א ווידעא. עס נעמט דער געזיכט פון מענטש און מאכט עס זיך רוקן, בלינקן און רעדן לויט די טעקסט וואס מען לייגט אריין.
נאך עטליכע ריסורטש און דעוועלאפמענטס וואס זענען אויפן וועג:
Dreamfusion Text-to-3D
MDM - Text-to-Motion
Makeavideo- Text to video