בלאט 1 פון 1
ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 4:21 pm
דורך כוואליעס
איינס פון די בעסטע טאקטיקן וואס קאמפעניס ניצן צו מאכן אסאך געלט איז, מאכן אז די זאך וואס זיי פארקויפן זאל זיך שנעל אויסניצן, ווי למשל א קאמפני וואס פאברצירט שעמפאו וועט מאכן א גרויסע לאך ביי די עפענונג כדי ווען מ'גיסט שעמפאו זאל זיך גיסן א שפע, במילא וועט זיך עס שנעל אויסניצן וועט מען שנעל קויפן א נייע, און אזוי פרובירט א יעדע קאמפעני אנדערע עיצות
אבער די גרעסטע הצלחה וואס א קאמפעני האט נאר געהאט אין אלע דורות, זענען אונזערע היט סוחרים. זיי זענען אויפגעקומען מיט א פראדוקט וואס א יעדע מאל עס רעגנט ווערט עס חרוב. איך מיין אז עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט נאך א קבוצה מענטשן וואס גייען מיט א געוויסע אנגעטואכץ וואס ווערט חרוב פון יעדע טראפ וואס עס כאפט, נישטא!
שטעלט'ס ענק פאר עס קומט ארויס א נייע קאמפעני ביי די גויים, און הייבט אן פארקויפן היטן געמאכט פון סטראבערי שארט קעיק דעקארירט מיט הערליכע דיזיינס פון וויפ פאר א נויט וועט עס נאך האבן קאנפעקשן שאגער אויך, דאס זעט אויס גאר געשמאק, מ'קען מאכן דערפון אסאך געלט וויבאלט מענטשן וועלן דארפן קויפן יעדע פאר טעג א נייע היט
ממש דאס זענען אונזערע היטן, דאס איז ממש איינס פון די גרעסטע פירצות פונעם דור, פאלגנט איז א קורצע ליסטע פון די פראבלעמען וואס דאס שאפט:
מען קען נישט גיין מיט א נארמאלע קאוט אדער סוועטער,
מען קען נישט פארן מיט געהעריגע בייקס, לעקטעריק סקוטערס וכדו',
ווען עס רעגנט גייט מען אנגעטון מיט אלע מיני מאדנע בעגס אויפן קאפ,
דאס אליינס אז רעגן איז איינס פון די גרעסטע דאגות פונעם אידישן פאלק,
די עצה איז זייער פשוט: אנהייבן גיין מיט דאטשיק'ס אזוי ווי אלע חסידישע אידן פלעגן גיין אמאל.
נאר וואס דען? אונז גיימיר נאך די היטן סוחרים ווי געטרייע שאף
פאלגענד גיב איך אייך דא די רעסעפי פון סטראבערי שארט קעיק, אויב ווילט איר אריינגיין אין ביזנעס:
https://youtu.be/MoNUQn8HfFU
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 4:56 pm
דורך צקון לחש
אויבן אויף זעהט טאקע אויס אז דאשיקעס איז די וועי טו גאו, און ווי כוואליעס האט שיין ערווענט, אבער, און דאס איז א שטארקע אבער!
וואס וועלן מיר ווייזן מיט דעם פאר אונזערע קינדער? אז מיר זיכן זיך פשוט גרינגער צו מאכן? אז מיר זענען בועט אין גלות?? וויאזוי ווילן מיר אז אונזערע קומענדיגע דורות זאלן זיך ספראווען מיט זייערע נסיונות אויב מיר וועלן אדאפטירן פראקטישע סארט ארגומענטן, געבויעט אויף פראסטע מענטשליכע (ליין: גויאישע בהמהישע!) שכל הישר???
#סארקאזם אלערט
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 5:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?
גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 5:34 pm
דורך אלבערט איינשטיין
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?
330 dollars
Re: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 5:37 pm
דורך טראכטכמוני
קודם כל. זייט ווען ווערט א הוט חרוב אזש מ' דארף שוין קויפן א ניייע נאך א רעגן, סך הכל דארף מען עס איבער בלאז/פרעסן.
צווייטנס, הוט סוחרים האבן נישט אריינגעברענגט די היטן אין אונזער געמיינדע, סך הכל שטעלן זיי צו וואס דער'עולם זוכט.
דריטנס, האס אמאל געהערט פון א מעיל? ניין? א פלעסטיק בעג האסטו יא געהערט פון? ס'איז מאדנע? וואס מאכט דעס ווייניגער מאדנע פון דעם אינטערסאנטן שמאטע העכער א שטעקן וואס מענטשן שלעפן ארום מיט זיך אין די רעגן ווי א פארטעבל דאך, א שירעם ריפן זיי עס.
פערטנס, איך שפאר זיך שווערע געלטער אויף א טייערע שיינע רעגן-הוט ביים אריינלייגן מיין הוט אין א גענוצטע סופער-13 בעג. ס'איז אויך בעסער פאר די ענוויראמענט אזוי ווארף איך נישט די בעגס אין גארביטש נאר איך נוץ עס איבער. דערנאך לאז איך עס איבער אין שול אין קאוט רום ווי עס ווערט ווארשיינליך באגראבן צוזאמען מיט די שמות ערב ראש חודש.
ותן לחכם ויחכם עוד
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 6:18 pm
דורך צוזאמגעדרייט
כוואליעס האט געשריבן:איינס פון די בעסטע אונזערע היט סוחרים,זיי זענען אויפגעקומען מיט א פראדוקט וואס א יעדע מאל עס רעגנט ווערט עס חרוב, איך מיין אז עס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט נאך א קבוצה מענטשן וואס גייען מיט א געוויסע אנגעטואכץ וואס ווערט חרוב פון יעדע טראפ וואס עס כאפט, נישטא!
גיטע פוינט, קיינמאל אריינגעטראכט אין דעם ספעציפיש.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 6:20 pm
דורך צוזאמגעדרייט
טראכטכמוני האט געשריבן: האס אמאל געהערט פון א מעיל? ניין? א פלעסטיק בעג האסטו יא געהערט פון?
ENJOY IT
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 10:13 pm
דורך מתבודד
שכ'ח @כוואליעס.
כ'האב גראדע דערמאנט דעם איידיע לעצטנס,
דא.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 10:25 pm
דורך כוואליעס
גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
אינטערעסאנט. אויף די בילד זע איך דיר מיט א גרויסע הוט.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 10:51 pm
דורך פרנס החודש
ער רעדט פון בעל הארבאר ודו"ק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס זענען טאקע די פרייזן פון היטן היינטיגע טעג?
גראדע די פשוט'סטע עצה איז אינגאנצן צו גיין אן א הוט, וכן אני נוהג.
געוויסע וואלטן איבערגעלאזט די הוט אינדערהיים, אבער אין די קליינע דירות איז פשוט נישט דא קיין פלאץ וואו עס אראפצולייגן, די קאפ שיינט צו זיין א גוטע פלאץ עס אראפצושטעלן, און אזוי ארומגיין מיט'ן הוט אויפען קאפ, מבוקר עד ערב....
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 5:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, כ'האב געפרעגט מיין טאטן דערוועגן האט ער מודה געוועהן אז ער האט גע'לקח'נט אפאר... האב איך איהם געזאגט אז המתחיל במצווה אומרים לו גמור... לאמיר האפן אז מיין הוט איז נאך יא געבליבן גאנץ, אז נישט וועל איך דארפן צאלן 330 טאללער פאר א נייעם...

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט, כ'האב געפרעגט מיין טאטן דערוועגן האט ער מודה געוועהן אז ער האט גע'לקח'נט אפאר... האב איך איהם געזאגט אז המתחיל במצווה אומרים לו גמור... לאמיר האפן אז מיין הוט איז נאך יא געבליבן גאנץ, אז נישט וועל איך דארפן צאלן 330 טאללער פאר א נייעם...

אזוי ליינענדיג דיין תגובה דערמאנט עס מיר וויאזוי אונזערע זיידע'ס פלעגן צו רעדן מיט נאסטאלגיע אז "אינדערהיים" איז געווען אזוי און אזוי... און געזאגט מיט בענקעניש מיר האבן איבערגעלאזט "אינדערהיים" אסאך ספרים וכדומה.....
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 6:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא יא, נאסטאלגיע אהער, נאסטאלגיע אהין, למעשה גערעדט האט קיינער נישט געוואלט צוריקגיין...
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 6:05 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא יא, נאסטאלגיע אהער, נאסטאלגיע אהין, למעשה גערעדט האט קיינער נישט געוואלט צוריקגיין...
מען האט געברענגט די "אינדערהיים" קיין אמעריקע....
נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:55 pm
דורך כוואליעס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מיין הוט איבערגעלאזט ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, צוזאמען מיט נאך שמאנטשקעס ווי מיין חתן ש"ס און בר מצווה ספרים א.ד.ג. הגם לעצטע מאל איך בין דארט געוועהן האבן געפעלט א שיין ביסל פון די ספרים דארט,

איך האף ביסט נישט דארט געווען געצווינגענערהייט
Re: ווי געטרייע שאף צו א צווילדעוועטע פאסטוך
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:56 pm
דורך סוף טוב הכל טוב