בלאט 1 פון 3
יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:48 pm
דורך פריינדליך
עס כאפט א פחד ווען מען זעט וואס די הייפעלע סעלף העטיניג אידן האבן געטיען די לעצטע צוויי וואכען, זיי האבען גענימען א מעשה אינגאנצן ארויסגענימען פינעם אמת און עס צושמירט אזוי אז די מידיא איז כסדר ביזי איז אידן זענענן מאלעסטערעס אידן שטיצען מאלעסטערעס און אז אידן אביוזען זייערע קינדער,
עס איז נישט באבוב וואס עס איז יעצט זיער קרבן, באבוב איז נאר א קליינע דיטעל און די מעשה, עס איז יעדער איינציגער איד בכל מקום שהוא ווערט באשולדיגט און אלעם ערעגסטען אלעס כדי צו באזעטיגען זייער קראנקע ליידיגע באלי העכער זייער אקסעל,
אויף קיין שום עטענישע גרופע וואלט זיך די מידיא נישט ערלויבט צו שרייבען אזוי בכללוית אז זיי זענענן מאלעסטערס און קרימינאלען, יעדער און אמעריקע ווייסט ווי עס איז דא די מערסטע דראגס, יעדער און אמעריקע ווי עס איז דא די מערסטע סינגעל פערענט'ס און די סיבה דערפאר ווייסט אויך יעדער איינער, וועט זיך איינער דערוואגען עס ארויסצוזאגען אדער אפילו טראכטען הויך? ניין! ווייל קיינער וויל זיך נישט טרעפען צווישען שאראפאן'ס ווייסע ציינער,
ווי איז אונזער שאראפאן?? איך רעד שוין נישט פון נ"ר זיינע עלטערע מיידליך און בחורים און שטוב איז עדות אויף זיין סוקסעס,
און רעד פון די פאר העלפערס און נאכשלעפער און איך וויל קיינעם נישט אנריפען ביים נאמען, אבער הכזונה יעשה אחותינו? דמינו הפקר?
פארוואס האבן די יעניגע נישט די מינעמאלסטע חיוב צו בעקען זייערע ווערטער? ווען נישט די פאר צייגיינער וואלט עס די מידיא געטיען?
רבותי עס איז צייט פאר א טויש!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:02 pm
דורך יידל
איך קען מיך אנסובסקרייבן? איך בין נישט אויף טרייעל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:09 pm
דורך פריינדליך
אויב ביסטע א יוד ביסטע אויף טרייעל, די ווערסט אפגעשאצט און דעבאטירט און באשטעטיגט אלץ א מאלעסטער,
מעגליך אז דו וועסט זיין איינע פון די הינדערטער וואס וועלען ליידען קאנסעווענצען דורוך למשל, פיזיש ווערען אטעקירט/נאכגעשריגען/נישט באקימען א דשאב צו וואס די ביסט קוואלעפעצירט/נישט באקימען העלפ צו וואס דו ביסט קוואלעפיצירט/האבען פראבלעמען אויב דארפסט אנקימען און שפיטאל סיי צוליב וועלכע סיבה/האבען פראבלעמען אויב דו דארפסט אמאל אנקימען צו די גאווערמענט ביי סיי וועלכע אפטיילונוג, און די ליסטע איז זייער לאנג,
געדענק! ביי מיליאנען גוים און די אומגעגענט זענענן אלע אידן מאלעסטערעס, אויב גייסטע מיט א קאפעל און פיאות ביסטע און כלל פון די אלע אידן, און חזקה אל אנטיסעמעטיזעם שאינו חוזרת ריקם, עס איז א נייע עפעכע דא און אמעריקע אז מען מעג לעגאל און אפן סיסטעמאטיש באשמיצען אידן אלץ קרימנאלען, און מען מעג זיי אלע באשולדיגען אינאיינעם ווייל עס איז איין גרופע.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:29 pm
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:אויב ביסטע א יוד ביסטע אויף טרייעל, די ווערסט אפגעשאצט און דעבאטירט און באשטעטיגט אלץ א מאלעסטער,
מעגליך אז דו וועסט זיין איינע פון די הינדערטער וואס וועלען ליידען קאנסעווענצען דורוך למשל, פיזיש ווערען אטעקירט/נאכגעשריגען/נישט באקימען א דשאב צו וואס די ביסט קוואלעפעצירט/נישט באקימען העלפ צו וואס דו ביסט קוואלעפיצירט/האבען פראבלעמען אויב דארפסט אנקימען און שפיטאל סיי צוליב וועלכע סיבה/האבען פראבלעמען אויב דו דארפסט אמאל אנקימען צו די גאווערמענט ביי סיי וועלכע אפטיילונוג, און די ליסטע איז זייער לאנג,
געדענק! ביי מיליאנען גוים און די אומגעגענט זענענן אלע אידן מאלעסטערעס, אויב גייסטע מיט א קאפעל און פיאות ביסטע און כלל פון די אלע אידן, און חזקה אל אנטיסעמעטיזעם שאינו חוזרת ריקם, עס איז א נייע עפעכע דא און אמעריקע אז מען מעג לעגאל און אפן סיסטעמאטיש באשמיצען אידן אלץ קרימנאלען, און מען מעג זיי אלע באשולדיגען אינאיינעם ווייל עס איז איין גרופע.
דורך וועם ווער איך אפגעשאצט אלס מאלעסטער?
דורך וועם ווער איך דעבאטירט אלס מאלעסטער?
דורך וועם ווער איך באשטעטיגט אלס מאלעסטער?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן פיזיש אטאקירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן נאכגעשריגן ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען א דזשאב צו וועלכע ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען העלפ צו וואס ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט געהאט פראבלעמען אנצוקומען אין שפיטאל ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האבן געהאט פראבלעמען אנצוקומען צו די גאווערמענט אין סיי וועלכע אפטיילנוג ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
ס'הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, דו מאכסט סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער, ווי כאילו עס הערשט א שרעקליכע אנטיסעמיטיזם און "מיליאנע" גויים האלטן אז "אלע" אידן זענען מאלעסטערס, און אז עס א "נייע עפאכע" ווי עס זענען דא ניי לעגאלע און סיסטעמאטישע באציאונגען צו אידן. הער אויף מיט די שטותים, ביטע.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:40 pm
דורך פריינדליך
דיין טעות איז, אז דו טראכסט אז די סארט אידן וואס קענענן וויקפידיע דורוך און א דורוך אדער עצכ"ח, און זיי טראכטען בעפאר זיי באשטעטיגען אז דער חת"ס איז גערעכט { נישט אז עפעס איז ראנג דערמיט}, די זענענן נישט א חלק קעגן וועם די מידיא העצט די לעצטע צוויי וואכען און דער גוי קויפט עס אפ פאר גוט געלט, אסעמעלירטע אידן און דייטשלאנד {נישט אז עס איז דא א פארגלייך} האבען אויך אזוי געטראכט און די מציאות איז געווען אנדערש,
צו זאגען אז די שמוץ און האס וואס וואס מען זעט קעגן אידן לעצטענס און די מידיא האט נישט קיין עפעקט דארף מען זיין זייער נאיוו אדער בייסיג, נאיוו ביסטע נישט האסט ברוך השם א קעפעל אויף דיין פלייצע,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:42 pm
דורך היימישער
אמאל האט מען זיך געשעמט פונעם גוי ווייל מען איז געווען דיפרענט. און היינט שעמט מען זיך ווייל אפאר משיגאים טרייען אינץ צו מאכען פאפעלער דורך שמיץ
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:42 pm
דורך יידל
פריינדליך, יעצט דרייסטו שוין באמת א קאפ.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:49 pm
דורך פריינדליך
איך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
כאילו דו דארפסט א בשטעטונוג אז שמוץ און קרימענאלע מעשוית אינאיינעם מיט אנטיסעמעטיזעם האט א השפעה אויף א גוי וואס ליינט עס,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:55 pm
דורך יידל
פריינדליך האט געשריבן:איך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
כאילו דו דארפסט א בשטעטונוג אז שמוץ און קרימענאלע מעשוית אינאיינעם מיט אנטיסעמעטיזעם האט א השפעה אויף א גוי וואס ליינט עס,
אודאי האט עס אן השפעה, און דערפאר איז די עצה מיר זאלן אויפהערן שיצן שמוציאנען.
אבער ווי קומט דאס צו וואס דו האסט פריער געשריבן אז יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל און ווערט אפגעשאצט און דעבאטירט און באשטעטיגט אלץ א מאלעסטער? ווי קומט דאס צו וואס דו האסט געשריבן אז הינדערטער וועלען ליידען קאנסעווענצען דורוך למשל, פיזיש ווערען אטעקירט/נאכגעשריגען/נישט באקימען א דשאב צו וואס די ביסט קוואלעפעצירט/נישט באקימען העלפ צו וואס דו ביסט קוואלעפיצירט/האבען פראבלעמען אויב דארפסט אנקימען און שפיטאל סיי צוליב וועלכע סיבה/האבען פראבלעמען אויב דו דארפסט אמאל אנקימען צו די גאווערמענט ביי סיי וועלכע אפטיילונוג? ווי קומט דאס צו וואס דו האסט געזאגט אז ביי מיליאנען גוים און די אומגעגענט זענענן אלע אידן מאלעסטערעס? ווי קומט דאס צו וואס דו האסט געזאגט אז עס איז א נייע עפעכע דא און אמעריקע אז מען מעג לעגאל און אפן סיסטעמאטיש באשמיצען אידן אלץ קרימנאלען, און מען מעג זיי אלע באשולדיגען אינאיינעם ווייל עס איז איין גרופע?
וואס ווילסטו דא מיט די אלע שרעקעדיגע גוזמאות פורחות באויר?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:05 pm
דורך פריינדליך
יידל האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:איך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
כאילו דו דארפסט א בשטעטונוג אז שמוץ און קרימענאלע מעשוית אינאיינעם מיט אנטיסעמעטיזעם האט א השפעה אויף א גוי וואס ליינט עס,
אודאי האט עס אן השפעה, און דערפאר איז די עצה מיר זאלן אויפהערן שיצן שמוציאנען.
האלטען מיר שוין ערגעץ ווייל מיר ביידע אגריען אז עס האט א השפעה, דערפאר בין איך גערעכט מיט מיין קעפעל אז יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל ווייל די מידיא אינאיינם מיט די נאכשלעפער פון אידענטום באשמיצען אלע אידן נישט נאר די דיטעליס וואס איז יעצט און קוועשען
און מיר דיסאגריען וואס עס די עצה דערצו איז, דו זאגסט אז די עצה איז אז מען זאל אויפהערן שיצן שמוציאנען, איך זאג אז מען האט שוין לאנג אויפגעהערט
דא האב איך געפרעגט לאגישע שאלות איבער די מעשה וואס איז יעצט אויפן סדר היום און מען קען עס דעבאטירען ווער עס איז גערעכט, אבער צו זאגען אז איינער שטיצט מאלעסטערעס בדרך כלל? ווי און ווען האסטע געזען אזוינס??
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:06 pm
דורך יידל
ניין, מיר דיסעגריען אויף די עקסטענט פונעם השפעה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:08 pm
דורך פויער
דאס איז נישט אמת, ווייל דאס איז הלכה בידוע אז עשיו שונא ליעקב, וואו און ווען אימער האבן יודישע קינדער אלס געליטן פון די אומות העולם און - ליידער - אויך פון אייגענע פלייש.
די פראבלעם היינטצוטאג'ס: 1) חוצפה יסגי איז מקוים במלוא המובן המילה, יונגע ראצערס האבן נישט דאס מינדעסטע פראבלעם זיך צו עפענען דאס פיסק און אן א פרעכע בושה אריינגעבן מסירות קעגן זייערע אייגענע ברודער. 911 איז זייער גרינג צו רופן... 2) חורבן האינטערנעט יא! דאס איז איינע פון די גרויסע צוהעלפער. מיט די היינטיגע טויזענטער סייט'ס, בלאג'ס, פארום'ס, סאשעל נעטווארקינג, איז א גארנישט אנצוקומען צו יעדן, צו ווערוןם פאפולער, צוציען נאכפאלגער, און אויך שעפן חיזוק.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:10 pm
דורך פריינדליך
יידל האט געשריבן:ניין, מיר דיסעגריען אויף די עקסטענט פונעם השפעה.
דהיינו? ביסט מודה אז יעדער איד ווערט באשמיצט, נאר דו האלסט אז עס האט נישט קיין השפעה?
אדער דו האלטס אז דער גוי וואס זעט כסדר 24/7 די אלע נייעס ווייסט מבחין צו זיין בין דם לדם?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:15 pm
דורך יידל
ענטפער מיר אויף די זעקס פראגעס:
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן פיזיש אטאקירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס איז געווארן נאכגעשריגן ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען א דזשאב צו וועלכע ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט נישט באקומען העלפ צו וואס ער איז געווען קוואליפיצירט ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האט געהאט פראבלעמען אנצוקומען אין שפיטאל ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
האסטו שוין געהערט פון איינעם וואס האבן געהאט פראבלעמען אנצוקומען צו די גאווערמענט אין סיי וועלכע אפטיילנוג ווייל ס'דא אידן וואס זענען מאלעסטערס?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:17 pm
דורך יידל
בעסער געזאגט, אנשטאט זיך טענה'ן, לאמיך דיך אנרופן ביים נאמען: דו ביסט א
סענסאזאציעליסט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:19 pm
דורך פריינדליך
ענטפער מיר קודם אויף די איין איינציגע שאלה, האסט געשריבען:
יידל האט געשריבן:איך קען מיך אנסובסקרייבן? איך בין נישט אויף טרייעל.
ווי אזוי האסטע עס באוויזען? ביסט דאך לכאורה א איד?! גייסט דאך מיט א קאפעל און פיאות?! ווי אזוי האסטע באוויזען זיך אויסצוקרויזען פון אלע נעגאטיווע נייעס אזאש אז ווען דער גוי זעט אז אידן זענענן מאלעסטערעס ווייסט ער דיר צו עקסלאדען פינעם כלל?
++
איינער האקט אריין
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:21 pm
דורך יידל
איך און נאך טויזענטע אידן זענען נישט אויף טרייעל בלויז ווייל די מידיא רעפארט אז א רעגעסטרירטע אפענדער איז געגאנגען אינמיטן די נאכט אין א קינדער באנק. פיריאד. הער אויף מיט אומזינסטע סאנזאציעס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:28 pm
דורך פריינדליך
אויב וויל איך דיר איבערצייגען אז דו ביסט נישט גערעכט, דארף איך אהערברענגן לינקס צו די אלע נייעס באריכטען אויף אויפווייזען מיט קוואטס אז די מעשה און די מידיא איז גרעסער פון איין איינציגע פאל?
מסתם אז ווען איך וועל עס טיען וועסט אנקימען צום דעד-ענד און מודה זיין, אבער פקח עניך וראה האסט גענוג פארשטאנד אליינס אלעס צו טרעפן, און אויב ווילסטע זיך נאכדעם ווייטער פאפען, איז עס דיינע רעכטן וואס השי"ת האט דיר באשאנקען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:30 pm
דורך יידל
פון "איז גרעסער פון איין איינציג פאל" צו די סענזאציע וואס דו מאכסט איז א גאר ווייטע מהלך. איך דארף נאר זאלסט מיר ווייזן איין נייעס סייט ווי עס שטייט אדער עס ווערט אימפלייד אז "אלע אידן זענען מאלעסטערס" און איך בייג מיר דעם קאפ צו דיר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:09 pm
דורך qwerty
יידל האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:איך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?
אודאי האט עס אן השפעה, און דערפאר איז די עצה מיר זאלן אויפהערן שיצן שמוציאנען
ידל זאגט זייער גיט אין זייער אמת'דיק.
אז מיר ועלען מוחל זיין אין זיך אינטערווישען פין "אינטען", וועט תיקף אויפהערען צי שטינקען.
עס איז שוין הכסטע צייט מיר זאלען אליין מקיים זיין דעם הודה ולא בוש.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:28 pm
דורך qwerty
בא ידען נארמאלען אידען איז עס אזוי קלאר ווי טאג וואס עס האט פאסירט אין באבאוו.
אין טאקע נאר דערפאר וואס די ווילסט זיך איינרעדען אז מיר קענען מכחיש זיין, טאקע דערפאר אין אבסאלוטלי נאר דערפאר, גליבט עס קיינער נישט אין דערפאר גראבט די מידיע נאך אין
נאך ווייל מיר זיינען "אין דינייעל"א דזיי סימפסאן איז אויך נישט קאנוויקטעט פאר מערדער אעפ"כ קען נאר שוטה גלויבען אז א דזיי סימפסאן איז אינעסענט.
אויפ ענגלישאיז דא גיט ווארט וואס בריינגט עס זייער קלאר ארויס:
If it looks like chicken, and it smells like chicken, and it tastes like chicken…
guess what guys?
It’s probably a real chicken
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:52 pm
דורך זר זהב
מ'דארף עפענען א BOXING MATCH אשכול!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:27 pm
דורך חאצקל
דאס וואס מיר באשמוצן זיך ווייזט אז א גרויסער פראצענט פון אונזערע אידן זעען אנגעווייטוגט און האבן פיינט די אייגענע קאמיונעטי, מיר האבן זיך אליין פיינט, עס איז נישטא קיין אונטערעס, מ'שפירט נישט אז מ'איז דא מיטן גיטן ווילן, די בענעפיטן אין די קאמיונעטי זענען שוואך, מ'קען באשטיין אז עס זאל בטל ווערן, וועם גייט עס אן, זאל עס אונטערגיין
דאס איז ווארשיינליך שטענדיג געווען דער מענטאליטעט פון אונזער פאלק, נאך אין די צייטן פון תנ"ך (זעט אין די פסיקים אין ישעי' און ירמיהו), אידן האבן שטענדיג געשפיגן אינעם אייגענעם טאפ, ארויף געקוקט דעם ארומיגן גוי, און געהאט א שוואכע אונטערעס אין די אייגענע פאלק וואס מאכט אים צופיל באגרעניצוגן,