בלאט 1 פון 1

די מהות פון די אנטי וואקסין סעקטע

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 2:59 pm
דורך כוואליעס
עס זענען דא צוויי מיני מענטשן. די ערשטע זענען די אנטי וואקסין, די צווייטע זענען איבערגערעדטע מענטשן וואס מען האט זיי "אויפגעוויזן" וכו', אונז גיי מיר זיך יעצט באציען צו די ערשטע סארט.
אונז גיימיר אויך נישט רעדן איבער וואקסין כשלעצמו, דאס איז א צווייטע נושא וואס מען קען דעבאטירן, איך וויל דא נאר רעדן איבער די מענטש וואס איז א אנטי וואקסין, וויאזוי טראכט ער, פארוואס איז ער אנטי, און וואס איז די פראבלעם מיט אים.

אויף די וועלט זענען דא אסאך מיני מענטשן, מיט אסאך מיני נאטורן, איינס פון די נאטורן וואס אסאך מענטשן האבן איז די נאטור פון זיין אנדערש פון יעדעם, און דאס צוטיילט זיך אין צוויי, איין חלק מענטשן זענען אנדערש פון יעדעם אבער פאר זיך, און די צווייטע חלק זענען אנדערש פון יעדעם אבער יעדער מוז וויסן פון דעם, געוויסע וועלן אפילו זוכן אויפצוקלערן יעדעם מיט זייער שיטה.
און דאס איז די מהות פון א אנטי וואקסין, אין יעדע מחלוקה וועט ער נעמען די צד וואס איז אנדערש פון נארמאל, עס איז אפילו נישט זיין אויסוואל. עס איז זיין נאטור.

איך וועל אייך געבן אפאר דוגמאות, און נאכאמאל, יעדע פון די דוגמאות קען מען עקסטער דעבאטירן, נישט דאס איז די פוינט דא,

שייטלעך. די גאנצע מעשה מיט שייטלעך ווערט אנגעפירט דורך אנטי וואקסין חברה. זיי לויפן ארום צו רבנים און זענען מסביר די פראבלעם פון די שייטלעך, אז עטס גלייבטס מיר נישט וועל איך אייך שרייבן די נעמען פון די חברה עסקנים, איך קען זיי זייער גוט.
יעצט, נישט אלע וואס זענען אנטי וואקסין זענען אנטי שייטלעך, עס זענען דא אסאך איבערגערעדטע פון ביידע זייטן.

אידישקייט גליון. איך בין גרייט אראפצולייגן געלט אז דער וואס גיט ארויס די אידישקייט גליון איז א אנטי וואקסין, און בכלל וועסטו זען אז די אלע אנטי וואקסין ליינען מיט שפאנונג די גליון כאילו דאס איז א טאביק פושקע (די נאז ליגט אין דעם גליון, און דאס פרישט זיי אויף פונקט ווי א שמעק טאביק).

חומש מקרא כפשוטו. איך ווייס נישט ווער עס איז אויפגעקומען מיט די פראבלעם, אבער די מינוט עס איז ארויסגעקומען די גאנצע שערוריה האבן זיך די אנטי וואקסין חברה זיך צוגעכאפט צו דעם ווי געבראטנס, זיי זענען ארומגעלאפן עס ארויסכאפן, בעסער געזאגט גנב'נען פון בתי מדרשים, ווי באקאנט.

קאממאן קאור. דרך אגב די גאנצע מחלוקה איבער קאממאן קאור איז נישט אויב מ'זאל טאקע לערנען קאממאן קאור, אין פאקט איז נישטא קיין איין מוסדות וואס לערנט קאממאן קאור, עס איז נאר אויב מ'מעג 'זאגן' אז מ'לערנט קאממאן קאור, און דא איז אויך זייער קלאר די צדדים.

יעצט קום מיר נישט זאגן אז דו קענסט איינער וואס איז אנטי וואקסין און נישט אנטי קאממאן קאור, איך ברענג נאר ארויס די מענטעלעטי פון די 'חברה'.

אגב, דאס איז אויך די פראבלעם פון די רבנים און דיינים, יעדע מאל עס איז דא א מחלוקה גייען זיי האלטן פונקט ווי זייער פארטיי\חסידות האלט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:05 pm
דורך נפה
אנדערע זען עס אנדערש

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:15 pm
דורך כוואליעס
נא לאמיר זען ווער עס גייט באקומען מער לייק'ס

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:25 pm
דורך Tachlis
ס'דא נאך א חלק פון אנטי וואקסין חברה וואס זענען נישט ממש אנטי וואקסין נאר ווען מ'צווינגט יעדעם צו נעמען דעם וואקסין און מ'טעראריזירט יעדער וואס איז אנטי וואקסין וועלן זיי זיך אויטאמאטיש אננעמען פאר די גערודפטע צד פשוט אלס שנאה צו די דיקטאטורישאפט און וועלן זיך קעגן שטעלן דאס נעמען די וואקסין אלס פראטעסט פאר זייער פרייהייט

(איך קען איינעם א קרוב וואס איז אזוי) אדם קרוב אצל עצמו ;)

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:32 am
דורך קהל'ס נער
Tachlis האט געשריבן:ס'דא נאך א חלק פון אנטי וואקסין חברה וואס זענען נישט ממש אנטי וואקסין נאר ווען מ'צווינגט יעדעם צו נעמען דעם וואקסין און מ'טעראריזירט יעדער וואס איז אנטי וואקסין וועלן זיי זיך אויטאמאטיש אננעמען פאר די גערודפטע צד פשוט אלס שנאה צו די דיקטאטורישאפט און וועלן זיך קעגן שטעלן דאס נעמען די וואקסין אלס פראטעסט פאר זייער פרייהייט

(איך קען איינעם א קרוב וואס איז אזוי) אדם קרוב אצל עצמו ;)
ג"א מצטרף, איך האב נישט גענימען די קאוויד וואקסין נישט ווייל איך בין א אנטי-וועקסער נאר ווייל מען האט געצווינגען, און אז מען צווינגט נעם איך עס דוקא נישט.

הכלל (מיט א למ"ד רפויה), איך מיין ס'האט נישט דוקא מיט אנטי "וואקסין" חברה, איך וואלט זיי ענדערש געריפן "חברה אנטי" דאס הייסט זיין מהות איז אנטי, יעצט ס'קען אויסקלאפן און פארשידענע פלעצער, אמאל וואקסין, אמאל צו מען מעיג זאגן קאממאן קאר און אמאל שייטלען, הצד השווה שבהם ער איז א אנטיאיסט.
און לאו דוקא אז יעדער אנטי וועקסער איז פון די "חברה אנטי" נאר בדרך כלל וועט א אנטיאיסט אויך זיין א אנטי וואקסער.

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:19 am
דורך דובעלע
כ’בין מחולק. רוב אנטי וואקסין גלייבן אין קאנספירעסיס, אז מ'לייגט אריין קעמיקאלס און גארביטש אין וואקסינען, סגייט אזוי ווייט ווי טרעקינג טשיפס.

זיי זענען לאוו דווקא חאניאקן וואס זוכן יענעמס עבירה. זיי וואלטן ענדערש געהאלטן פרעזידענט בוש שטייט אונטער 9/11 וכו' ווי האבן א פראבלעם מיט פשוטו של מקרא, זיי זענען מער גלויביגע מענטשן. די הגדרה וואס דו לייגסט אראפ איז מער ריבעליעס סטייל וואס איז פארקערט ווי גלויביגע.

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 2:21 pm
דורך מתבודד
דובלע, מיט וויפיל אנטי וואקסין חברה האסטו גערעדט זאלסט קענען שיסן אזא סטעיטמענט אז ''רוב אנטי וואקסין וואלטן ענדערש געהאלטן פרעזידענט בוש שטייט אונטער 9/11''???

לדוגמא בעלמא, איך שאץ אז צווישן 35% און 45% ק''ש מיטגלידער זענען אנטי וואקסין אבער כ'וואלט מיך נישט געוואגט צו זאגן אז ס'איז פארהאן גאנצע 10% מיטגלידער וואס האלטן אז 9/11 איז א אינסייד זשאב.

קען זיין אז היות די חלק אנטי וואקסין וואס זענען געווענליכע פשוטע מענטשן און זענען צוגעקומען צו א אנדערע מסקנא ווי דיר מאכן ווייניגער נויז, מילא קוקסטו אן די אנדערע פאר א רוב...

Re: די מהות פון די אנטי וואקסין סעקטע

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 2:26 pm
דורך דובעלע
האסט מיך נישט פארשטאנענען, וואס כ׳מיין צו זאגן איז, אז דער סיבה פארוואס זיי האבן געקומען צו דער מסקנה צו זיין אנטי איז מער דומה צו א קאנספירעסי ווי צו דווקא זאגן פארקערט ווי יעדעם…
זיי גלייבן (אדער ווייסן) אז וועקסינס מאכט אטיסטיג אדער הרגעט גאר וכו׳ וכו׳

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 2:29 pm
דורך מתבודד
איך הער. אבער איז נישט די גאנצע זאך פון קאנספירציעס צו זאגן אנדערש פון יעדן?.. :roll: