בלאט 1 פון 1

וויפיל געהאלט באקומען כולל יונגעלייט א חודש?

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:04 pm
דורך [NAMELESS]
א ליסטע וויפיל די חשוב'ע כולל יונגעלייט אין וויליאמסבורג באקומען באצאלט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:22 pm
דורך פארווע חסיד
סאטמאר מהרי"י די שוואכסטע?

Re: וויפיל געהאלט באקומען כולל יונגעלייט א חודש?

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:50 pm
דורך פרנס החודש
פארווע חסיד האט געשריבן:סאטמאר מהרי"י די שוואכסטע?
ריבניץ און וויזשניץ האבן אויסגעכאפט אלע אינגעלייט וואס זענען ווערט מער, וואס קען מען טון….

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:22 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
ליהוי ידוע אז שוין פאר פערציג יאר צוריק איז געווען די נארמאלע פרייז פאר א כולל אינגערמאן בערך 4 - 5 הונדרעט דאללער...
סתם צו פרעגן וואס טראכטען די ראשי הכוללים ???
היינט צו פארבלייבען א כולל אינגערמאן אפאר יאר נאכן חתונה איז נאר אויב נפשו חשקה בתורה און דאס ווייבל ארבעט, אדער ער לעבט אויף דעם שווער’ס טשעק בוק און אויף דעם שוויגער’ס cook book...

איך קען פערזענליך עטליכע אידן וואס ווען נישט די מאגערע פרייז פון כולל וואלטען זיי נאך פארבליבען אפאר יאר און כולל און כלל ישראל וואלט שטארק בענעפיט פון זיי...[נישט קיין באנק קוועטשערס...]

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:23 am
דורך היסטאריע
מען דארף אויפקומען מיט א מהלך צו זיין א מאלטי כולל יונגערמאן. דער ווערטעל מיט דער הוט אויף דער גמרא ארבעט שוין נישט.

איך האב אויך הנאה צו זעהן אז אין הופפער כולל צאלט מען צו זיך צו לערנען א פאך (מקצוע), אזוי קענען זיי גראדואירן און פארדינען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:30 am
דורך דער גאלדענער אדלער
היסטאריע האט געשריבן:איך האב אויך הנאה צו זעהן אז אין הופפער כולל צאלט מען צו זיך צו לערנען א פאך (מקצוע), אזוי קענען זיי גראדואירן און פארדינען.
און כ'וואלט נאך מער הנאה געהאט צו זעהן אז מ'וואלט ווען געלערענט א מקצוע אלץ בחור, און כאטשיג תיכף נאך די חתונה געקענט מאכן שיין פרנסה און אוועקלייגן געלט ווילאנג ער און זי ארבייטן און די משפחה איז נאך קליין.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 10:14 am
דורך היסטאריע
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך האב אויך הנאה צו זעהן אז אין הופפער כולל צאלט מען צו זיך צו לערנען א פאך (מקצוע), אזוי קענען זיי גראדואירן און פארדינען.
און כ'וואלט נאך מער הנאה געהאט צו זעהן אז מ'וואלט ווען געלערענט א מקצוע אלץ בחור, און כאטשיג תיכף נאך די חתונה געקענט מאכן שיין פרנסה און אוועקלייגן געלט ווילאנג ער און זי ארבייטן און די משפחה איז נאך קליין.
היינט, מיט דער עפאכע פין אינגעלייט וואס לערנען מיט בחורים, לערנען זיך די בחורים אלץ בחור, וויאזוי צו לערנען מיט א יונגערמאן, אזוי ווען זיי ווערען אינגעלייט ווייסען זיי גוט וויאזוי דאס צו טוהן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 1:30 pm
דורך signout
דאס אראפנעמן 500 אויב ס'איז בלי שבת איז מער ווי אלעם...

וויפיל געהאלט באקומען כולל יונגעלייט א חודש?

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:22 pm
דורך פישל
היסטאריע האט געשריבן:איך האב אויך הנאה צו זעהן אז אין הופפער כולל צאלט מען צו זיך צו לערנען א פאך (מקצוע), אזוי קענען זיי גראדואירן און פארדינען.
כ׳גלייב אז מקצוע מיינט ער נישט צו זאגן אן אלגעמיינע פאך נאר א מקצוע אין שו״ע ( הל׳ שבת, בשר בחלב, תערובות, הל׳ נידה וכו׳)
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: און כ'וואלט נאך מער הנאה געהאט צו זעהן אז מ'וואלט ווען געלערענט א מקצוע אלץ בחור, און כאטשיג תיכף נאך די חתונה געקענט מאכן שיין פרנסה און אוועקלייגן געלט ווילאנג ער און זי ארבייטן און די משפחה איז נאך קליין.
איך זעה נישט די חילוק צווישן א בחור און א אינגערמאן נאך די חתונה. כ׳פארשטיי נישט פארוואס זיין אין א ריעלעשאנשיפ מיט א ווייב מאכט בכלל א חילוק? אויב ביסטו א לערנער דאן זאלסטו לערנען אלס אינגערמאן אויך, און אויב ביסט נישט דיין גיי לערן זיך א פאך אלס בחור.
יעצט צוריק צו די נושא פונעם פותח האשכול, פארוואס זאל איינער בכלל באצאהלן פאר כולל אינגערמאן? געווענליך צאלט מען פאר אן ארבעטער ווען ער ברענגט א טובת הנאה אדער בעסער געזאגט ער ברענגט צו עפעס א ווערד צו די באלאבוס. אבער א לערנער , וואס ברענגט ער צום טיש אז מ׳זאל איהם באצאהלן? אויב גלייבט ער טאקע אז דורך זיין תורה שטייט די וועלט, דאן זאל ער טרעפן א פארמעגליכע איד וואס גלייבט דאס זעלבע און זאל איהם אויסהאלטן לגמרי, נישט נאר $1000 א חודש. וואס דעמאלט איז עס א win win דיעל, ער באקומט די זכות און ער באקומט באצאהלט דערפאר.
אבער סתם אז ס׳זאל זיין א כולל וואס באצאהלט פאר עני אינגערמאן צו לערנען, איז עס הכל רווח. ווייל למעשה פרודעצירט ער גארנישט פאר די באצאהלער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 4:05 pm
דורך אינטערסאנטער
די פרייז וואס מען באצאלט אין כולל איז כמעט קיינמאל נישט לויט ווי די אויבנדערמאנטע צעטל, ווייל שמירת הזמן איז כמעט מעגליך אנצוהאלטן יעדן טאג, און די סיסטעם אין די גרויסע כוללים גייט אז אויב קומט מען אפילו צוויי מאל א וואך שפעט (בערך) באקומט מען שוין גארנישט קיין שמירת הזמן געלט. חוץ מזה גייט אראפ זייער שנעל פון די עיקר סכום אויב מען קומט אמאל שפעט אדער מען גייט פרי, אדער מען האט פארפעלט א בחינה.

עס איז דיזיינט אזוי אז די כולל זאל קענען אדווערטייזן אז זיי באצאלן שיין, אבער ווען עס קומט הלכה למעשה איז דא זייער א קליינע פראצענט פון אינגעלייט וואס באקומען די סכום, אפילו גוטע אינגעלייט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 4:09 pm
דורך היסטאריע
צומאל נעמען זיי אראפ דער מעשר געלט אויך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
שיינע זאך מ'באצלט פאר שמירת הזמנים!!
אינטערסאנט צו וויסען אויב להבדיל ביי אלגעמיינער ארבעטער צו מען צאלט פאר שמירת הזמנים אדער ארבעט עס פארקערט, מ'נעמט אראפ ווען מ'האלט נישט די שמירת זמנים?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 6:32 pm
דורך תרמב
וואס האט עטס טענות אויף די וועג וואס מ'באצאלט אין די כוללים, די גאנצע כולל אינסטוטוציע מאכט נישט קיין סענס, ווען מ'זאל ווען צאלן מער וואלטן סאך מער אינגעלייט געבליבן אין כולל און נישט אהיים געברענגט קיין פרנסה, ווען מ'צאלט ווען אזוי ווי א געהעריגע ארבעטער מילא, אבער אז מ'צאלט ווייניג איז שוין בעסער אז מ'זאל צאלן גענוג ווייניג אז מ'זאל האבן א שטופ צו גיין ארבעטן אמאל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:34 pm
דורך [NAMELESS]
א געוואלדיגע זאך, אינגעלייט ווילן זיך משלים זיין אין תורה. אבער דאס וואס ס'איז געווארן א זאך וואס גייט אויטאמאטיש פאר יעדן, און עס איז געווארן א בושה אויב מ'גייט ארויס ארבעטן, מ'ווערט גאר מיט דעם אן outsider....
דאס איז פונקט וואו אין די כ' יארן, וואס יעדער איז געגאנגען ארבעטן און אויב איינער איז געגאנגען אין בית מדרש/כולל איז יענער געווען אן outsider...

שוין געקומען די צייט אז מענטשן זאלן טוהן וואס איז ריכטיג, זה בכה וזה בכה!

נשלח: פרייטאג יאנואר 13, 2023 10:25 am
דורך בת קול
פישל האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך האב אויך הנאה צו זעהן אז אין הופפער כולל צאלט מען צו זיך צו לערנען א פאך (מקצוע), אזוי קענען זיי גראדואירן און פארדינען.
כ׳גלייב אז מקצוע מיינט ער נישט צו זאגן אן אלגעמיינע פאך נאר א מקצוע אין שו״ע ( הל׳ שבת, בשר בחלב, תערובות, הל׳ נידה וכו׳)
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: און כ'וואלט נאך מער הנאה געהאט צו זעהן אז מ'וואלט ווען געלערענט א מקצוע אלץ בחור, און כאטשיג תיכף נאך די חתונה געקענט מאכן שיין פרנסה און אוועקלייגן געלט ווילאנג ער און זי ארבייטן און די משפחה איז נאך קליין.
איך זעה נישט די חילוק צווישן א בחור און א אינגערמאן נאך די חתונה. כ׳פארשטיי נישט פארוואס זיין אין א ריעלעשאנשיפ מיט א ווייב מאכט בכלל א חילוק? אויב ביסטו א לערנער דאן זאלסטו לערנען אלס אינגערמאן אויך, און אויב ביסט נישט דיין גיי לערן זיך א פאך אלס בחור.
יעצט צוריק צו די נושא פונעם פותח האשכול, פארוואס זאל איינער בכלל באצאהלן פאר כולל אינגערמאן? געווענליך צאלט מען פאר אן ארבעטער ווען ער ברענגט א טובת הנאה אדער בעסער געזאגט ער ברענגט צו עפעס א ווערד צו די באלאבוס. אבער א לערנער , וואס ברענגט ער צום טיש אז מ׳זאל איהם באצאהלן? אויב גלייבט ער טאקע אז דורך זיין תורה שטייט די וועלט, דאן זאל ער טרעפן א פארמעגליכע איד וואס גלייבט דאס זעלבע און זאל איהם אויסהאלטן לגמרי, נישט נאר $1000 א חודש. וואס דעמאלט איז עס א win win דיעל, ער באקומט די זכות און ער באקומט באצאהלט דערפאר.
אבער סתם אז ס׳זאל זיין א כולל וואס באצאהלט פאר עני אינגערמאן צו לערנען, איז עס הכל רווח. ווייל למעשה פרודעצירט ער גארנישט פאר די באצאהלער.

נאך מער. געווענטליך ווען איינער לערנט אין אן institution, צאלט ער שכר לימוד און נישט פארקערט.