בלאט 1 פון 27
טעכנאלאגישע פראגעס און הילף
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:52 pm
דורך אךשמח
נישט אויף יעדע קורצע פראגע לוינט צו מאכן אן אשכול, דעריבער עפן איך דעם אשכול וואו איך וועל פארלייגן פראגעס און קורצע עצות וואס איך זוך.
היינט האב איך געליינט אינעם 'פאפולער פאטאגראפיע' איבער די פארשידענע 'קלאוד' קאמפאניס און די מעלות און חסרונות צווישן זיי.
וואס איז מיר אבער אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס איז די גרויסע מעלה פון האלטן מיינע פיילס אינעם 'וואלקן' ווען די פרייז פאר הונדערט גיג איז ביילייפיג פופציג דאלער פער יאר, ווען איך קען פאר דעם פרייז זיך איינהאנדלען א טעראבייט און נישט דארפן צאלן א יערליכן אפצאל?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:58 pm
דורך שמעקעדיג
די מעלות זענען אז עס בלייבט געסעיווט זיכערערהייט אן א שרעק אז עס וועט זיך פארמעקן אדער פארלירן - וואס מאכט זיך מיט א פארטעבל דרייוו
און אויך אז דו קענסט עקסעסן דיינע פיילס פון סיי וועלכע קאמפיוטער מיט אינטערנעט איבערן גאנצן כדור העולם.
יעדער דארף אפשאצן פאר זיך אויב עס לוינט אים צו צאלן געלט פאר די אויבנדערמאנטע מעלות.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:25 pm
דורך אךשמח
זייער שוואכע מעלות קעגן דעם ריזיגן פרייז דערפאר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:28 pm
דורך יידל
האלטן פיילס און די וואלקן לוינט זיך פאר איינעם וואס האט ריזיגע פיילס (למשל א ווידעא עדיטאר וואס האט הונדערטע ווידעא פיילס אויף וואס ער ארבעט) און ער וויל קענען ארבעטן פון ווי אימער אן דארפן מיטשלעפן זיינע הארדרייווס. ס'שפארט אים סיי טירחא און סיי די ריזיקע דאס צו פארלירן אויפן וועג. פאר איינעם וואס קען האלטן אלע זיינע פיילס און איין אדער צוויי הארדרייווס און דארף נישט מיטנעמען די הארדרייווס ווי ער פארט (אדער אויב ער ארבעט אלץ פון איין פלאץ) לוינט זיך טאקע נישט די וואלקן.
די פארשידענע קאמפאניס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:46 pm
דורך אךשמח
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:11 pm
דורך אךשמח
די עפל'יסטן זענען אויפגעלייגט ביז גאר. די נייע iOS6 איז היינט ארויפגעשווימען אויף אלע אייפאונס, און טראץ וואס איך וועל נישט אוועקמאכן די געציילטע מעלות וואס עס געט צו (עפל זאגט אז עס האט איבער צוויי הונדערט נייע פיטשורס) האב איך דערמיט מער קאפוויי ווי פאר דעם. איך וועל זיי אהערברענגען, מיט האפענונג אז מען וועט מיר ארויסהעלפן.
די געוואלדיגע מעלה וואס ראשעקאל האט צוגעברענגט אז ענדליך קען מען שוין ארויפלייגן בילדער אויפן שטיבל, ארבעט נישט. מסתם ווייל עפל דיקטאטירט פונקטליך וויפיל מב א פיק זאל זיין (געווענליך צוויי דריי מב). קען מען עפעס טון דערוועגן?
עמבעדדעד יוטוב קליפס ארבעטן מער נישט אויפן נייעם אפדעיט. יא, זיי האבן אוועקגענומען די יוטוב עפפ פונעם סיסטעם אבער איך האב שוין דאונלאודעד די פרישע עפפ וואס גוגל האט צוגעשטעלט.
ווייפיי שפרינגט אראפ און ארויף זינט איך האב אפדעיטעד.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:15 am
דורך געפילטע פיש
צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.
אפשר זאלסטו איינטונקען דיין עפל אין האניג לסימנא טבא.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:17 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע, דו ביסט אזוי זיס.......
אפשר זאל ער עס גאר איינטינקען אין דיר, דו ביסט דאך מתוק מדבש ונופת צופים, נאך מער ווי האניג...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:57 am
דורך אךשמח
געפילטע פיש האט געשריבן:צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.
אפשר זאלסטו איינטונקען דיין עפל אין האניג לסימנא טבא.
דו מיינסט דאס?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:46 am
דורך אךשמח
געפילטע פיש האט געשריבן:צרת רבים חצי נחמה, ביזט נישט דער איינציגסטער וואס רעדט זיך אפ.
דאס האסטו געמיינט?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:09 am
דורך געפילטע פיש
יא
יא, און אויך
דאס (טשעק ארויס די קאמענטס),
דאס, און
דאס.
EMERGENCY HELP WANTED!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:20 pm
דורך צוקער
I got a problem yesterday, I cant post Yiddish on the web, including emails,furoms,etc. does anyone know about this bug please let me know, I am down the drain!
Thanks in advance!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:49 am
דורך משה רוקח
Offline you could write in Yiddish or is it only online?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:49 pm
דורך אךשמח
עס איז געווען א פראגע פון צייט ביז איך וועל איינטוישן מיין אייפאון און צוריק צום ענדרויד פאון, אבער איך האב זיך נישט געיאגט. נאך אלעם איז דער אייפאון טאקע נישט קיין ענדרויד אבער פארט נישט אוועקצומאכן, בפרט ווען א גוטע קאמערא איז מיר גאר וויכטיג און דער אייפאון קאמערא האט דערווייל נישט קיין ערזאץ.
היינט איז געקומען דער באשלוס אז גענוג איז גענוג. די גוגל מעפס איז מיר גאר וויכטיג און אז זיי האבן צוליב זייערע אינטערעסן מיר צוגענומען אזא וויטיגע עפפ איז געווען איין טרעפל אוועק פון זיי, און העיקר אז זינט דעם נארישן אפדעיט פאריגע וואך טוט דער אייפאון גאר מאדנע זיך אויפפירן ווען עס לאזט מיר גאר אפט נישט סקראלן פון אויבן אראפ און פארקערט.
איך האב נאך געקלערט צו אויסווארטן דעם געלעקסי נאוט צוויי אדער די על דזשי אפטימום דזשי וואס מען זאגט דערויף גרויסע זאכן אבער איצטער אז איך זע דעם געלעקסי שלש פאר הונדערט פופציג רייניש וועל איך עס באלד באשטעלן. (זאת ועוד אז איך קען צוריקבאקומען א שיינע מטבע פאר מיין אייפאון, ווי שוין געשריבן אויף א צווייט מקום).
אצינד ברויך איך אייער הילף. איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:57 pm
דורך צוקער
משה רוקח האט געשריבן:Offline you could write in Yiddish or is it only online?
Only online. I guess its just a flu, I will restart my computer.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:44 pm
דורך שמעקעדיג
אךשמח האט געשריבן:איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?
איך האב פרובירט גוגלען פאר דיר, עס איז דא אסאך וועגן.
דאס איז ארויפגעקומען פון די ערשטע און קוקט אויס צו זיין הילפבאר:
http://www.talkandroid.com/guides/begin ... transitionהצלחה רבה!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:50 am
דורך אוי טאטי
צוקער האט געשריבן:I got a problem yesterday, I cant post Yiddish on the web, including emails,furoms,etc. does anyone know about this bug please let me know, I am down the drain!
Thanks in advance!
ב׳ה! דער אויבערשטער האט אונז נישט פארלאזט אונז האמער צירוק הרב צוקער מיט אונז!,
ס׳וואלט געווען ראטזאם ווען דו לאזט אונז וויסן וויאזוי האסט געסאלווד דעם פראבלעם. שכח.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:52 am
דורך צוקער
צוקער האט געשריבן:משה רוקח האט געשריבן:Offline you could write in Yiddish or is it only online?
Only online. I guess its just a flu, I will restart my computer.
ס'לכאורה געווען א פשוטע פלו. כ'אב אויסגעלאשן מיין טוי איבערנאכט, ועד הנה עזרוני! חסדי ה' כי לא תמנו!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:03 pm
דורך אךשמח
שמעקעדיג האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:איך האב גאנץ אסאך אינפא אויף מיין אייפאון, און וויל וויסן גענוי ווי אזוי מען פירט עס אריבער צום נייעם געלעקסי. רוב זאכן גלייב איך וועט זיין גאר גרינג אבער איך בין נישט קלאר ווי אזוי צו אריבערפירן די ביכער און פי די עףס וואס ליגן מיר אין אייבוקס. ווייסט איינער ווי מען מאכט דאס?
איך האב פרובירט גוגלען פאר דיר, עס איז דא אסאך וועגן.
דאס איז ארויפגעקומען פון די ערשטע און קוקט אויס צו זיין הילפבאר:
http://www.talkandroid.com/guides/begin ... transitionהצלחה רבה!
א דאנק פאר דיין ארבעט, און איך וועל עס בקרוב נוצן.
איך האב געטון א ווילדע שריט און אריינגעגעבן מיין אייפאון 4s פאר עמעזאן טרעיד אין, און זיי וועלן מיר שיקן $365 עמעזאן גיפט קארד (איך רעכן אז איך וועל האבן דערפון בערך צוויי מאות, מיינוס וואס מיין אשת חיל וועט אויסגעבן $165 פאר אומנויטיגע זאכן...) און ביז א וואך דארף איך עס צוריקשיקן. פארוואס איך האב זיך אזוי געיאגט, ווייל איך גלייב אז עמעזאן וועט אראפלאזן די פרייז בקרוב. קען אבער זיין אז איך קען נאך צוריקציען.
נאכן אפמאכן צו נעמען דעם געלעקסי שלש, ווי שוין געשריבן, זענען דא וואס זאגן איך זאל נאך געבן געציילטע טעג פאר עטליכע נייע סעלפאונס וואס דארפן בקרוב ממש ערשיינען לאור עולם. גיי ווייס...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:23 am
דורך נולד מאוחר
ווען איך וויל סקענען מערערע פאפירן און סזאל ווערן איין גרויסע פייל ווי אזוי טוט מען דאס?
ווען איך סקען מיט ווינדאוס סקען קומט אויס יעדער באזונדער ,אז איך וויל עס למשל אימעלן דארך איך עטעטשען יעדע פאפיר באזונדער.
ניץ איך א סאפווער וואס הייסט פעפערפארט, דאס סקענט אלעס צי איין גרויסע פדף pdf.
יעצט מיין נייע קוימפיטער וויל איך טאן די זעלבע ,טרעף איך מער נישט בחנם די סאפטווער.
וואס נאך קען איך פראבירן ?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:28 am
דורך געפילטע פיש
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:41 am
דורך נולד מאוחר
אדער האט גוגעל א מערכה קעגען מיר , אדער האבן זיי א דיעל מיט דיר.
איך סיורטש און טרעך נישט געפילטע טרעפט.
שכוח
נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:45 am
דורך געפילטע פיש
מ'סתם צאלסטו נישט מעמבערשיפ פאר גוגל, איא?
ערענסט גערעדט, אסאך מאל קען א סטופיד ספעלינג מיסטעיק טשעינדזשען די ריזאלטס.