בלאט 1 פון 1
אינשורנס ווען מען רענט א קאר
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:31 pm
דורך קלאר
ווען מ'רענט א קאר איז גענוג די אינשורנס וואס די קרעדיט קארד קאמפעני שטעלט צו בחינם
אדער מען דארף ציקויפן עקסטערע אינשורנס?
אויב מאכט מען א דענט
וויאזוי קלעימט מען אינשורנס פין די קרעדיט קארד?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:37 pm
דורך אךשמח
די אינשורענס פונעם קרעדיט קארד איז גענוג, און די רענטל וועט עס קלעימען אויב דו מאכסט א דענט.
מען דארף אבער זיכער מאכן וויפיל טעג די קרעדיט קארד קאווערד, ווייל יעדע קארטל איז אנדערש. געווענליך צווישן פערצן און דרייסיג טעג.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:46 pm
דורך נס קאווע
ע"פ רוב וועט עס די רענטל קלעימען ובפרט ווען די האנדעלסט מיט היימישע (גנבים) די גויאישע רענטעלס וועלן עס נישט אייביג אליין קלעימען און איינער האט מיר געזאגט אז ער'ט שוין געדארפט אויסלייגן דאס געלט ביי ענטערפרייז ביז די ק.ק. אינשורענס האט באצאהלט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:00 pm
דורך קלאר
ישר כח פאר דיין הילף
אךשמח האט געשריבן:
מען דארף אבער זיכער מאכן וויפיל טעג די קרעדיט קארד קאווערד, ווייל יעדע קארטל איז אנדערש. געווענליך צווישן פערצן און דרייסיג טעג.
ביז וויפיל טעג פין וואס? פונעם דענט אדער פונעם צירוקגעבן?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:16 pm
דורך געפילטע פיש
קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:44 pm
דורך קלאר
געפילטע פיש האט געשריבן:קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.
פין ווי ווייס איך ווילאנג זיי דעקן
ווי דארף עס שטיין?
איך האב עטליכע קארטלעך וועלכע גיבט די בעסטע אינשורנס?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:23 pm
דורך געפילטע פיש
אין די TOS אדער רוף אן די קרעדיט קארד קאמפאני, ס'ווענט זיך אויך אין וועלכע לאנד דו גייסט דינגען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:29 pm
דורך קלאר
געפילטע פיש האט געשריבן:אין די TOS אדער רוף אן די קרעדיט קארד קאמפאני, ס'ווענט זיך אויך אין וועלכע לאנד דו גייסט דינגען.
וואס איז דאס TOS?
איך רעדט פין דינגען אין אמעריקא
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:11 pm
דורך געפילטע פיש
Terms Of Service
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:40 pm
דורך Shmilly
אמעקס געט די בעסטע אינשורונס
אמעקס און דיסקאבער געבען 30 טעג
משא"כ וויזא - מאסטער געט נאר 15 טעג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:06 am
דורך געפילטע פיש
ביזט גערעכט מיט רוב וויזע און מעסטער, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז געוויסע מעסטער קארדס געבען יא 30 טעג, און געוויסע געבן בכלל נישט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:41 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.
סאיז נישט ריכטיג. אויב דיין רענטעל עגרימענט איז אוי לאמיר זאגן 32 טעג, וועלן זיי דיך נישט קאווערען אפי אויב די עקסידענט איז געשען די ערשטע טאג.
איך בין 99 %. אבער אויב סאיז נוגע דאבעל טשעק.
וואס מטוט איז משפילט מיט צוויי קרעדיט קארדס, ממאכט א רענטעל פאר 15 אדער 30 טעג מיט איינס דערנאך נאך א רענטאל מיט די צווייטע קרעדיט קארד. אויב וויל מען איבערניצען די זעלבע קק קארד, דארפ מען לאזן איין טאג ליידיג אינצווישען.
ס'איז אויך וויכטיג ווען מרענט די קאר דארף מען אויספילען אז מגייט ניצן די אינשארענס פין די קק קארד.
סגייט נאך וואטער אויב ברעגסטו דיין חבר'ס קק קארד אדער אפי דיין ווייבס , ליגט מיר אין קאפ אז די ביסט נישט קאווערד. אפי יענער איז אן אדישנאל דרייווער, די רענטער אין די קק קארד דארף מעטשען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:45 am
דורך געפילטע פיש
קען זיין, וועגן דעם איז די בעסטע אנצוקאלען די נומבער אין בעק פון די קארד צו דאבעל-טשעקן, אויב האסטו עטליכע וועט אמ-עקס לכאורה זיין די בעסטע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:38 pm
דורך קלאר
נולד מאוחר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:קיין איינס נישט, וויפיל טעג פון די רענטאל די קרעדיט קארד קאווערד, דאס הייסט אז דו דינגסט פאר דריי וואכן, איז דא ק"קס וואס דעקן נאר די ערשטע צוויי וואכן.
סאיז נישט ריכטיג. אויב דיין רענטעל עגרימענט איז אוי לאמיר זאגן 32 טעג, וועלן זיי דיך נישט קאווערען אפי אויב די עקסידענט איז געשען די ערשטע טאג.
די מיינסט זיכער דעם סיעף
• Coverage is provided for vehicles rented for 30 consecutive days or less
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:43 pm
דורך קלאר
עמעריקאן עקספרעס האט מיר אלעס פארענטפרט
• Use your eligible American Express Card to reserve and pay for the entire rental
• Decline the car rental company's Collision Damage Waiver and Theft Protection
• There is no liability coverage provided with your American Express Card
• American Express provides Excess coverage to all other insurance policies
• There is no coverage provided for vehicles rented in Australia, New Zealand, Italy, Ireland, Israel and Jamaica
• Coverage is provided for vehicles rented for 30 consecutive days or less
• The Card member must be the primary renter of the vehicle
• All additional drivers must be listed on the rental agreement
• Cargo Vans, Custom Vans, Pick-up Trucks and moving vans such as U-hauls are not covered
• Compact Sport Utility vehicles are covered, however, there is no coverage provided for full size sport utility vehicles such as a Ford Expedition
Please retain this information for future reference.
קלעימען אינשורנס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:24 pm
דורך קלאר
יא, איך האב געפארקט מיין קאר אין וויליאמסבורג
אין איך האב שוין געטראפען היינט ציפריה א שיינע דענט
וואס דארף איך טוהן? זאל איך רופן עמעריקאן עקספרעס? זאל איך ווארטן ביז איך געב צירוק די קאר?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:28 pm
דורך לעמיל
ווען דו געבסט צוריק די קאר וועט די רענטעל דיך זאגען וואס צו טין, געווענטליך טוען זיי אלעס, דו דארפסט נאר סיינען די פעפערס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:33 pm
דורך קלאר
לעמיל האט געשריבן:ווען דו געבסט צוריק די קאר וועט די רענטעל דיך זאגען וואס צו טין, געווענטליך טוען זיי אלעס, דו דארפסט נאר סיינען די פעפערס
א דאנק פאר דיין הילף
איז נישטו א דעדליין וויפיל טאג נאכען דענט איז קען קלעימען אינשורנס?
אין וועט דאס קלעימען אינשורנס האבען סיי וועלכע אפעקט אויף מיין אקאונט אזווי ווען מ'קלעימט געווענליכע קאר אינשורנס?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:35 pm
דורך נפתלי
קלאר האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:ווען דו געבסט צוריק די קאר וועט די רענטעל דיך זאגען וואס צו טין, געווענטליך טוען זיי אלעס, דו דארפסט נאר סיינען די פעפערס
א דאנק פאר דיין הילף
וועט דאס קלעימען אינשורנס האבען סיי וועלכע אפעקט אויף מיין אקאונט אזווי ווען מ'קלעימט געווענליכע קאר אינשורנס?
אויף דיין קרעדיט קארד אקאונט זיכער נישט, און אפילו שפעטער אויב מאכסטו אייגענע קאר אינשורענס מאכט דאס אויך געווענליך נישט אויס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:44 pm
דורך קלאר
איינער מערקט מיר אן
אז די איינצגיסטע אפעקט וואס קען איבערבלייבן אז איך וועל נישט קענען נאכמאל אזוי שנעל קלעימן
עס דארף זיין א שטיק צייט צווישן איין קלעים אין צווייטן
ד''ה אז אויב דינג איך נאכמאל א קאר זאל איך זיכער מאכען צו דינגען מיט א צווייטע קארטל
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:11 am
דורך נולד מאוחר
ווען איך רענט א קאר דארף איך קויפען עקסטער לייעביליטי אינשארענס?
לויט ווי איך פארשטיי קען די רענטאל קא. נישט ארויסלאזן א קאר אויפן ראד אן אינשארענס ממילא האבן זיי דאס סייווי. איז וואס פאסירט אויב איך קויף נישט אינשארענס ?
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:13 am
דורך געפילטע פיש
טאמער האסטו אייגענע אינשורענס איז דאס גילטיג אויף דיין רענטאל אויך, ווי אויך איז דא אסאך קרעדיט קארטלעך וואס קאווערן קאר רענטאל אינשורענס.
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:59 am
דורך נולד מאוחר
איך רעדט פון לייעבילטי איך גלייב אז קרעדיט קארד קאווערט נאר קאליזשען